בלאט 5 פון 9

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:11 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פשששש ר' בערל כהאב נישט געוויסט איר קענט אויך.
די ערשטע מאל כ'האלט מיט אזאנץ. בארואיגט אייך. זעצט אייך אוועק, נעמט א גלעזעל וואסער.
נ.ב. איר זענט טויזענט פראצענט גערעכט.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:15 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:פשששש ר' בערל כהאב נישט געוויסט איר קענט אויך.
די ערשטע מאל כ'האלט מיט אזאנץ. באראיגט אייך. זעצט אייך אוועק נעמט א גלעזעל וואסער.
נ.ב. איר זענט טויזענט פראצענט גערעכט.

ר' שטילע אינגערמאן שליט"א איך האב מיך אפגעלערנט פון דיר. אז מ'דארף קאנמען, ב"ה. דו הייסט ד'אך "שטילער" אינגערמאן. אבער כ'האב שוין כמה פעמים געזעהן אז דו פליקסט איינעם אריין כדבעי למיהוי. שוין. מיין בלאד פרעשאר איז שוין צוריק נארמאל., ב"ה... :? :lol: :D :) ;) :o .

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:30 pm
דורך מיט א ריכטיגע בּליק
איך בין נישט קיין שרייבער נאר איך שפיר מנשה ליסטיג האט מען ארײנגעלייגט אין א שיך באקס אדער אין א לעדל ביים געבורט אין ער איז נאך דארט בפּועל אדער במחשבה ממש איך האב סך הכל צאמגענימען אלע זיינע הודעות אין גענטפערט בשורות שתים שהן ארבע דא. איך האב אויפען קלאזענבורגער ז"ל קיין װארט גערעדט. הגם זיין היסטארי האב איך גיט קענען געלערנט איך בעט אייך מאך מיך נישט רעדן.... ישר כוחכם

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:40 pm
דורך שעפטל
הצד השוה פונעם גאנצן אשכול....

יא! די אדמורי"ם זענען די ריכטיגע מנהיגים!!!

יא יא, ליין שיין איבער יעדע איינציגע תגובה דא וועסטו שיין איינזעהן. יעדער אדמו"ר איז דער ריכטיגער מנהיג פאר זיין קרייז... אלע אנדערע זענען גארביטש.

נ.ב., מנהיגי ישראל - מיינסטו גאנץ כלל ישראל? כ'ווייס נישט צו ס'איז אמאל געווען.... חוץ טאמער מ'האט די קעגנערס קודם אויסגעשלאסן פון כלל ישראל....

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:01 pm
דורך מיט א ריכטיגע בּליק
אודאי איז דא מנהיגי ישראל.. היינטיגע אדמורי"ם גייען אויס פאר צרות ישראל... צענדליגע מנהגי ישראל פאסטען שני וחמישי צוליב די שוירדעליכע גזירות גיוס בני ישיבות... די צדקות אין חסד װאס גייט ארויס יעדען טאג ביי היינטיגע מנהגי ישראל איז מבהיל....די געטרייע איבערגעגעבנקייט פאר די בחורי ישראל װאס פאלען ארויס פין סיסטעם איז געװאלדיג...ממש זיי ריען נישט...קיין איינע פין זיי אינטערסירט נישט "איך" "מיך" "זיך" זיי אלע אינטערסירט איין זאך יתגדל ויתקדש שמיה רבא...

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:05 pm
דורך שעפטל
[tag]מיט א ריכטיגע בּליק[/tag], ווילסט דייקא גיין דעם מהלך, קיין פראבלעם, האלסט טאקע אז תשל"ט האט זיך אלעס גענדיגט? ס'קען זיין ביי דיר האט זיך די זייגער אפגעשטעלט דעמאלטס, ס'מיינט נארנישט אז יעדער דארף דערמיט מיטגיין.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:17 pm
דורך מיט א ריכטיגע בּליק
ניין ניין ניין ..חלילה.. ברענג נאר נישט אראפ פריעדיגע מנהיגי ישראל און צדיקי הדור װייל דו האסט א פראבלעם מיט דיין היינטיגען אמעריקען אדמו"רעל ....פארװאס מעגט עטץ אראפברענגען פריעדיגע קדושי עליון און צדיקי הדור "אמיתים" װייל דו האסט א פראבלעם מיט דיין היינטיגען כ"ק מרן?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:41 pm
דורך שעפטל
איינער ברענגט דא אראפ איינעם?
ווען א קלויזענבורגער חסיד וואלט ווען געשריבן אויפן רבי'ן "דער סאטמארער" וואלסטו געווען מלא טענות. ווען איינער זאל שרייבן סיי וואספארא ווארט וואס דו קענסט אויסטייטשן (א שטייגער ווי דו האסט געשריבן אויפן קלויזענבורגער רב ז"ל) בדברי גנאי אויפן רבי'ן וואלסטו געשפרינגן.

זיי נישט קיין פערד, אז דו ווילסט מ'זאל רעספעקטירן דיין רבי, רעספעקטיר יענעם'ס. קענסט נישט? דערמאן אים בכלל נישט!

זעה איך פריש מיין אויספיר.... מיין רבי איז דער מנהיג פאר מיר און מיינס גלייכן. דיינס (אויב האסטו בכלל..) איז די פאסיגסטע פאר דיר און דיינס גלייכן און אזוי יעדער קרעמל און חסידות.

יחי אדונינו מורינו ורבינו צדיק דורינו, יחי!!! (נהגו לומר שלש פעמים בקול רעש גדול)

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:54 pm
דורך איך אויך
ר' בערל הי''ו ,א שאד זיך צו רעגן דער נארישע בליק איז נישט ווערט אייער בלאט פרעשור הייבינג.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
מיט א ריכטיגע בּליק האט געשריבן:[url=null]איך בין נישט קיין שרייבער[/url] איך האב אויפען קלאזענבורגער ז"ל קיין װארט גערעדט. הגם זיין היסטארי האב איך גיט קענען געלערנט איך בעט אייך מאך מיך נישט רעדן....

ס'דיני נפשות.. איך טשאויק זיך פאר געלעכטער..

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
שעפטל האט געשריבן:ווען א קלויזענבורגער חסיד וואלט ווען געשריבן אויפן סאטמערער וואלסטו געשפרינגן.

אז דו ווילסט מ'זאל רעספעקטירן דיין סאטמארער, רעספעקטיר יענעם'ס.[/size]

היינא טעמא דשופר היינא טעמא דמגילה.. אט דאס איז די סיבה וואס איך האב ארויסגעברענגט סאטמאר אויפן אויבערפלאך, זע נאר וויאזוי עס שפירט זיך, ווען מ'ציפט דיר וואס איז ביי דיר טייער.
ביסט גרייט צו געבן זאלסטו זיין גרייט צו כאפן.

נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת איז, אז ביז תשל׳׳ט וואלט מען אפשר געקענט גלייבען דער א.ג. ריכטיגע פליק, נאר ווען ס׳איז ארויסגעקומען דער תשובות דברי יואל קען מען שוין קיינעם נישט איינרעדען אז ׳דער סאטמארע׳ איז עפעס אזא תנא קמא אין לערנען, זיכער נישט קיין בר פלוגתא מיט׳ן טשעבינער רב חזו׳׳א ר׳ משה פיינשטיין וכדו׳, און אויך נישט מיט ר׳ יונתן שטייף און ר׳ משולם ראטה און ר׳ הירש פסח ועוד. אן אונגארישע רב מיט א שטעקען סך הכל. ווידער די לעכטיגע טישען און דערהויבענער תפלות איז פאר׳ן ווייבער שול, און מענטשען מיט שכל פארען זיך נישט מיט אזעלכע שטותים (אחוץ ווען דער איד דינגט איהם צו באשרייבען דער אויסנאמליכע מסע מלכות). דער גמילות חסדים בממון שאחרים נתנו לו איז גאנץ פיין, נאר פרעג איך דיר-וואס האט ער אוועק געגעבען פון זיך זעלבסט פאר יענעם? איז ער געווען גרייט צו רעדען עבריט מחזק צו זיין א צווייטע איד? ט׳האט ער געקענט ביישטיין צו דאווענען פריער כדי א איד וואס וויל מאכען א ברית ביי איהם זאל קענען גייען צום ארבעט נאך דעם? אפשר נישט שלעפען דער יום טוב אדער א הושענא רבא דאווענען צו לאנג אז אנדערע אידען זאלען הנאה האבען פון א יו׳׳ט סעודה. אדער זענען זיין אייגענער משוגעת׳ן געווען וויכטיגער ווי מחזק צו זיין א איד? ווען דער טשעבינער רב אדער הרב שך צו סיי אנדערע תלמידי חכמים זענען געשטערט געווארען פון א משוגענ׳ער אין מיט׳ן לערנען און זיי האבען זיך געלאזט פאר זיי איז דאס מער גמילות חסדים ווי דיין רבי זכיגנייני׳ס אוועק געבען אנדערע מענטשענ׳ס געלט.
איך זאג נישט, ער איז געווען א פיינער איד און א קלוגער טיכטיגער מנהיג, אבער ביטע שטעל איהם נישט צו צו די ריכטיגע חכמי וצדיקי הדור.

נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
עפרא לפומך

נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:38 pm
דורך כוכב
נעבעך דיין אבסורדישקייט, אומוויסנדקייט און ילדות מאכט ברעכן.
די חורבן פון א פרייע פארום, אז אזעלכע ווי דו האבן דעם רשות הדיבור.
א גרויל.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:12 am
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:עפרא לפומך


:o :o :o

קודם מהר"א, נאכדעם די נאווימינסקער און יעצט דו [tag]שמעקעדיג[/tag]?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:19 am
דורך קאווע טרינקער
ליטוואק, ס'איז נישט עטיש.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:28 am
דורך עפל סיידער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליטוואק, ס'איז נישט עטיש.


שמעקעדיג האט געשריבן:עפרא לפומך

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 1:39 am
דורך טיטאניק
מיין באבע האט מיר געלערנט אז מען שעלט ווען מען ווערט געטשעפעט מיט עפעס צי גיטס און מען האט נישט וואס צי ענפערען צי די זאך
פון דיין קללה עפרא.... האסטי נישט מער ווי געגעבען חיזוק צי זיינע ווערטער

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 1:54 am
דורך כוכב
ממש דברי חכמה טיטאניק, ווען א
מענטש איז מכחיש שמש בצהריים אין זאגט אזא נארישע סטעיטמענטט ווי אסאמא בין לאדין האט אויך א צד, וכדומה ווערטער וואס זענען אפגעפרעגט ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש, איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין א ביאור פאר וואס יענער איז נישט גערעכט.
שמעק האט געוואלט יוצא זיין בלויז דעם שלא יאמרו מדשתקי וכו'.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 2:06 am
דורך petergrifin
יא גערעכט נישט גערעכט, זאל אײנער איהם ענטפערען צום זאך אײנמאל פאר אלע מאל װי ס׳ברויך זײן ער
זאל נישט קענען איבערקײען די זעלבע זאך. דורך נישט שרײבען א לענגערע ארטיקעל און ארויסברענגען די
גדלות אין תורה פון די סאטמער רבי זצ״ל בלײבט עס בײ ״זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?״

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 2:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז איינער האט כתבי יד און באהאלטענע תורה׳ס פונ׳ם רבי׳ן, אדרבה ווייזט אויף. אבער דברי יואל קעגען מבשר טוב אדער הר צבי איז נישט קיין פארגלייך. און כ׳׳ש נישט קעגען דברות משה און חזון איש.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:31 am
דורך סמיילי
כוכב האט געשריבן:נעבעך דיין אבסורדישקייט, אומוויסנדקייט און ילדות מאכט ברעכן.
די חורבן פון א פרייע פארום, אז אזעלכע ווי דו האבן דעם רשות הדיבור.
א גרויל.


וועלכע רשעות ליגט דא? ער מיז האלטען פונקט ווי דיר?
אז איינער גייט באשרייבען די קלויזענבורגור אדער די חבדסקער, איז נישט קיין גרויל, אבער די סאטמערע רבי דעלמאטס איז שוין, א גרויל, ע"לפ , וכו,
גראוי אפ די בעבישקייט

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:46 am
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט קיין ווערטער פאר די אלע וואס זענען מכחיש שמש בצהרים, נאר אז עטץ קענטס ענק צאמשטעלן מיט אלע האלאקאוסט לייקענער אין די זעלבע שורה.

סמיילי מאך זיך נישט תמ'עוואטע, קיינער מוז נישט האלטן גארנישט, מען דארף נאר נוצן אביסל שכל נישט זיך צו האלטן קלוגער פון רוב רבנים וצדיקים פון יענעם דור, און אוועקמאכן יענעמ'ס תורה ועבודה כאילו דאס איז א ווייבער שול זאך (רח"ל מהאי דעתא) און סך הכל איז ער געווען א טיכטיגער מנהיג מיט א שטעקן איז בכלל נישט קיוט.

טיטאניק זיסער, אז יענער פארדרייט פאקטן און יוצרות אויף א שענדליכן אופן דארף מען נישט מער ווי מוחה זיין, וכדברי כוכב הנ"ל מדשתקי וכו', איך האב אסאך געלערנט פון דעם צדיק, אינאיינעם מיט אנדערע הונדערטער טויזענטער אידן, און אזעלכע נארישע דברי טיפשות ושחצנות גרילצט אין די אויערן. מען מוז נישט מסכים זיין צו אלעם, אבער אוועקמאכן דעם גאנצן פערסאנאליטי פון א גאון וצדיק וואס האט זיך דעם העמד אוועקגעגעבן פאר א צווייטן און אויפגעשטעלט א וועלט פון תורה ויראה איז ממש משוגע, און ווער עס מאכט עס יא אוועק איז א שוטה רשע וגס רוח.

עס איז אין דרכי בכך, איך אטאקיר נישט קיין ניקס געווענליך, אבער יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, און איך מיין עס איז זייער פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת.