בלאט 5 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:07 pm
דורך מאטי
יתרו האט געשריבן:אינו מתכוון מיינט אז עס קען געשען במציאות נאר דו האסט נישט אינזין. כוונה לבטלה מיינט אז דו האסט א כוונה וואס קען נישט געשען במציאות.

יתרו איך זע ביסט א שיינער תלמיד חכם, חן חן. אבער דו האסט מיר צומישט. דו זאגסט אז ווען מ'האט אינזין אויפצוקניפן מיטן קעמל איז דאס כוונה לבטלה. און נאכדעם זאגסטו אז כוונה לבטלה מיינט ווען ס'קען במציאות נישט געשען. ילמדנו רבינו.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:20 pm
דורך יתרו
ווען די וועסט איבערקוקען די הודעות וועסטו פארשטיין אבער אז איד בעט חזרה וועט מען זיך אנטוען דאס געדולד פון רב פרידא און מען וועט איבערחזרן.
די האסט אנגעפאנגען צו רעדן פון כוונות איבער אויפקניפען האסט געפרעגט: אויב האט מען נאר אינזין דייקא אויפצוקניפן, פארוואס זאל דאס הייסן מתכוין אויף רייסן? האב איך דיר מעיר געווען קיינער זאגט נישט אזא זאך אז נישט דאס איז די רעדע דא. קיינער רעדט נישט פון כוונה איבער "אויפקניפען" נאר פון "רייסן" אויפגעקניפטע האר. און אויב איינער האט אינזין אזא זאך איז ער נישט בדעתו הצלולה און זיין כוונה איז קיין כוונה ווייל עס געשעט נישט אזעלעכע מופתים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:36 pm
דורך מאטי
פארשטיי איך אז דו זאגסט אזוי: אויב איינער האט פארקניפטע האר און נעמט א קעמל בלויז אויף צו אויפקניפן איז זיין כוונה בטל וויבאלד די טבע פון די בריאה איז אז ווען מ'רייסט דורך פארקניפטע האר מיט א קעמל רייסט דאס ארויס די האר ממילא נישט קיין חילוק וואס דער לונאטיק טראכט, טוט ער די פעולה פון רייסן. און ס'קען נישט אריינגיין אין כלל פון אינו מתכוין. א יא?
====
בד"וו ר פרידה האט געלערנט 400 מאל. דו האסט נאך אפילו נישט דעם צאל תגובות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:45 pm
דורך יתרו
נישט ממש. איך זאג סך הכל אז נישט דאס איז די רעדע אין די פוסקים.
ביי אזא פאל וואס דו רעדסט אז ער וויל בפירוש נישט רייסן קיין פארקניפטע האר ער וויל נאר אז עס זאל געשעהן די נס אז עס זאל זיך אויפקניפן איז מסתבר אז עס הייסט נישט קיין מתכוין אויף רייסן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 3:35 pm
דורך פיטומי מילי
געפילטע פיש האט געשריבן:לגבי דיפיטידו, מיין מאמע פלעגט מיר מאכן די פיאות מיט קאטשעניא, ס'האט זיך זייער גוט געהאלטן, אבער ס'פלעגט שמעקן... זייט דעמאלס האבן מיר די גרעסערע קינדער גערופן 'געפילטע פיש'.


[tag]געפילטע פיש[/tag]
א ריכטיגער חסידישע איד. איך בין זיכער [tag]דער (פינטעל) איד[/tag] וואלט הנאה געהאט,
כאטשיג נישט געבאדן מוצאי שבת כדי די עהרליכע גראך זאל בלייבן?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2014 8:50 pm
דורך מצטמק ויפה
איך זיך א היתר צו שלאפן אן ציצות ביינאכט.


פאר מען זיכט א היתר אויף צו שלאפן אן ציצות לאמיר זעהן אויב עס איז בכלל דא א חיוב,
אזוי ווי איך האב פונקט לעצטענס געשריבן איבער די נושא, איז לאמיר עס דורכגיין און קורצן.

אין שו"ע או"ח סימן יח ברענגט די מחבר צוויי דיעות לגבי ציצית בלילה, די שיטת הרמב"ם איז, אז עס שטייט אין די פרשה פון ציצות "וראיתם אותו", לערענט מען ארויס פון דעם אז די מצות ציצות איז נאר ווען מ'קען עס זען, ממילא ביינאכט ווען מ'קען נישט זען איז נישט דא קיין מצוה פון ציצות.
דערנאך איז דא א שיטת הרא"ש וואס האלט אז א בגד וואס איז מיוחד פאר'ן טאג, איז דא א חיוב ציצות, אבער א בגד וואס איז מיוחד פאר לילה איז נישט דא קיין חיוב ציצות.
קומט אויס אזוי, אז לויט'ן רמב"ם איז זעכער נישט דא קיין שום ענין צו גיין מיט ציצות ביינאכט, און לשיטת הרא"ש איז נאר דא א חיוב, אויב מ'גייט מיט א ציצות פון א גאנצען טאג, אבער אויב טוט מען זיך אן א שלאף ציצות האט נישט קיין שום פשט צו גיין דערמיט.

לאמיר גיין אביסעל ווייטער. די מג"א און סימן כא ס"ק ב' ברענגט על פי סוד פון כתבי אר"י, אז עס איז דא א ענין צו גיין מיט ציצות ביינאכט, למעשה די מג"א פרעגט אפ די ריאה פונם ר"י, אבער אפילו איך זאל אן - נעמען לשיטת הר"י, און אזוי ווי אסאך דא און שטיבל האבן אנגעמערקט, דארף מען אבער וויסען אז פון רעק"א דארט אין סימן כא קומט קלאר אויס אז די גאנצע שיטת האר"י איז נאר לדעת הרא"ש, אבער לויט די רמב"ם האט אוודאי נישט קיין מקור צו גיין ציצות בלילה.
קומט אויס אזוי, אז אזוי ווי רוב עולם ביי אונז גייען מיט שלאף ציצות, האט דאס נישט קיין פשט ווייל אפילו די שיטת הר"י איז נישט געזאגט געווארן ביי כסות לילה, וואס איז לכו"ע נישט קיין מצוה.
איז אויב איז מען א מהדר במצוות, איז אוודאי כדי צו שלאפן מיט די ציצות פון א גאנצען טאג, נאר וואס דען? קען מען דען הייסען גיין מיט א "געלע צוקנייטשטע" טלית קטן דורכ'ן טאג?,
אולי וואלט איך געזאגט ( אזוי ווי דא אין קאווע שטיבעל קען מען אויסשרייען דעם ריכטיגען דעת תורה אן מורא פון אפאר ....... , וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן) אז עס איז מער כדי צו גיין מיט קאטענע ציצות וואס די רמ"א פסקנט אז עס האט א חיוב דאורייתא פונקט ווי וואלענע, ווייל אזוי קען מען גיין מיט די זעלבע ציצות בייטאג ווי ביינאכט ווייל עס איז נישט אזוי 'דעליקעט' ווי וואלענע, און אזוי איז מען כאטש יוצא די מצוה פון ציצות די פּאר שעה ביינאכט.

איז וואו מיר האלטן יעצט האט נישט קיין שום פשט צו גיין מיט 'שלאף ציצות' ביינאכט, אבער למעשה האב איך געטראפן א דעת השו"ע הרב אין סידור וואס ער ברענגט אז מען זאל גיין מיט ציצות ביינאכט, ווייל אויב מען שלאפט אריין אין טאג, זאל מען האבן די מצווה פון ציצות, איז קודם דארף מען אונאַכט נעמען אז דאס איז נאר לשיטת הרמב"ם ווייל לויט'ן רא"ש איז א כסות לילה פטור אפילו צופרי.
קומט אויס אז די וואס שטייען אויף פאר די עלות האט ווייטער נישט קיין פשט צו גיין מיט שלאף ציצות, און דערנאך, זיך ארום דרייען מיט שלאף ציצות ביינאכט פון קרית שמע וכדו', ביז מען גייט למעשה שלאפן האט אויך נישט קיין פשט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:52 pm
דורך אי איתמר
איך זיך א היתר נישט צו קישן די ציצית ביי ברוך שאמר,

צו מעגן אריין אטעמען ביי י''ג תשבחות (נישט בנשימה אחת,

צו מעגען האלטען אפען א טיהר פאר א פרוי מיט א קערידזש(אביזרייהו דג''ע)
שטייצעך מיט צוגעאכטע אויגען אין די פנים אועקגעדרייט עד כמה ששייך..