בלאט 5 פון 6

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:31 pm
דורך יאיר
venus האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.


Is it really not worth it all those years in yeshiva? For someone who likes to learn, isn't it heaven? I understand that boys who don't like to learn should resent it, but someone who liked to learn?

דאס איז א שמועס פאר זיך, אבער לאמיר נאר דערמאנען אז דאס איז נאך א ביישפיל ווי ווייט מענער זענען פון פרויען ביי אונז. אסאך פרויען פארלאנגען אז דער מאן זאל לערנען לאנגע יארן אין כולל, און כמעט יעדע פרוי וועט פארלאנגען אז דער מאן זאל האבן א שיעור. דאס איז אלעס בשעת די פרוי ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט "לערנען". דאס איז גלייך צו א פרוי וואס עקשנ'ט זיך אז דער מען זאל גיין אין קאלעזש לערנען פיזיקס פאר פיר יאר, אדער לערנען יעדן טאג פיזיקס טעקסט ביכער במשך א שעה צייט, בשעת זי ווייסט נישט וואס פיזיקס מיינט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:52 pm
דורך מאטי
ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. קודם כל פיזיקס איז איין נושא וואס אדער איז מען יא אדער נישט אינטערעסירט דערין. לערנען , האט א רעינזש פון נגעים ואהלות ביז זאגן תהילים (איראניש זאגן חז"ל כאילו .. ואכמ"ל) א צווייטער פוינט, ס'איז דא א חיוב/ מצוה צו לערנען , אויפן צד אז די פרוי האט רעכט צו פארלאנגען אז איר מאן זאל היטן תורה און מצוות, לאמיר זאגן שמירות שבת, פארוואס זאל זי נישט האבן די רעכט צו פארלאנגען אז ער זאל עפעס לערנען במשך דעם טאג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:59 pm
דורך יאיר
מיין פוינט איז נישט אז די פרוי האט נישט קיין רעכט צו פארלאנגען פון דעם מאן צו האבן א שיעור, מיין פוינט איז אז לימוד התורה איז א זאך וואס שפילט א צענטראלע ראלע אין פארפעלקערס שלום בית, בשעת די צוויי צדדים הויבן זיך נישט אן צו פארשטיין. שמירת שבת ווייסט מען כאטש איבער וואס מען רעדט, לימוד התורה ווייסט נישט די פרוי פון וואס מען רעדט, פון גמרא ביז שולחן ערוך ביז תנ"ך. דאס מאכט אסאך מער קאמפליצירט די טענות ומענות דערוועגן, ווי פארשטענדליך.
אגב, אין פיזיקס איז אויך דא צענדליגער צווייגן און סובקאטעגאריעס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:16 pm
דורך מאטי
דו האלטסט אז ס'דא ווייבער וואס טיילן אן פארן מאן וואס/וואו/ווען צו לערנען? סך הכל וויל זי קענען זאגן פאר איר פרענד אויפן וועג צו וואדבערי קאממאן אז איר מאן האט א שיעור ביינאכט . דו זאגסט אז אסאך שלום בית'ר. דרייען זיך ארום דעם. אודאי ס'איז דא אסאך מענער וואס האלטן נישט ביים לערנען גארנישט. כ'פארשטיי גראדע פארוואס . אבער פונקט ווי חילול שבת וואס ואלט פונקט אזוי אפעקטירט שלום בית , איז אבער נישט מצוי דעריבער איז דאס נישט קיין געפאר צו שלום בית אינעם קומיוניטי. קען א מאן וואס האלט ביים מחלל שבת זיין פיין אויסנארן זיין ווייב און זי וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם ווילאנג זי וועט זיך נישט דארפן פארענפערן פאר איר פרענד, דאך וואלסטו געגעבן גערעכט פאר א פרוי וואס פארלאנגט דאס. דאן זע איך נישט פארוואס לערנען איז אנדערש.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:20 pm
דורך יאיר
נאכאמאל, די פרוי מעג פארלאנגען אז דער מאן זאל האבן א שיעור, זי דארף אבער וויסן וואס א "שיעור" באדייט איידער זי פארלאנגט עס. ווען זי וואלט פארשטאנען וואס דאס איז וואלט געווען אסאך גרינגער זיך צו דורכקומען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:31 pm
דורך מאטי
אקעי כ'האב נישט געכאפט אז דו ביסט מסכים אויפן רעכט צו פארלאנגען א שיעור סליחה..דאס איז אבער נישט ווי פארלאנגען צו גיין לערנען פיזיקס. אויף וואס זי האט נישט קיין רעכט אפילו זי איז איינשטיינס אן אייניקל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:34 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:אקעי כ'האב נישט געכאפט אז דו ביסט מסכים אויפן רעכט צו פארלאנגען א שיעור סליחה..דאס איז אבער נישט ווי פארלאנגען צו גיין לערנען פיזיקס. אויף וואס זי האט נישט קיין רעכט אפילו זי איז איינשטיינס אן אייניקל.

אויב דו וועסט איבערליינען מיין אריגינעלע תגובה וועסטו זען אז די צושטעל איז נישט תורה צו פיזיקס, נאר צו *פיזיקס בשעת זי ווייסט נישט וואס דאס מיינט*.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:22 pm
דורך venus
Basically, it all boils down to what I originally said that girls are raised in almost a different religion than boys. She never learned, so she doesn't understand what learning means and then has no clue what the difference between halacha and minhag is. And he feels he can laugh about her tmimus, instead of treating her like an adult and actually try to learn with her. My solution: start teaching girls authentic yiddishkeit.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:25 pm
דורך העלא
ווענאס א נארמאלע פיינע מאן לאכט נישט פון זיין ווייב'ס אומוויסנשאפט, מ'פרובירט מסביר צו זיין,
מענטשן וואס פרובירן נישט צו פארשטיין זייערע ווייבער קענען קיין שלום בית נישט האבן

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:31 pm
דורך מאטי
I hate to say that, but authentic Yiddishkiet is against our religion

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:35 pm
דורך venus
So define authentic yiddishkeit and our religion and how they're different. You can't drop a comment like that and not explain. Then we can argue if you're right or wrong.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:42 pm
דורך יאיר
venus האט געשריבן:Basically, it all boils down to what I originally said that girls are raised in almost a different religion than boys. She never learned, so she doesn't understand what learning means and then has no clue what the difference between halacha and minhag is. And he feels he can laugh about her tmimus, instead of treating her like an adult and actually try to learn with her. My solution: start teaching girls authentic yiddishkeit.

קודם זאל מען לערנען מיט די בחורים אויטענטישע אידישקייט :)
אבער באמת מיין איך אז דער עיקר פראבלעם איז דאס וואס מען לייגט נישט א דגוש אויף כבוד הבריות. ווען דער בחור וואלט געהאט א רעספעקטפולע צוגאנג צו מענטשן בכלל און צו זיין ווייב בפרט, וואלט ער אויטאמאטיש נישט געלאכט פון זיין ווייב'ס תמימות און אנשטאט דעם פרובירט צו ערקלערן. אזוי אויך וואלט זיין ווייב געהאט מער רעספעקט פאר אים און זי וואלט זיך געלאזט לערנען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:45 pm
דורך איחוד פעלד
Venus האט א פוינט, מען דארף דערגיין ביכער וואס זענען מסביר אויף ענגליש די מקורות פין אידישקייט, און טאקע די חילוק פין א דאורייתא דרבנן מנהג אלטע מנהג נייע מנהג אמעריקאנע מנהג, אזוי אז זיי זאלען אויפהערען מיט די משוגעת'ן איינמאל פאר אלעמאל.

למשל, היינט אין די סקולס לערנט מען אויס קיין בושה א פרעכער ל יגענט, מען לערנט די מיידלעך אז יומען האר שייטלעך זענען אסור אלץ עבודה זרה, יעדער ווייסט אז אפילו די שייטלעך פין אינדיא זענען נישט עבודה זרה, נאר בשעתו האבען די רבנים וואס קענען הלכות עבודה זרה מסכים געוועהן נישט עס מתיר זיין ווייל סוף כל סוף איז עס דאך א שייטעל נישט א שטריימעל.

ווען די פרויען וואלטען געוויסט פין דער סקעם, וואלטען זיי ווייניגער געגלייבט רבנים אויף צניעות אויך. ועוד יש להאריך

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:50 pm
דורך יאיר
איך האב מורא אז ס'איז בעסער אז די פרויען קענען נישט קיין הלכות, אזוי האט כאטש דער מאן עפעס אויטאריטעט אין עניני הלכה. אויב די פרוי וועט זיך קענען קריגן מיט אים וועט זיך טון אויף טישן און אויף בענק.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:54 pm
דורך venus
And why should only he have authority? Shouldn't marriage be a partnership between two adults?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:42 am
דורך יאיר
venus האט געשריבן:And why should only he have authority? Shouldn't marriage be a partnership between two adults?

עס וואלט געדארפט זיין. אבער אידישקייט איז א סעקסיסט רעליגיע, און עס זאגט אז מען מעג נאר לערנען תורה שבעל פה מיט מענער, און נאר זיי מעגן פסק'נען שאלות. דאס איז די "אויטענטישע" אידישקייט. ממילא איז דא צוויי ברירות: אדער זאלן מיר זאגן, אראפ מיט די אמאליגע אידישקייט, מיר זענען קלוגער, מענער און פרויען דארפן זיין אייניג. און מען זאל לערנען גמרא און הלכות מיט ביידע, מען זאל לאזן פרויען דאווענען פאר'ן עמוד און בלאזן שופר, און פארשטייט זיך זיי זאלן אויך זיין מחוייב צו קומען יעדן צופרי צום דאווענען און לייגן תפילין און ליינען קריאת שמע פאר סוף זמן קריאת שמע.
די אנדערע ברירה איז מען זאל לאזן די "אויטענטישע" אידישקייט אזוי ווי עס איז יעצט, און דער מאן זאל האבן די אויבערהאנט אין הלכה. אין אזא פאל, איז בעסער אז די פרוי ווייסט נישט גענוג זיך אריינצומישן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:57 am
דורך הוגה
אדער עפעס אין דער מיטן, פאלט דיר נישט ביי, יאיר?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:47 am
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:
venus האט געשריבן:I'll add that most women want their men to look good and be clean. They should take care of themselves a Bit.
Have an opinion when asked.
Respect her רוחניות and not tell her that it's not important.


דער ערשטער און דער דריטער פוינט איז בעצם נכלל אין דעם כלל פון רעספעקט. א מענטש וואס רעספעקט זיך אליין גייט אנגעטון נארמאל און ריין. און א מענטש וואס רעספעקטירט א ווייב וועט נישט לאכן פון איר רוחניות. אבער די שאלה איז פון וואספארא רוחניות מען רעדט. למשל, עס זענען דא זאכן וואס די פרויען מיינען באמת אז דאס זענען יסודות הדת, און דערווייל איז עס ניטאמאל א מנהג, און ווען דער מאן לאכט אפ דערפון שפירט זי אז ער איז א קל. למשל, ביי פרויען ווערט מילכיגס און פליישיגס באטראכט ווי איינע פון די י"ג עקרים, אבוויעסלי, ווייל דאס איז פון די איינציגע מצוות וואס זענען זיי נוגע. דער מאן ווייסט אבער אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם על פי הלכה צו טרינקען מילך אין דעם שבת'דיגן בעכער.

איך רעד נישט אריין אין דער הלכה חלק. אבער רעדנדיג פון זעלבס-רעספעקט, הערט זיך טרינקן מילך אין א שבת'דיגן בעכער, אביסל גרילצעדיג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:45 am
דורך יואב
אין מיינע אויגן, איז אמת אז מיידלעך אין דורכשניט זענען מער educated, איך מיין ס'איז אפילו נישט א שאלה. אוודאי איז דא יחידים, אבער דער כלל "אז מ'לערנט קען מען" גילט אינדרויסן פון תורה'דיגע גרעניצן פונקט אזוי.

למעשה, טאקע דערפאר, הייבן מענער אן מיט א דעפעציט ווען ס'קומט צו נושאים אויסער תורה'דיגע תחומים. מילא ס'איז א גרעסערע קשיא פארוואס מיידלעך זענען נישט מער אויפגעקלערט אין פערסט פלעיס, ווארום אויב איז אמת וואס נוגה ארגומענטירט, אז די קאנפארמיטי איז אויפן זעלבן ראטע, ספעציעל אויב האלט זי אז עס איז ווייניגער, דאן וואלטן מיידלעך געברויכט פארלאזן דעם געזעלשאפט אין די מאסן. שטעלט אייך פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ביינונז ווען מ'וואלט ווען געלערנט זאכן ווי ענגליש, מאטאמאטיקס, סייענס, און אנדערע נושאים פון א פולע היי-סקול קאריקיאלאם. דאס איז בנוגע טעכנישע זאכן.

כלפי השקפה אבער, איז דאך קלאר ווי דער טאג אז מיידלעך ווערן אויפגעצויגן אויט-אף-טאטש מיט די מענער.

לאמיר זיך נישט פאפן. פון דורכשניטליכע בחורים היינצוטאג, וויפיל פראצענט שטייען אויף צופרי מיט דאגות איבער חפירות אין בית שמש? דורכשניטליכע בחורים זענען פארנומען בלויז מיט שובבים ענינים א גאנצן טאג. סיי איבער עניני תשובה, מער אין די אינגערע יארן; און מער אזוי איבער אויף וואס תשובה צו טאן. טון וואס דער אוגאנדער פרעזידענט פארבאט, און קוקן פארנאגראפיע זענען פון די מער פארנומענע נסיונות דורכן טאג. מיידלעך ווידעראום, קענען האבן פראבלעמען מיט וואספארא מוזיק דער מאן הערט; און צו ער גרייט אן נעגל וואסער, אדער מאכט ערליך ברכות. די חינוך מ'באקט אריין אין זיי, איז זייער אונטערשטעליג. נאו קוועשטען עבאויט איט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:15 pm
דורך Ben-Shishim
WOW
Well I just spend about an hour reading all 5 pages.

As someone who is already B"H in the stage of marrying off grand kids, I feel authorized to comment .
Let me start with a fact, Girls in general are mostly much more Tamimisdig , unlike boys who will always try to find a way out, and because they do learn Torah they can easily find Hateirim for just about anything.
One of the things I learned from my own marriage was that it's of the utmost importance that both the boy and the girl get the same teaching from the Chosen and Kallah teachers, I made it a point that the two teachers communicate with each other , so both are on the same line as to what is Mitter and what isan't.

As far as him respecting her, I will dare say, it all comes down to what they saw at home, how is the respect from father to mother and vise versa, although some boys act tough in school, but when told by his parents and teacher that a wife is not a Bocher chaver like, he will understand, because of what he saw at home/

Sorry, but this is all the time I have now, will try to continue later, and in the same time update myself with notes on comments made by others.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 9:32 am
דורך venus
Very interesting NYT article on the changing dynamics of today's marriages. While some of the things mentioned are not applicable to our kind of marriages, a lot of it is.

http://mobile.nytimes.com/2014/02/15/op ... &referrer=

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:22 am
דורך diff
Gov't Should fix the destruction. What an idea

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 5:20 pm
דורך יאיר
venus האט געשריבן:Very interesting NYT article on the changing dynamics of today's marriages. While some of the things mentioned are not applicable to our kind of marriages, a lot of it is.

http://mobile.nytimes.com/2014/02/15/op ... &referrer=

כ'האב עס געליינט לעצטע וואך און ס'איז מיר אויך געווען אינטערעסאנט צו זען ווי שטארק ענליך אונזער מצב איז. בעת אמאל האט מען נישט ערווארטעט צופיל מער פון א חתונה לעבן ווי האבן א פארטנער וועלכער זאל העלפן אויפבויען א אידישע שטוב האט שוין אנגעהויבן אריינדרינגען ביי אונז די געדאנק אז חתונה האבן קען זיין פיל מער פון דעם.