בלאט 5 פון 7

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:10 am
דורך קופערניקוס
אכשיר דרא, בארוהיגט אייך. קיינער וועט נישט ווערן פארכאפט פון די אומבאלומפערטע רייד זייערע.
אויב איז יא דא אזא סכנה וועסטו זיין דער וואס זאל עס באלאנסירן מיט דיינע שיינע און סברה'דיגע רייד.
די סכנה פון צושטאפן מיילער איז גרעסער ווי די סכנה פון א העלבראנס פארכאפעכטץ, פארקערט די גאנצע טריק פון קלעיריקאלן און קולטיסטן איז פארשטאפן מיילער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:35 pm
דורך טשולענט
אכשיר דרא, בכל אשר תפנה תצליח!

אונז האבן ב'ה אן אכשר דרא וואס לעבט און לאכט, מיט קרוב צו אכט און צוואנציג בלעטער אין זיך פון זאפטיגע פעדערן, מיר וועלן פון דארט פרובירן אנצופילן דעם גרויסן חלל מיט וואס דו 'אכשיר דרא' לאזט אונז איבער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אויך זייער גערעגט וועגן דעם רשע העלבראנס, אכשיר דרא איז גערעכט מיט זיין שטעלונג עכ"פ אין מיינע אויגן, אבער דעמקראטיע איז דעמקראטיע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:59 pm
דורך ברעט מענינג
מען דארף עפענען א אשקול פין וועלעכע ניקס האבן אפגעטראגן פין דא!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:18 pm
דורך דעת תורה
אכשיר דרא זאגט א נקודה, אז ער פילט אחראי אלס ניק דא אויף אלעם וואס מען שרייבט דא, די שאלה איז צי ער איז גערעכט, בין איך אלס ניק אין קאווע שטיבל טאקע אחראי אז ס'איז פארהאנען אידן וואס דרייען זיך דא מיט א קלארן ציל אריין צו ברענגען מינות און אפיקורסות ביי אידישע קינדער? איך בין עפעס אחראי אויף וואס יענער שרייבט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:27 pm
דורך פרישער
מיך גרויעלט מער נערישקייטן וואס נייע ניקלעך קימען אויף, אזש אז איך שפיר זיך קליין איך שפיר לעצטענס ג'עינגט אויף שיט און טריט, פון אלע נערישע ענינים וואס ווערן ג'ליפטערט, אוי ווי עס בעינקט זיך דו אלטע חבריה, ווי מאטי הינדערט אין זיבן, בן תמליון קוים מען הערט, ווי איז פשוט קאמפליצירט, מאראנצעןזאפט, און דו אלטע חברה, איך מיין נישט דא צו עפענען אלע פארשווינדענע, אבער פארוואס פארשרייט מען נישט דו וואס פלוידערן דברים של מה בקאק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
I've come to love the FRIDISH language

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:44 pm
דורך פרישער
פרידיש איז אפען פאר אלע צו קאפירן אינעם לעקסיקאן

לב טהור

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:35 pm
דורך קרני צבי
אכשיר דרא האט געשריבן:קרני צבי ענפער וואס איך פרעג:
וואלסטו געוואלט אז דיין זון אדער טאכטער זאל דארט ווערן פארכאפט און חתונה האבען דארט? און דינען דעם באשעפער מיט דעם "עבודה" ווי די שרייבסט?
ענפער "יא" אדער "ניין",
שרייב מיר נישט קיין לאנגע אריכות'דיגע תשובות, קורץ און שארף.

איך האק נישט סתם אויף זיי, איך קען דאס זייער זייער גוט ליידער, און איך זאג דיר ס'איז נישט קיין קונץ צו זיין א אויבער חכם (טיפש) און קויפען און פארקויפען יעדע קאנטערווערסיאלע נושא

ראשון ראשון, אחרון אחרון:
בזמנים כתיקונם, וואלט מיין ענטפער געווען אז ס'ווענדט זיך נישט אין מיר. עפעס א איד קען זאגן אז ער וויל נישט אז זיין זון זאל זיין "ישעיה הנביא" אדער זיין טאכטער "דבורה הנביאה", טאמער איז ער/זי די מדריגה, אדרבא אולי אבנה גם אנכי ממנו.

אבער נאך איך זעה די נסיונות פון דעם דור, אין איך זעה ווי אזוי שענערע און בעסערע פון מיר האבן שוין ליידער פארפאלן זייערע קינדער און טעכטער לא עלינו ולא עליכם, טראכט איך אסאך מאל, אפשר טאקע דארף איך זיי שיקן קיין לב טהור. איך קען עס אבער נישט טוהן, ווייל דעמאלטס גייען מיין גאצנע משפחה + די משפחה פון מיין בני בית + מנהלי ועסקני המוסדות + סתם מחרחרי ריב, מאכן כולם א יד אחת לכלותי מעל פני האדמה, מוז איך בלייבן ב'שב ואל תעשה'. אבער טאמער מיין זון/טאכטער גייט אליינס גיין דארט, נאך די 18 יאר, און איך גיי קענען זאגן כלפי חוץ אז 'ידינו לא שפכו את הדם הזה' און כלומר'שט וויינען און וואשן הענט, להציל את עצמי, גיי איך אבער בלבי פנימה זאגן: בעסער אזוי ווי איידער ערגערס! זאל ער זינגען ספרדישע ניגונים ביי א ברית אדער ביי שמחת תורה, זאל זיין פרוי אנטוהן שמונה בגדים לבנים ושחורים, זאל ער פון מיין זייט חתונה האבן מיט א ספרדישע, וואס גייט מיך אהן, ער דאוונט ער לערנט. זאל ער מיר האלטן פאר א פויער! בעסער פון וואס ער זאל ח"ו ארויס גיין לתרבות רעה און זאל מיר האלטן פאר א כאניאק און איך זאל איהם האלטן פאר א...!

טאמער דו קענסט זיי זייער גוט, און דו שרייבסט וואס דו שרייבסט אדעתא דהכי, איז זייער נישט גוט. ווייל איך קען זיי אויך זייער גוט. דער משה יאסל ראזנער איז א נואף? א מטורף? א מנובל? דער טעללער איז אויך א נואף מטורף ומנובל. נו באמת, האסט געזען די יונגעלייט דארטן? זיי גייען נעמען א רבי אזוי ווי דו זאגסט. ביסט אראפ פון זינען?

איך בין מחנך מיינע קינדער צו זיין א איד 'די מערסטע וואס דו קענסט'. קענסטו ווייניגער פון מיר, נו, בעסער פון גארנישט. קענסטו בעסער פון מיר, אדרבא, שמחני נא. אבי דו ביזט א איד. דו מוזט דווקא זיין מיטן שטורעם, דעם 'שילד' פונעם חסידות איז נישט געגעבן געווארן בהר סיני. לכל היותר הייסט עס עובר געווען אויף אל תטוש תורת אמך. אבער כבר היו דברים מעולם.

ווען דו ראטעוועסט א איד פון 'קהילת לב טהור' און דו ווייסט נישט וואס איז דעם 'אלטערנעטיוו' פאר דעם, קענסטו חלילה גרינג אריין גיין אינעם גדר פון מונע את חבירו מדרך החיים.

ווען איך גיי אין בית מדרש און איך רעד צו דעם 'סלתה ושמנה', קען איך פארשטיין דיין צעקה, אז ס'איז גוט וואס שטעלסטו איין נאר צו מאכן בעסער. אבער דא אין קאווע שטיבל, וואס איז מיוסד אויף אינטערנעט, מיין איך אז טאמער א ערנסטער בחור/אברך איז דא אריינגעפאלן, אין לב טהור קען ער נישט ווערן ערגער, פון יידישקייט שטאנדפונקט. פון 'נארמאלקייט' שטאנדפונקט האב איך שוין געברענגט דעם רמב"ם.

תיקון טעות

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:37 pm
דורך קרני צבי
איך האב געשריבן: דו מוזט דווקא זיין מיטן שטורעם. איך האב געמיינט צו שרייבן: דו מוזט נישט דווקא זיין מיטן שטורעם. ייש"כ.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:10 pm
דורך לעיקוואד
קרני צבי האט געשריבן:ווען דו ראטעוועסט א איד פון 'קהילת לב טהור' און דו ווייסט נישט וואס איז דעם 'אלטערנעטיוו' פאר דעם, קענסטו חלילה גרינג אריין גיין אינעם גדר פון מונע את חבירו מדרך החיים.

אם אינו ענין לזה תנהו ענין לענין אחר. ודו"ק וד"ל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:33 pm
דורך גבאי שני
עס איז נעכטן אינמיטן טאג ארויפגעשטעלט געווארן א קליפ פון א דרשה וואס איז פול מיט ניבול פה און כפירה. דער ערשטער באריכט וואס מיר האבן באקומען אויף דעם קליפ איז געווען פינף מינוט צוריק - איבער 24 שעה נאכדעם וואס דער קליפ איז ארויפגעשטעלט געווארן. אינצווישן איז די הנהלה אויסגעשטאנען צו קריטיק פון [tag]חנניה זרח שטיגליץ[/tag] און [tag]בן תמליון[/tag], און די קריטיק איז געלייקט געווארן דורך [tag]sefish[/tag], [tag]ישמעאל הכהן[/tag] און [tag]מלא וגדוש[/tag].

ווילן מיר דעריבער איבער'חזר'ן וואס די הנהלה האט געשריבן אין דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער":

admin האט געשריבן:באריכט קנעפל - עס איז אוממעגליך צו שטיין על המשמר און באמערקן יעדע הודעה וואס טויג נישט. דער "באריכט קנעפל" איז געמאכט אז איר, טייערע חברים, זאלט דערמיט טון אייער פליכט און איינמעלדן אויף זאכן וואס זענען צריך תיקון. אויב איר זעט מ'האט געשריבן עפעס וואס טויג נישט איז עס אייער אחריות צו באריכטן. עס ווערט די אחריות פון דער הנהלה עפעס צו טון דערוועגן נאר נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן. יעדער איינציגער באריכט ווערט געזען, געפאלגט, און במקום ספק, דורכגעשמועסט צווישן די מנהלים און די אחראים. נאכאמאל, איר זענט אייניגע שותפים אין האלטן דעם מקום ריין - אז איר זעט א הודעה וואס טויג נישט און איר דרוקט נישט דעם "באריכט קנעפל", זענט איר דער וואס האט מחליט געווען אז די הודעה מעג בלייבן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:48 pm
דורך א שוויצער
זאל מען כאטשיג בריש גלי געבן אן באצאלטער עונש פאר די וואס זענען מכשיל אידען מיט מינות וניוול פה אדער לפחות לייגען שמירה ביים געשרייבעכץ ארום די נושא אז מען זאל חלילה נישט פארקריכען צו די כפירה באוועגונג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:58 pm
דורך שמעקעדיג
אדער אריינפירן אין העמק דבר, און אונז אלע וואס ווילן דאס נישט זעהן און הערן זאלן זיך אויסשרייבן דערפון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואס האט העמק דבר מיט ניבול ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א ישר כח פאר די מנהלים פארן מבער זיין יענע קליפ!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:37 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לאמיר זען הוגה ודענקער צו זיי קענען נאך אלס פארטיידיגן יענע קליפ יעצט ווען אפילו דע מנהלים האבן מסכים געווען אז ס'האט נישט געטארט געלייגט ווערן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:34 pm
דורך ברוך שאמר
גדעון האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:הייסט דאס נישט א קאמענטאר אויף א מענטש פערזענליך?

ליפא איז שוין א רב... ער האט שוין א ביהמ"ד, סאו מעג מען שוין רעדן אויף אים...

לויט ווי כאב געהערט האט ער זייער שוואך מנין וועגן א מעשה שהיה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
די ברסלב'ע פון עירמאנט האבן געמאכט א אייגן מנין, ווייל זיי ווילן דאווענען אין פירן ווירטשאפט אויף זייער סטייל. שבת הער איך איז יא איניינעם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:04 am
דורך לעיקוואד
וואס איז? די מנהלים זענען עפעס פוסקי הדור? גוט, עס איז זייער פלאץ און זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילען, אבער אין יענער ספעציפישער קליפ איז נישט געווען קיין ווארט כפירה אפילו לפי המחמירים ביותר. ניבול פה איז עס, לויט די שיטה אז די עף ווארט איז ניבול פה אין יעדער קאנטעקסט, א שיטה וואס איך זעה נישט מען זאל ענפארסירען דא אין שטיבל בדרך כלל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:29 am
דורך לעיקוואד
admin האט געשריבן: אז איר זעט א הודעה וואס טויג נישט און איר דרוקט נישט דעם "באריכט קנעפל", זענט איר דער וואס האט מחליט געווען אז די הודעה מעג בלייבן.

הייסט עס אז צענדליגער ניקס וואס האבען געזעהן דער קליפ און עס נישט באריכטעט, האלטן אז עס מעג בלייבען און איז נישט קיין פראבלעם. און אפאר וואס האבן באריכטעט און געשריבן דערוועגן האלטן אנדערש. איך רעכן גוט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 8:47 am
דורך בן תמליון
לעיקוואד יא מיר זענען ביי די "שיטה" אז דאס עף ווארט איז ניבול פה און דער רוב מנין ובנין דא ווערן אויפגעשוידערט פון דברי ניאוץ, ניאוף, חירף וגידף אברהם אבינו **** אף. פאר אייך זענען די רייד אמת ויציב אז איר פילט וויכטיק עס צו פארטיידיקן איינמאל און נאכאמאל, מעגליך אז די סטאנדארטן דא איז נישט פאר אייך, דא איז למעשה נישט קיין או טי די פארום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:36 pm
דורך לעיקוואד
נאר איך פארשטיי נישט בכלל וויאזוי דאס איז בכלל מזלזל געווען אין אברהם אבינו? אחוץ פון נוצען א ווארט וואס איז אייך נישט באקוועם? אדער איינער פון אונז האט בכלל נישט פארשטאנען די פוינט פון די דרשה?