בלאט 5 פון 5

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
עס קאסט $10 אריינצוגיין, אויסצוצאלן די קאסטן...?

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 2:39 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז, תפילת השל"ה ברוב עם איז דיר נישט ווערט קיין צענער? עסקנים ארבעטן יעצט אז פאר $20 זאל מען אין איינוועגס באקומען די בריוו פון ר' שמשון אסטראפאלער אויך.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 2:42 pm
דורך גאנצל
וואס טוט זיך מיט קבלת עומ"ש גייט מען נישט זאגן דארט איך האלט מ'זאל צו טיילן יעדע ד' מלך פאר א צווייטע רעבעצן

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:43 am
דורך שמעקעדיג
הנה זה בא

.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:45 am
דורך ראש הישיבה
אגב די אשכול האט זיך געעפענט וועגן א צניעות אסיפה וואס האט געזאלט פארקומען אין מאנסי. דער אסיפה איז לעת עתה אוועק געשטופט געווארן.
דא רעדט זיך וועגן א אסיפה איבער די אזויגערופענע גזירת הטעכנעלאגיע.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:58 pm
דורך גאנצל
קען מיר איינער זאגן פשט פון די אסיפה היינט ?

זינט ווען נעמט מען צאם פרויען זיי מסביר צו זיין א פירצה ?

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 3:10 pm
דורך הוגה
זינט מ'האט אויסגעפיגערט אז דאס איז נאך א וועג צו קאנטראלירן די מענער/מענטשהייט. הרב חיים יהושע האט פאריאר ביי א זיצונג פארגעשלאגן אז מ'זאל מאכן א סקולענער כינוס פאר די קינדער און מ'זאל זיי אינדאקטראנירן אז אינטערנעט, סמארט פאונס וכדומה איז אסור. מ'זאל אויסלערנען די קינדער אנצושרייען די עלטערן אויב זיי באנוצן זיך מיט אזאנע כלים.


.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm
דורך גאנצל
מילא קאנטאלירן די כלים מאכן תקנות איז הערבאר אבער די אלע כנסיות האט נישט קיין שום פשט מ'נעמט דעם סקולענע רבי אויף א רייד איך בין מוחה אויף די בזיון ת"ח

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:17 pm
דורך געפילטע פיש
מיינסט צו זאגן בזיון צדיק, יא?

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. די בילד פונ'ם פאוסטער איז נאר א משל. ס'פאסט דאך נישט צו ברענגען א פיקטשער ווי די נשים צדקניות זיצן/שטייען ביים מיטינג און זאגן מיט תפילת השל"ה הק' און באקומען ברכת צדיק... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:56 pm
דורך Big Boy
ראש הישיבה האט געשריבן:אגב די אשכול האט זיך געעפענט וועגן א צניעות אסיפה וואס האט געזאלט פארקומען אין מאנסי. דער אסיפה איז לעת עתה אוועק געשטופט געווארן.
דא רעדט זיך וועגן א אסיפה איבער די אזויגערופענע גזירת הטעכנעלאגיע.



Technology is just the excuse to get the people in. Once they have the ladies there tznius is all they will talk about. Because of course lack of tznius brings technology problems and technology problems bring a lack of tznius. It’s all interconnected. That’s what they think about all day. Their head is in every woman’s skirt.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:49 pm
דורך ודי למבין
אינטערסאנט, אינעם דערנעביגן אייוועלט טוט זיך אויף טיש און בענק איבער א יונגערמאן אין מאנסי וועלכע האט זיך געפונען אלל אף א סאדען אן א סקול פאר זיינע קינדער. די תגובות דארט איז געמישט מיט טפשות און רשעות לרוב.

טשעק איט אייט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=24219

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:27 pm
דורך ודי למבין
מאנסי איז די ערגסאע ווען עס קומט צו דעם. איך האב א גוטע חבר וואס די אזויגערופענע וועד איז אים דערגאנגען די יארן, ווייל... איינער האט זיי געזאגט אז זיין ווייבס בענד איז געווארן קלענער מיט צוויי אינטשעס! דאס איז א מעשה שהיה!

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:10 pm
דורך שמעקעדיג
פריש!
דאס מאל איז עס מיט די "פולסטע הסכמה בפיקוח זקני גדולי הרבנים שליט"א", אלזא איר קענט זיין רואיג.
דאס איז פון "אירגון שיעורי תורה".

.