בלאט 5 פון 6
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:19 am
דורך יין שרף
איך האב מיר אויך אויסגעטוהן די ווייסע זאקן די וואך, די גאנצע ביהמ"ד האט געלאכט אז איך גיי בארוועס...
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:27 am
דורך בעל הבית
ארבעס האט געשריבן:בעל הבית האט געשריבן:ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט
איך וויל דיר פרעגן.
א אינגערמאן וואס האט חתונה אין מתחילה גייט ער לאנגע הויזען, נישט ווייסע זאקען, איז דאס ציליב מה יאמרו הבריות?
ניין,אבער עני שריט וואס מענטש נעמנט איז עפעס אנדרזש,
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:31 am
דורך George
ארבעס האט געשריבן:ניין. איך בין אימבאקווען.
די שאלה איז וואס מיינט אומבאקוועם.
ווען איינער זאגט עס איז מיר אומבאקוועם קען מיינען פיזישע אומבאקוועמליכקייטן למשל ס'דריקט קוועטשט וכדומה, אסאך מאהל קען אבער אומקבאקוועם מיינען אומבאקוועם וויזוי מ'זעהט אויס, און ס'איז גארנישט ראנג מיט דעם, לאפוקי פון עטליכע דא וואס זאגן געב נישט קיין דעקל וואס יענער זאגט, רוב וואס זאגן דאס דאנט פרעקטיס וואט דעי פריטש, א מענטל געזונטער מענטש וואס איז מעורב בן הבריות גייט "יא" אהן וואס ארומיגע זאגן וועגן קליידער, אויפפירוג א.ד.ג. פארשטייט זיך ווען מ'נעמט עס נישט צו אן עקסטרים.
איך קען א יונגערמאן וואס האט נאך די חתונה שטארק קאמפלעינד ווי אומבאקוועם די ווייסע זאקן זענען, זיין ווייב האט אים געזאגט אז זי האט עס ליב, ער האט געטרייט עטליכע שיך ביז ער האט זיך צוגעוואוינט, און יעצט נאך א יאר האט ער עס אויך ליב.
בנוגע ל'אויס טוהן, ווענד זיך אסאך צן דיינע ברודערס /שוואגערס גייען מיט ווייסע זאקן, טאמער נאכן אויסטוהן גייסטו זיין אנדערש ווי א גרויס חלק פון דיינע סיבלינגס גייט כסדר ארויסשרייען די חילוק, וואס איז נישט אזוי בא'טעמט. ווי אויך ווענד זיך עס היבש מיט וועלכע מין טייפ די דרייסט זיך, חבירים, ביהמ"ד, וכדומה, אויב גייסטו יעדע שטיק צייט נאכאמאהל הערן דערפון (געדעקסט נאך ווען ארבעס איז געגאנגען מיט ווייסע סמייטע פוס?... וואס? נאכאלס נישט פארגעסן דערפון?) האב איך מורא העסט שוין חרטה האבן אויפן טויש.
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 11:36 pm
דורך ארבעס
איך האלט מען זאל עפענען א נייע אשכול וואס רופט זיך ״מה יאמרו הבריות״
איך האב געליינט אן ארטיקעל לעצטענס פין א אדם חשוב, א שטודיע ווייזט אהן אז קינדער פין משפחות וואס וואוינען אין געמישטע געגענטער פין פרומע אין אויך אסאך גוים , וואקסען אויף ערליכע, משא״כ קינדער פין משפחות אין לויטער אידישע פרומע געגענטער לעבט מען אלץ פאר יענעם, נישט ריכטיג פנימיות.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 12:08 am
דורך George
זייער אינטערעסאנט. מקור ביטע.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 12:51 am
דורך נולד מאוחר
חב''ד שליחם קינדער.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:28 am
דורך ציבעלע-קיגל
משה, דאס ביזסטו? אם סאררי ביזט גערעכט טו שנעל צוריק אן די ווייסע זאקען וועל איך דיר געבען א דזאב
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:01 pm
דורך ראש כבש
[tag]ארבעס[/tag] צוריק צום נושא פון אויסטוהן.
איך האב געטראכט צוויי מהלכים וויאזוי אנצופאנגען צוביסלעך.
א)
אפשר זאל מען קויפען א גערער הויזען וואס איז אביסעל לענגער פון די ווייסע זאקען הויזען, אזוי וועט מען צוביסלעך לענגער מאכען די הויזען און קערצער מאכען די זאקען, און שלבים צוביסלעך, בדומה צו וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט געצהט אז סלוינט זיך צוגיין צוביסלעך.
ב)
טוה נישט אויס די ווייסע זאקען אפילו מיט א לאנגע הויזען, לאז נאך די ווייסע זאקען אונטער די הויזען.
אזוי אויב איינער קאנפראנט דיך, קענסטו אייביג אונטערהייבען די הויזען, און ווייזען פאר יענעם אז בפנימיות גייסטו נאך יא מיט ווייסע זאקען.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:56 pm
דורך געפילטע פיש
אדער טוה עס אין סטעפס. הויב און ביי ווייס, נאכדעם גרוי, קענסט אפילו דורכגיין די פופציג שאטענעס פון גרעי.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:54 pm
דורך שמעקעדיג
אשפ"ג, געפילטע
אבער אונזערע געשעפטן פארקויפן נישט די אלע שאטנס, וואו קען מען זיי פארשאפן?..
דזשאסט פאר די רעקארד, איך פערזענליך האלט אז ווייסע זאקן שבת האט א חסיד'ישן חן, סאו אויב איינער וויל מיר געפעלן, זאל ער נישט טראכטן פון זיי אויסטון.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:29 am
דורך איינגעמיירעט
איך זעע אויך דערין א געוואלדיגע חן.
בוט for some reason האט עס נור א חן אויף מיין חבר׳ס פוס,אבער נישט אויף מיינס.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:19 am
דורך ארבעס
איך באמערק אינטערעסאנטע מהלך.
בדרך כלל די וואס זאגען טוה נישט אויס זענען די זעלבע וואס טראגען נישט.
די וואס זאגען שעם דיך נישט אין טוה יא אויס,,, אדער פייף אהן יעדער וכדומה, טראגען יא.
מה פשט ?
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:19 pm
דורך בעל הבית
למעשה איז זייער זעלטען ממש אחד מאלפאים וואס האבן אויסגעטהון
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:30 pm
דורך ארבעס
וואלסטי אויסגעטיהן די ווייסע זאקען ווען די גייסט אויף חול המועד טריפ?
כ׳האב שוין שלום געמאכט מיטן מצב אבער חול המועד אין פרעמד שטערט עס מיר זייער
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:08 pm
דורך לעיקוואד
איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..
אינמיטן יאר גייט ער אויך נישט ויש לך על מי לסמוך אויך נישט צו גיין אינמיטן יאר...
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:09 pm
דורך לעיקוואד
איך רעד דאך פון איינער וואס סתם שבת ויום טוב גייט ער יא..
גוטן מועד
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:57 pm
דורך moneyminded
איך פערזענליך האב א שוואכקייט פאר ווייסע זאקן , איך וואלט ווען אנגעטין ווייסע זאקן ווען איך קען , איז זע עס פאר זייער א שיינע מלבוש ,איך רעד נישט ווען די יעניגע וואס די זאקן איז שמוציג אין מער שווארץ מיט אויסגעריבענע שיך אין די בענדלעך הענגן , שיינע קלאפידיגע פערטעל שיך מיט שיינע אויסגעצובערטע ווייסע זאקן איז הערליך , איך האב טאקע דעם גאנצען מלבוש אין פורים למשל טי איך אן די גאהצע סעט אפילו א שיין ווייס וועסטל
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין פאר דיר.
לאך זיך אויס פון חעדען אין זאלסט טהון וואס עס שמעקט דיך אפילו אינמיטען יאר נישט נאר פורים
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:23 pm
דורך מאנסי חסיד
הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:46 pm
דורך ישראל קאפקע
די גרינדער, נישט מר. וואשינגטאן!
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:36 pm
דורך ארבעס
מאנסי חסיד האט געשריבן:הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן
ווער לאט דיך נישט
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:40 pm
דורך מאנסי חסיד
די עקרת הבית