בלאט 5 פון 6

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:52 am
דורך עס עפעס
כ'האב גראדע הנאה געהאט פונעם מיסט ארטיקל. נישט אייביג דארפן די ארטיקלען זיין עפעס פארגעשריטן, עפעס וויאזוי די אמעריקאנער רעגירונג טוט דאס אדער יענץ נישט ריכטיג, וכו וכו. ס'איז אן אינטערעסאנטע נושא פון וואס כ'האב קיינמאל בעפאר נישט געהאט געהערט, און אינטערעסאנט טאקע וויאזוי די וועלט'ס מידיא האט זיך פארנומען מיט הויפענעס מיסט

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:43 pm
דורך יידל
איך זע אז די בליץ האט אויך דעם חודש געכאפט דעם "דער גאווערמענט וויל אונז הרג'ענען" פיבער. מ'קען זיך שוין בארואיגן און שרייבן סתם אינטערעסאנטע נארמאלע ארטיקלן, ווי עס עפעס האט ארויסגעברענגט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:15 am
דורך ונבנתה העיר
אין 'שפאקטיוו' פון חודש תשרי ברענגן זיי דעם בילד מיט'ן צו-שריפט 'דער קייסער פראנץ יאזעף ... ווערט אויפגענומען דורך דעם אידישן פרנס'.

למעשה איז דאס דער פרעשבורג'ער רב ר' עקיבא סופר.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:50 pm
דורך שמעקעדיג
ער רעגט מיר אויף דעם חודש! א גאנצער שרעקעדיגער ארטיקל פון א ביאלאגישע אטאקע אויף אמעריקע ה"י, אבער עס איז בלויז א שטיק פאנטאזיע. א שאד די טינט און א שאד מיין צייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:40 am
דורך zurich
קען זיין אז ס'א שאד דיין צייט אבער ס'נישט קיין שאד די טינט! ער האט זיך געבראכן קאפ וויזוי פילט מען אן דעים ביילאגע דעים חודש

ווען ער ווייסט ווען אז ר'שמעקעדיג פון קאווע שטיבל וועט זיך רעיגן וואלט ער געטראכט צוויי מאל פארן עס אריינלייגן!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:03 am
דורך מרא דארעא
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:32 am
דורך ברסלבער
מרא דארעא האט געשריבן:דער ארטיקל איז געוועהן זייער אינפארמעטיוו, און איז געשטאנען ווייט פון די קאנספירעסי לאגער.


נישט צו ווייט. דארט האבן זיי אויך געמוזט צולייגן אז די קאנספעראציע טעאריקער האבן געזאגט אז עס איז געווען אן הכנה צו די 9/11 אטאקעס. איך ווייס נישט פארוואס לעצטנס איז כמעט יעדע ארטיקל אין די שטערן/שפאקטיוו אויף עפעס א וועג פארבינדן מיט קאנספיראציע טעאריעס. איך הייב שוין אן טראכטן אז די בני נח ארטיקל איז אויך עפעס א קאנספיריסי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:41 am
דורך מ גפני
ברסלבער האט געשריבן:
מרא דארעא האט געשריבן:דער ארטיקל איז געוועהן זייער אינפארמעטיוו, און איז געשטאנען ווייט פון די קאנספירעסי לאגער.


איך הייב שוין אן טראכטן אז די בני נח ארטיקל איז אויך עפעס א קאנספיריסי.


נאך ווי קאנספיריסי!!! מיט'ן מאכן א גזירה שוה צווישן בני "נח" און בני נ "נח" נחמ נחמן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:43 am
דורך ברסלבער
האמת אגיד אז עס האט מיר טאקע געבאדערט אז ער מישט אויס בני נח מיט אומאן, ווי קומט אריין דא אומאן? וואס בין איך שולדיג אז ער האט פונקט געשמועסט מיט דעם גוי אין אומאן?

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:22 pm
דורך שמעקעדיג
נעכטן געלייענט דעם דראמאטישן שפאנענדן ארטיקל אין דעם חודש ווי אפאר חברה האבן זיך אריינגעבראכן אינעם עף.בי.איי. אפיס, געוואלדיג!!
כ'האב שוין לאנג נישט געלייענט אזוינס, די הארץ האט מיר געבאכעט, אברי דא לדא נקשן, עס איז א גוטע מעשה און פיין אראפגעלייגט! ערליך ווערד יעדע קאפיקע!
נאך אזעלכע ארטיקלען ביטע!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:32 pm
דורך ברסלבער
עס האט מיר דערמאנט פון די עפיזאדן פון חזקי' המלך. די חילוק איז נאר אז זיי האבן טאקע געטוהן צו די זאך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:36 pm
דורך ברסלבער
אינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:25 pm
דורך smartinof
ברסלבער האט געשריבן:אינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:29 pm
דורך ברסלבער
ער רעדט נישט פון נייע ארגענעזאציעס, ער רעדט פון נייע טאקטיקן אין מארקעטן די ארגענעזאציעס. פון מאכן מקוה האנטוכער און קאווע גלעזלעך מיט לאגא'ס, ביז אראפברענגן א פאנעל פון רבנים מיט ילדי הפלא'ס וכדומה.
עיי"ש ותמצא נחת.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:38 pm
דורך smartinof
גיי איך שוין פארמעקן

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:41 pm
דורך ברסלבער
יעצט זעהט שוין אויס ווי איך האב גערעדט צו די וואנט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:45 pm
דורך ברסלבער
ברסלבער האט געשריבן:אינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.


עטליכע אויסצוגן פון דעם ארטיקל וואס איינער האט מיר צוגעשיקט.

[justify]איך קום אריין אין שול. די קלאמקע איז באצירט מיט דער לאגא פון "צדקה ומשפט", א מוסד וואס טיילט פּרעצלס פאר קינדער אין האנולולו און איז מזכיר נעמען ביים ציון פונעם גולם מפּראג. איך וויש אפּ מיינע בלאטיגע פיס אויפ'ן גרויסן טעפּיך פון "רפאנו ונרפא", א מוסד וואס העלפט מענטשן וואס ליידן פון אריינגעוואקסענע פיס-נעגל און זיי מאכן קאנצערטן יעדן ראש חודש צו דעקן די אסטראנאמישע קאסטן, איך הענג אויף מיין מאנטל אויף א הענגער פון "כי הם חיינו", א מוסד וואס פארשפרייט די וויכטיגקייט פון רייכערן נאר אי-ציגארעטלעך. איך נעם א גלעזל קאווע - דאס גלעזל איז פון "ברכי" אַן ארגאניזאציע וואס זאגט אויס אכציג מאל ברכי נפשי יעדן שבת נאכמיטאג און איז מזכיר אלע תורמים ביים נילוס ערב פּסח. די קאווע שטויב איז ברוין צו סימבאליזירן די ברוינע קאליר פון דער מעכטיגער ארגאניזאציע "עיטש סי זי", אַן ארגאניזאציע וואס ארלעדיגט פּארקינג פאר רבנים אין מירון. לאמיר שוין נישט אויסרעכענען אבער אזוי זענען די האנטעכער אין מקוה פון איין ארגאניזאציע, די זייפלעך פון א צווייטער, און אַן ארגאניזאציע האט מקנא געווען אין דעם זייף געדאנק האט אריינגעברענגט טישוס פון איין מוסד און טאשנטיכלעך פונעם קאנקורענץ.
*
אז מען וויל מאכן א דינער מוז מען מאכן א משונה'דיגן פּראגראם. א גוטער רעדנער און א בעל מנגן איז נישט גענוג, מען מוז האבן א דרייסיג טויזנט דאלאר'דיגע פּרעזענטאציע וואס זאל מאכן דעם עולם לאכן און וויינען, מען מוז ברענגען א מנין רבנים פון יעדן קאנטינענט אין דער וועלט, און לכל הפחות זיבן אנדערע סארטן פּרעזענטאציעס ביי וועלכע מען לעשט און מען צינדט אָן די לעקטערס.
און די איבערגעטריבענע דינערס ווערן ערגער און ערגער. ילד הפלא וועט זינגען? דאס איז שוין אייער נעכטנדיגע נייעס. מען מוז מאכן "ילד הפלא וועט זינגען מיט זיין זיידע זעקס דורות ארויף". באגלייט מיט א זעכציג-מענטשן ארקעסטער.
א איד וועט פארציילן וויאזוי ער איז געהאלפן געווארן? נע, דאס איז דאך ממש א קלישעי, מען דארף מאכן "תחיית המתים בשידור חי" אים אריינברענגען אין זאל אויף א שפּיטאל-בעטל און אים אויסהיילן אויפ'ן פּלאץ צו די אפּלאדיסמענטן פונעם ציבור.
א גדול בישראל זאל באשיינען? נע, דאס איז ווערטלאז, מען דארף אראפּברענגען די גאנצע סנהדרין פון ארץ ישראל און מאכן א פּאנעל וואו יעדער זאל פרעגן שאלות.
מען געט געלט פאר'ן פינעווער כאראקטער. פארוואס? זענען מענטשן ליבערשט וויליג צו געבן געלט פאר אַן אוגערקע ווי פאר אַן ארעמען ירושלימ'ער איד?
א ראפעל? נע, דאס איז גוט פאר די תש"נ'ס, מען מאכט א טשייניז אקשען, מיט דעם קומט ארויס א ביכל וואס קאסט א זיבעציג-אכציג אלפים צו דרוקן, פענסי און רייך, די פּרייזן זענען ווערט מיליאנען אויב זיי זענען אמת. א נסיעה קיין ארץ ישראל? נע, דאס פּאסט נישט. א נסיעה פון צען מענטשן אין ביזנעס קלאס, און א טאג פארדעם קען מען גיין איינקויפן אין אלע סטארס ממצרים ועד הנה פאר פריי.
פארוואס אזוי ארויפטרייבן די סטאנדארטן?
*
ווער איז שולדיג?
שולדיג זענען נישט בלויז די מארקעטינג פירמעס. שולדיג זענען די מענטשן וואס פאלן פאר די גימיקס! פארוואס זאל א מיטגליד פון אַן עם חכם ונבון זיך פארלירן און נישט שולט זיין אויף דעם צדקה געלט ווי א איד און ווי א מענטש?
די געטרייע עסקנים וועלכע ארבעטן פאר די הייליגע היימישע מוסדות און ארגאניזאציעס וויינען און באקלאגן זיך איבער דעם מצב צו וועלכן מען איז צוגעקומען היינט אז די ארגאניזאציעס מוזן אויסגעבן אזויפיל שווערע געלטער כדי צו קענען קאנקורירן מיט די גרויסע, און ע"פּ רוב פרעמדע "ברענד נעים" ארגאניזאציעס, וועלכע האבן אריינגעברענגט דעם סטאנדארט פון פּזר'נען געלט פאר מארקעטינג, ווייל אנדערש זענען זיי אין א סכנה פון נישט אויפטרייבן די מינימום סכומים וואס זיי דארפן צו קענען אנגיין פון יאר-צו-יאר.
א מוסד וואס האט פּרובירט צו נידערן די סטאנדארטן און מאכן באשיידענע פאנד רעיזערס, אָן קיין פּאמפּע און איבערקערענישן, האט בייגעוואוינט א געפערליכן רעדוקציע אין צדקה-איינקונפטן.
און די ברענעדיגע שאלה איז פארוואס?
הייליגע מוסדות וואס טוען באמת און העלפן אידישע קינדער אין רפואה, וועלכע העלפן קינדערלאזע פּארפעלקער, און סיי וועלכע מוסד וואס טוט גוטע זאכן דארפן באמת האבן אונזער שטיצע, מיר מוזן זיי ווייטער העלפן.
מיר מעגן אבער ניצן דעם חפץ וואס ליגט העכער דעם האלז און טראכטן: איז דער צוועק וויכטיג? מען מעג אויך ניצן דאס פּאמפּעדיגע קעסטעלע ביים ברוסט-קאסטן און דערהערן דאס געוויין פון דעם קינדערלאזן פּארפאלק אדער דאס קראנקע קינד, און גיבן צו די הייליגע מוסדות; אבער ניצן נאר די אויגן און קוקן פארגאפט אויף בליצעדיגע לעמפּעלעך און געבן נאר ווען מען גיט אויף אויף אויפרייסנדע דינערס, דאס נישט![/justify]

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:01 pm
דורך שעפטל
Shpaktiv Sivan 5774.jpg

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:27 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:
[justify]די קאווע שטויב איז ברוין צו סימבאליזירן די ברוינע קאליר פון דער מעכטיגער ארגאניזאציע "עיטש סי זי", אַן ארגאניזאציע וואס ארלעדיגט פּארקינג פאר רבנים אין מירון.[/justify]

און איך גולם האב געמיינט אז עס קומט סימבאליזירן די "צימעס" אפטיילונג אין קאווע שטיבל.
בין איך דער איינציגסטער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:31 pm
דורך שמעקעדיג
דא רעדט מען נאר וועגן דעם שפאקטיוו און נישט השקפה; אבער אז מען שרייבט שוין יא -- מען קען קיינעם נישט באשולדיגן איבער דעם מצב! עס איז פשוט געווען א הכרח, צווישן אזויפיל צדקה ארגאניזאציעס (ליידער), מער מקבלים ווי נותנים, צדקה צוועקן טוען זיך פארמערן דאפעלט ווי שוואמען נאכן רעגן, מוז מען מאכן איינער מער פונעם צווייטן, אז נישט באקומט קיינער נישט. סתם דער אויסרייד "צדקה" וועט נישט העלפן דא, ווייל קען איך דען אויסהאלטן אלע מוסדות אויף דער וועלט? יעדער איז דאך א רחמנות!! ממילא האט עס צוגעברענגט צו אזא נארישע קאמפעטישאן מצב, ווי יעדער בר דעת שטייט און שטוינט (מען האט עס שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט אין שטיבל).

ס'א שאד צו רעדן, עס וועט נישט בעסער ווערן אין דער נאנטער צוקונפט, בדרך הטבע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:44 pm
דורך ברסלבער
פאקטיש האט זיך די קאנקורענץ אנגעהויבן פון דרויסענדיגע. די ערשטע איז געווען 'עורה', איך ווייס נאכנישט עד היום אויף וואס זייער ארגענעזאציע איז געשטעלט און וועם זיי העלפן פונקטליך. אבער זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט באמת פון זייער ארגענעזאציע נאר פון זייערע מעכטיגע גורלות, למעשה איז דער עולם געפאלן דערפאר, און נאכדעם האבן שוין הצלה און אנדערע, וואס יעדער ווייסט וואס זיי טוהן, אויך געמוזט דאס נאכמאכן.
איז די שאלה פארוואס זאל מען מעסטן די צדקות לויט די בראשורן און נישט לויט די אייגנטליכע צוועק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:56 pm
דורך הדד בן בדד
ברסלבער האט געשריבן:איז די שאלה פארוואס זאל מען מעסטן די צדקות לויט די בראשורן און נישט לויט די אייגנטליכע צוועק.


ווייל כך הוא דרכה של פראפאגאנדע, עס ארבעט אויף די מח פון מענטשן, אפגעזעהן פון וואס דער אמת איז...

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:16 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט געענדיגט ליינען אין די לעצטע שפאקטיוו די דראמאטישע געשיכטע פון 2 יאר צוריק, ווי צוויי וואוילטעטיגע חברה זענען פארכאפט געווארן ביי די סאמאליע רויבער, און ווי אמעריקע שיקט אראפ א קאמאנדא אקציע, אוי ווי שפאנענד, דראמאטיש!

הערליכע דזשאב, שמעון! עס לוינט יעדן פעני. קיעפ איט קאמינג!!!!