בלאט 5 פון 10
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 7:25 pm
דורך שבת אחים
קאך_לעפל האט געשריבן:שוואך גענפערט. שוין ס'זאל זיין לאמיר טאקע הערן א שטיקל אפדעיט, וואס איז די מצב מיט די 3 טייערע נשמות? די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן מאכן עפעס פארשריט? אדער נאר ביי יאסעלע שוכמאכער ווען די מאמע האט אים געוואלט אפשמד'ן האבן זיי געקענט אויסגעפינען וואו ער באהאלט זיך?
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר
די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.
אויב דאס זענען די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!
איך גיי נישט יעצט אריין אינעם עצם שמועס אבער ס׳געפעלט מיר אז ווען מ׳רעד פין יאסלע שוכמאכער׳ס מעשה פון א היימישע פראספקטיוו לייגן זיי אראפ די מעשה ווי כאילו זיינע עלטערין זענען געוועהן מערדער אדער ווער ווייסט וואס, זי האט סה״כ געוואלט אז איר קינד זאל זיין אזוי ווי זי איז אין אזוי ווי 90 פראצענט כלל ישראל איז ! זי האט נישט געוואלט "אפשמד׳ן״ איר קינד זי האט געוואלט אז ער זאל אויפוואקסן סעקיולער און זי האט געהאט יעדע רעכט צי מחנך זיין איר קינד וויאזוי זי וויל און דער זיידע האט נישט געהאט קיין רעכט זיך אריינצימישען אין זיכער נישט צי קידנעפן דעם קינד פין די אייגנע מאמע
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 7:51 pm
דורך שבת אחים
קאך_לעפל האט געשריבן:נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר
די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.
אויב דאס זענען די
שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!
כהאב שוין אפאר מאל געהערט די מעשה, איך לייקען עס נישט איך וויל נאר וויסן האט עס א קראַנטע מקור חוץ פון דער איד , בלאט, אידישע ליכט ? ס'מאכט נישט קיין סענס
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:06 pm
דורך שבת אחים
שוין גענוג ! וועגן די אלטע מעשיות צוריק צי די דריי בחורים , איך וויל נישט זיין דער גורם וואס פארדרייעט די אשכול ... ס׳קוקט אויס ווי דער עולם דא איז זייער בייז
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:09 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:מנהלים טייערע איך מיין מען זאל צוטיילן דעם אשכול. א פחד ווי משוגע א אשכול קען פארפארן. עפעס איז ראנג מיט אונזער GPS
[center]אפילו אין איי.... האט מען געמאכט צוויי באזונדערע אשכולות
קאווע שטיבעל חזר בךביטע זיך האלטען צום נושא[/center]
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:11 pm
דורך שרייבער
[tag]טיטאניק[/tag] סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וועלכע קהלה באלאנגסטו
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:13 pm
דורך יין שרף
ער נעמט די גוטע זאכן פון יעדעם, די שיטה פון לובאביטש, מיט די ADITUDE פן סאטמאר...
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:34 pm
דורך סמבטיון
לפי קט שכלי, איז טיטאניק אן אויפגעקלערטע סאטמערע תלמיד, וואס האט איינגעזעהן ווי ווייט די פאדרייטע אויסגעוועפטע שיטה האט גענימען דאס סאטמערע יודענטום.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:46 pm
דורך טיטאניק
I love you all!!!!
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:28 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:31 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:45 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:55 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:56 am
דורך גאנצל
שלא ברשות [tag]שמעקעדיג[/tag] ושלא ברשות [tag]סאשי פיש[/tag] אפתחה פי למען כבודו ית'
איך הייב שוין אן צו פארשטיין פארוואס דער טיטאניק איז דערטראנקן געווארן אוודאי ער זעהט דאך נישט גראד
בס"ה וואס איך האב געשריבן איז זייער פשוט אז צו זאגן אז די צה"ל האט עפעס א כח איז א סתירה אין אמונה בד'
גאט ב"ה האט אונז געשיקט אין גלות אוועק פון אונזער לאנד אונז זאל מיר זיין אונטער די גוים און נישט האבן א אייגענע מלוכה און נישט האבן א אייגענע לאנד און נישט האבן קיין אייגענע מיליטער קיין אייגענע כח אזוי האט ער געשריבן אין זין תורה אין פ' בחקתי און תורה טריייע אידן האבן דאס מקבל געווען באהבה ובאנחה און אונז שמאכט מיר דא אין גלות און ווען דער גוי וויל אונז טשעפענען נעמען מיר דאס אן און אונז טו מיר גארנישט אליין זיך צו העלפן ווייל אונז ווארט מיר אז גאט ב"ה און נאר גאט ב"ה זאל זיך פאר אונז אן נעמען און אויב דארף מיר הילף גייען מיר בכפיפת ראש (אזוי דארף זיין עכ"פ) בעטן ביי די גויאשע ממשלה כאטש ס'שמעקט אונז נישט האב מיר נישט קיין ברירה
קומען די צה"ל און זיי לאכן זיך אויס דערפון דו זאגסט אונז טאר מיר נישט אונז וויל מיר יא אונז וועל מיר יא האבן א אייגען לאנד און א אייגן כח אונז דארף מיר נישט צו קומען צו דיר
ווילסטו זאגן אז פון אזעלכע חברה וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ און קיום באשטייט און איז מיוסד פון לאכן פון אויבערשטענס גזירה (ובלשונינו כפירה ) -אנדערש ווי די אמעריקאנע רעגירונג וואס באשטייט נישט פון כפירה כמובן - פון זיי גייט קומען א ישועה ? זיי גייען ראטעווען די בחורים ? איף דעט מעיקס סענס ביי יו דען גאו עהעד
איך פארשטיי אז צו זאגן פון צה"ל קען קומען א ישועה איז א סתירה אין גלייבן גאט ב"ה ווייל אויב אזוי איז פשט אז ס'איז דא צוויי וועגן חלילה אדער שטעלסט זיך צו מום בורא אדער גייסטו אויף דיין אייגן האנט און ס'וועט דיר אויך גיין פונקט אזוי גוט (ובלשונינו שוא עבוד אלוקים דו קענסט די ווערטער פון ערגעץ ?) חס מלהזכיר איר פארשטייט אנדערש ?
דאס איז וואס איך האב געשריבן אויבן אין קורצן אז פון זיי קען קיין ישועה נישט קומען יעצט זאגט מיר ביטע ווי קומט אריין סאטמאר רב ווי קומט אריין די שואה ווי קומט אריין שנאת גוי לישראל דעטס נאט די פוינט היר די פוינט איז איין זאך יעצט און אלעמאל ווען מיר האבן א פראבלעם קענען מיר נישט בעטן אדער האפן חלילה אז די צה"ל גייען אונז העךפן און דעטס איט
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:25 am
דורך ונבנתה העיר
וואס פאלט דיר ביי אז מען מעג זיך נישט העלפן?
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 5:46 am
דורך עפל סיידער
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז מען מעג זיך נישט העלפן?
אזוי האב איך מקובל פון אסאך פון דיינע רבי'ס, אן רב ממ''ש האט אויך מפעם לפעם געזאגט ווי זיי.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:14 am
דורך איחוד פעלד
אויפגעמאכטע באבע מעשיות ס'שטייט אין ערגעץ נישט.
ס'קיינער נישט איינגעפאלען אז מען טאר נישט. אידען פלעגען אייביג גלייבען אז די עשרת השבטים האבען א מיליטער, זיי האבען נישט קיין שלש שבועות?
קיינער לאכט נישט פין אויבערשטען ווען מען האט א צה"ל, דער אויבערשטער לאכט פין אפאר נארישע מענטשען, און זאגט, אידען כ'אב ענק צוריקגעגעגבען ארץ ישראל, אין ענקערע הענט, בויטס עס אויף, האלטס עס, מאכט עס ראוי, ווייל באלט ווערט נתגלה דער מלך המשיח אליין.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:30 am
דורך לאליפאפ
פארוואס די העלל קען נישט קומען א [tag]גבאי שני[/tag], [tag]קעלנער[/tag], אדער עני פון די הנהלה, און אפרוימען אלע סאטמארע אדער ציוניסטישע גארבעדזש וואס מ'פירקלט דא?? איר צושטערט דאך דא דעם גאנצן ארדענונג. גענוג.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:52 am
דורך עפל סיידער
לאליפאפ האט געשריבן:פארוואס די העלל קען נישט קומען א [tag]גבאי שני[/tag], [tag]קעלנער[/tag], אדער עני פון די הנהלה, און אפרוימען אלע סאטמארע אדער ציוניסטישע גארבעדזש וואס מ'פירקלט דא?? איר צושטערט דאך דא דעם גאנצן ארדענונג. גענוג.
אין דעי קעיס איז אייועלט אויסגעצייכענט, די סדרנים שטייען על המשמר, טיקעטס פליען אין גרויסען, די עף בי איי האלט א וואכזאם אויג צו רייניגען יעדע פארמינוט די סיסטעם דערפאר האבען זיי א געלונגענע צוויי באזינדערע אשכולות אויף די נושא, טראץ ס'איז אזא ברענעדיגע אישו פאר די דארטיגע איינוואוינער איז עס היבש אין די ראמען קעגן דא.
קאווע שטיבעל איז דערווייל נישט געאייגענט אז סאטמארע/ציוניסטישע נושאים זאלען דורכגיין אהן איבערפעלער און פלינדערייען.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:01 am
דורך שמעקעדיג
ריכטיג. קאווע שטיבל מאנגלט אין אחראים.
אדרבה, זענט איר גרייט צוצוהעלפן?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=734
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:04 am
דורך שרייבער
יין שרף האט געשריבן:ער נעמט די גוטע זאכן פון יעדעם, די שיטה פון לובאביטש, מיט די ADITUDE פן סאטמאר...
ווער ער נעמט ווען די סאטמאר שיטה מיט א ליבאוויטשער עדיטאט וואס ער בעסער אויסגעקוקט....
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:32 pm
דורך היסטאריקער
שבת אחים האט געשריבן:[quote
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.
אויב דאס זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!
כהאב שוין אפאר מאל געהערט די מעשה, איך לייקען עס נישט איך וויל נאר וויסן האט עס א קראַנטע מקור חוץ פון דער איד , בלאט, אידישע ליכט ? ס'מאכט נישט קיין סענס[/quote]
איסר הראל פארציילט עס אליין אין זיין בוך
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל איך בין מיט דיר, סך הכל האב איך געבעטן - אזוי ווי אונזערע ברודער אין אייוועלט - אז מען זאל אפטיילן נייעס פון השקפה.
יעדע מאל איך זעה מיט אנגסט עס איז דא עפעס נייעס אין דעם אשכול, קום איך אריין ליינען מיט א האפענונג פאר בשורות טובות, נאר כדי זיך אנצושטויסן יא סאטמאר ויואל משה נטורי קרתא אדער נישט... פאר א גוט יאר!
פארשטייסט מיין טענה? יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:59 pm
דורך גאנצל
ביסט 100 % גערעכט כ'האב טאקע געטראכט מער ווי צוויי מאל פאר כ'האב דעס געשריבן אבער איך האב מחליט געווען אז אויף די וועג ווי זוי די נייעס ווערט איבערגעגעבן איז זייער נישט אויסגעהאלטן (נישט אלס סאטמאר ) האב איך געטראכט איינמאל מעיר צו זיין טאקע אין די נייעס אשכול
אבער איך האב שוין יוצא געווען מיינס און פון יעצט ווייטער וועל איך נישט דא מעיר זיין בל"נ
ספעשילי נאכדעם וואס איך זעי ווי זוי [tag]איחוד פעלד[/tag] האט אזוי לופטיג גענטפערט נישט געבעיסט אויף גארנישט