בלאט 5 פון 11

ביים בין השמשות פון חרדיזם

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:33 am
דורך יואליש
איינער פון מיינע קינדהייט-העלדן איז רבי אלי' חיים מייזל, רב אין לאדזש. כ'האב מסתמא בשעת מעשה, ווען כ'האב געלייענט זיין ביאגראפיע ווי געשילדערט דורך מנחם-מענדל'ען, זיך אליין נישט געכאפט פארוואס איך בין אזוי נתפעל פון אים. צוריקקוקנדיג, האט מיך געכאפט זיין אייגנארטיגקייט אינעם זיין א מענטש פון טאט. אין יענעם בוך, "דאס לעבן און שאפן פון רבי אלי' חיים מייזל", ווערט צווישן אנדערן דערציילט וועגן דער כאלערע מגיפה וואס האט באטראפן יענעם ראיאן, און ווי דער לאדזשער רב האט די עפידעמיע באקעמפט אויף אלע פראנטן מיט ממשות'דיגע פעולות. הרב מייזל האט געקעמפט פאר די רעכטן פון ארעמע און בא'עוולה'טע. נישט לאנג צוריק האב איך געלייענט אז ביי זיין לוי' האט זיך באטייליגט א ריזיגער עולם פון פרייע אידן און אפילו נישט אידן -- ארבעטערס וואס זענען ביז דעם לאדזשער רב עקספלואטירט און באקריוודעט געווארן דורך זייערע רייכע באלעבאטים.


וואו איז ער היינט? וואו נעמט מען א לאדזשער רב?


אדאנק דעם סיטיפילד-כינוס, איז אנטשטאנען אן אויפוואכונג איבער דער אינטערנעט'ס ראלע אין דער חרדישער געזעלשאפט. אלע רעדן פון די פראבלעמען וואס דער אינטערנעט האט מיט זיך געברענגט ביים אריינקומען אין אונזער לאגער. דער איינדרוק וואס באקומט זיך אבער איז אנשטאט א פאקוס אויף עפעס ממשות, איז די ענערגיע פארוואנדלט געווארן אין א פארמעסט איבער ווער קען שרייען העכער און שארפער קעגן דער "סכנת האינטערנעט".


דער אינטערנעט איז דא און וועט דא בלייבן. דאס איז נישט קיין רעטארישע דעקלאראציע, נאר אן אבסערוואציע, א טרוקענער פאקט. אחוץ חרדישע אידן, זענען מיר אויך ביזנעסלייט און אינדיווידואלע מענטשן מיט פארשידענע אינטערעסן אין לעבן. דאס זענען די סיבות פארוואס און וויאזוי אינטערנעט איז צו אונז אריינגעקומען, קעגן דער הוראה פון רבנים. דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער אינטערנעט האט דערווייל איבערגעלעבט אלע אטאקעס קעגן איר.

און דאס איז ווייטער די סיבה פארוואס דער אינטערנעט וועט דא בלייבן.


נעמט זיך, טייערע אידן, אין קאפ אריין: דער אינטערנעט איז געווארן -- געווארן, בלשון עבר -- טייל פון אונזער לעבן. ס'איז א געשעענער פאקט. איך זאג עס נישט מיט טריאומף, ווייל איך פארטרעט נישט דעם אנדערן צד אין דעם קאמף. איך זאג עס בניחותא, ווי א פאקט וואס איז דא, צו וואס יעדער וואס לייענט די שורות וועט מסכים זיין.


וואס איז דערווייל נישט דא איז דער חורבן וואס דער אינטערנעט איז בכוח צו ברענגען אויף אונזער געזעלשאפט ווי א כלל. יא, חורבנות און קרבנות זענען פאראן, בשפע. דאס איז אבער נאר אויף יחידים. א חורבן אויף אונז ווי א קהילה האט דער אינטערנעט נאכנישט געמאכט. איז ער אבער זייער עלול דערויף; ער פארמאגט די כלים וואס פעלן זיך צו דעם אויס. פילטערס און אינטערנעטלאזע סעלפאונס זענען זייער גוט; אבער ווידעראמאל, זיי זענען גוט צו העלפן יחידים; צו ראטעווען נאך איינעם און נאך צען און נאך הונדערט מענטשן פון אנקומען וואוהין זיי אליין ווילן נישט.


די אלע זאכן העלפן אבער קיין משהו נישט אויף דעם נייעם מציאות פון אפנקייט און פרייער צוטריט צו אומגעפילטערטער אינפארמאציע. ס'איז שוין יעצט נישט קיין אינטערשייד צי דער דאזיגער פענאמען איז גוט אדער שלעכט. איינמאל ס'איז געווארן א פאקט, דארף מען זיך מיט אים ספראווען. מען דארף זיך אפגעבן מיט'ן מציאות ווי ס'איז, נישט ווי ס'וואלט געזאלט זיין. די קעגן-אינטערנעט מערכה ווערט יעצט געפירט ווי גלייך דער אינטערנעט וואלט געשטאנען פארכאפט אין א טראפיק ביי דער וועריזאנאו בריק. פארשטאפן די אויערן און פארדעקן די אויגן וועט אבער גארנישט משנה זיין פונעם פאקט אז נישט נאר איז ער שוין אראפ פון הייוועי, נאר ער האט זיך באקוועם געמאכט אין אלע אידישע הייזער פון שטאט. גיי שריי פוי קעגן די צדוקים און שומרונים. אזא פנים טראגט עס.


אין חב"ד איז מען זיך נוהג אז אנשטאט קעמפן, ווערט די טעכנאלאגיע אריינגעברענגט אין אידישקייט. יעדע טעכנאלאגישע ערפינדונג ווערט נאך איינגעשפאנט אין דער ארבעט פון פארשפרייטן אידישקייט. נישט יעדע אידישע קהילה האט אזא מסורה. אבער מיר האלטן שוין יעצט לאנג נאך דער דילעמא פון אריינברענגען דעם אינטערנעט אדער לאזן אינדרויסן.


אין גוזרין גזירה על הציבור, אלא אם כן רוב ציבור יכול לעמוד בה. ואומר: "עת לעשות לה', הפרו תורתיך." יא, "חדש אסור מן התורה" איז איינער פון צענדליגער אנדערע מאמרים וואס ווערן נישט זעלטן געניצט צו בארעכטיגן פוילקייט און פחד כלפי גיין אויף אומהיימליכע וועגן. אבער אויב דער הפרו תורתיך ווערט במילא געניצט אויפ'ן גרויסן פארנעם -- יעדער ווען אים קומט אזוי אויס -- מעג מען אים דא, ווען קיין אנדערע ברירה איז במילא נישטא, אויך ניצן. וויאזוי? איך ווייס נישט; וואס מען טוט יעצט, באשפרייען און באשפייען א פאקט פון לעבן, איז אבער נאענטער צו טפשות ווי תורה.



(גענומען פון די בלאג: http://veltelech.blogspot.com/2012/05/blog-post_30.html)

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:39 am
דורך אבי גערעדט
פאר די דאזיגע סיבה האבן די רבנים טאקע נישט געטון כמעט אין די ענינים, אחות דרשות שטייצעך, אבער איצט דארף מען בכלל נישט קיין רבנים, בבחינת טרם יקראו ואני אענה, דער עולם איז גרייט פאר טשעינדש, דער עולם פארלאנגט ריינקייט אין טהרה, כלל ישראל איז אויפגעשאקלט, אין לדעתי איז דאס די חשבון פון רבנים וואס פרובירן ארויסצונעמען די מאקסימום פונעם מצב, (ניין, איך בין נישט געווען ביים כינוס, אין איך האב יא א סמארטפאון, אבער דער מציאות פאטשט)

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:54 am
דורך לעמיל
א כולל אינגערמאן זאגט מיר אז די ראש הכולל האט געזאגט אז ווער עס האט טעקסט וועט נישט באקימען כולל געלט איז א האלבע כולל האט געפרעיגט וואס איז טעקסט אין די אנדרע האלב האט געפרעיגט וואס איז דאס כולל געלט..........

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:10 pm
דורך לעמיל
גדעון האט געשריבן:גרויסע אסיפה יעצט אין עטרת אברהם פון אלע כוללים פון סאטמאר מהרז"ל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנרוי און מאנסי מיט הוקאפס צו ארץ ישראל, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער און אנטווערפן.

די נושא: סעלפאונס מאושר - אנע טעקסט מעסעזשעס

בילדער פין די כינוס
http://www.jdn.co.il/news/80366

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווארט צו זעהן די מחזה ווען דער כולל'ניק וועט ארויסגיין אין וועלט און נעמען א טעקסט בבושת פנים און באקומען א אומגעהויערע דראנג צו זינדיגן מיטן טעקסט, און ממש ווערן אויס מענטש פון אן אימעיל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:24 pm
דורך דבילה
לכאורה 'עט איינס פון די אפעקטן פון דעם כינוס זיין א ריבוי אין שלום בית: viewtopic.php?p=15402#p15402

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 1:18 am
דורך געפילטע פיש
ביהמ"ד וויען ב"פ: ווער ס'האט אומגעפילטערטע אינטערנעט טאר נישט דאווענען דא!

בילד

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 7:41 am
דורך ידען
איך הער אז אין די סאטמארע כוללים איז שוין צוריק צו די אלטע צייטן, מ׳שיקט זיך צעטלעך איינער פארן אנדערן אונטערן טיש...

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 7:44 am
דורך איך אויך
קופערניקוס האט געשריבן:איך ווארט צו זעהן די מחזה ווען דער כולל'ניק וועט ארויסגיין אין וועלט און נעמען א טעקסט בבושת פנים און באקומען א אומגעהויערע דראנג צו זינדיגן מיטן טעקסט, און ממש ווערן אויס מענטש פון אן אימעיל.

אין וועלכע טיאטער ווילסטו דאס זעהן?

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 7:31 pm
דורך שמואל הלוי
(קרעדיט מנשה לוסטיג)

בילד

נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 11:19 pm
דורך שמואל הלוי
אין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016

נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 11:46 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016

ס'מיר גוט. איך מיין כ'על מוזן איבערמאכן קידושין....

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:52 am
דורך איינער
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016


ענטאנשאן זיכער

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:28 pm
דורך שמואל הלוי
בילד

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 3:37 pm
דורך יידל
הענגט אין ויזניץ 6 לי עוועניו, וומסב"ג
viznitz.jpg

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 5:07 pm
דורך משכיל
היוצא לנו מזה:

פרנסה = צריך לשקר כדי לקבל פראגראמן

חינוך= צריך לשקר כדי שיתקבלו בניכם\בנותיכם למוסדות

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 8:51 pm
דורך יידל
מיר האט שטארק פארדראסן אין דעם וויזניצער צעטל אז ווען איינער דארף דאס פאר פרנסה "וועט די וועד באזונדער דן זיין דערויף".

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:18 pm
דורך איינער
יידל האט געשריבן:מיר האט שטארק פארדראסן אין דעם וויזניצער צעטל אז ווען איינער דארף דאס פאר פרנסה "וועט די וועד באזונדער דן זיין דערויף".


יא די וועד, וועט דעסיידן צו די מעגסט אליין האבן פרנסה, אן דארפן שנארן פון דעם עושר פון שול, אדער צו צוקומען צו די טובות פון דיין רבי ווען די דארפסט חתונה מאכן.

דאס איז א חלק פון זייער מעסטער פלאן צו מאכן זיכער אז זיי זענען אין קאנטראל.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:23 pm
דורך איינער
תעודת אישור! א נייער מיטל אויף קאנטראל.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:30 am
דורך משכיל
רבותי דאס איז נאר דער אנפאנג, עס קומט נאך טעראר און דיקטאטען מיט גזירות חמורות און עקרטעמיזם,

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:48 am
דורך דבילה
געהערט פון א כלי שני:

הרב י"ז גיפס דומץ ווין ב"פ האט נעכטן נאכט ביים שיעור צוגעגרייט א טעקנישאן אויף די זייט און אזויווי די בעלעבאטים זענען אריין געקומען האט ער זיי געהייסן ווייזן די סמארטפאונס און דיסעיבלט די אינטערנעט...

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:04 am
דורך זר זהב
איך גלייב אז אימעיל האט ער נישט דיסעיבלט.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:22 am
דורך משכיל
האט איינער נאכגעזוכט צו די אלע גזירות זיינען ליגאל ? צו איז דאס נישט דיסקרימינאציע נישט אריין נעמען א קינד ווייל זיין טאטע האט די אינטערנעט, און נאך אנדערע לעגאלע פראבלעמען וואס די גזירות האבן