בלאט 5 פון 14

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:01 pm
דורך shem-tov
סמבטיון האט געשריבן:אין איך זאג דיר אז ווען סאטמער רב לעבט היינט, וואלט ער אליין געדאווענט אין פארגאסן טרערען די צה"ל זאלען געווינען.


צ"ל זיי זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

באמת איז דאך א פחד און א שרעק וואס דא טוט זיך אפ די לעצטע פאר וואכן. די ווייטע מיסילס ה"י. די הפגנות אין פרענס ועוד. די שרעקעדיגע טונעלס. די אנטשלאסענקייט פון די חברה צו גיין עד הסוף. ומי יודע ווי דאס וועט זיך ענדיגן. וואס קען די מדינה טאן. זיי קוקען אויס צוקלאפט און צובראכן. זיי וועלן נאך באלד טאן זאכן פון יואש און דאן זענען מיר אלע דומט. און די מיען טיים צינדט זיך אונטער א פייערעל פון אנטיסעמיטיזם אין די גאנצע וועלט. ר"ל
איך שמעק שוין משיח מיט די אלע נבואות

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:12 pm
דורך מאטי
כאילו די לעצטע צוויי טויזענט יאר איז נישט געווען אזוי, אדער ערגער.

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:26 pm
דורך שמעקעדיג
shem-tov האט געשריבן:איך שמעק שוין משיח מיט די אלע נבואות

שמעקעדיג, הא?

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:42 pm
דורך וויליאמסבורגער
אפטעמיסט האט געשריבן:יעצט ווערט באריכטעט אז נאך 7 סאלדאטן זענען אומגעקומען אין שלאכטן אין עזה. דאס ברענגט ארויף די צאל אומגעקומענע סאלדאטן צו 25 רח"ל. הי"ד.

איך כאפ נישט פארוואס מ'שרייבט "הי"ד" אויף סאלדאטן וואס זענען נעבעך אומגעקומען. ס'איז זייער ביטער אבער מלחמה איז מלחמה, קענסט האבן טענות אויף כאמאס פאר'ן מלחמה האלטן קעגן סאלדאטן?
דאס איז אנדערש פון ציווילע קרבנות וואס מ'דארף אוודאי שרייבן הי"ד.

אזוי טראכט איך, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט.

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:46 pm
דורך מאטי
Unbelievable...

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:51 pm
דורך קאווע טרינקער
הי"ד
ה' י'נקום ד'עתך
די וואס האבן דיין דעת פארשווארצט.

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 7:56 pm
דורך shem-tov
מאטי האט געשריבן:כאילו די לעצטע צוויי טויזענט יאר איז נישט געווען אזוי, אדער ערגער.


ווי וועלן די אלע יודן איצט גיין? קיין ניו יארק? מען רעדט דא פון פרישע זיבן מיליאן. נפשות..

איין טאג גייט מען טרעפן ביבי זיך ארומדרייען ביי שומר שבת אין בארא פארק מסביר זיין פארוואס די מדינה האט זיך נישט אויסגעארבעט. ווען מע פאלגט מיך ווען בלא בלא בלא... ציפי וועט זיך דרייען אין די אפער וועסט סייט ווייטער שעלטן די חסידים אז זיי זענען אלעס שולדיג. שמעון פערעס וועט קענען ווערן פרעזידענט פון די מונקאטשע קהלה און זיך אנטאן א שטריימעל... סוועט זיך פארמערען טעקסי דרייוער לרחצה.. אוי וויי וואס גייט נ"ק טאן?. אביגדור ליבערמאן גייט אנפירען א ריזיגע קאנסטראקשען קאמפעני וואס באלאנגט פאר א סאטמערע חסיד ... די רביס וועלן נישט וויסען פון קיין צרות יעדער מיט זיינע טישן און מוסדות.. יעדער וועט דערציילן וויאזוי זיין רבי האט דאס שוין אלעס פאראויס געזעהן...
נא וואס נאך. ווער קען עפעס צולייגען? פאר סוכות וועט מען זעהן עדס פון געוועעזנע איי די עף חברה אז זיי קענען גוט בויען... און צוווארפן... דער ח"כ פרוש מיט די הענדקאפס וועט זיך ארומדרייען אויפגערעגט פונקט ווי אמאל...די איזרעליס וועלן אנהייבן צו רעדן פון משיח מיט גאולה עפעס וואס זיי האבן כמעט קיינמאל נישט געהערט... איינער עפעס א רייסער פרעגט דעם אלטן ביבין פארוואס האט מען נישט געשאסן דעם אטאם? אז סאיז שוין סייווי געווען צרות. רופט זיך ביבי אן. הייסט עטס האטס אונז טאקע געגלייבט אז מיר האבן דעם אטאם און ער שיסט פאר געלעכטער כא כא כא. בקיצור סקומט גוטע צייטן לאמיר זיך מחזק זיין

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 8:00 pm
דורך מאטי
יא יא אין 1967 האט נאצער און סאדאם חוסיין געזאגט די זעלבע זאך.. שאץ נישט אונטער דיין רבינ'ס סיטרא אחרא....

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 10:12 pm
דורך בר דעת
מאטי האט געשריבן:יא יא אין 1967 האט נאצער און סאדאם חוסיין געזאגט די זעלבע זאך.. שאץ נישט אונטער דיין רבינ'ס סיטרא אחרא....

מאטי איז ציפעדיג....

צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:48 am
דורך ראש הישיבה
צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער

צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 4-6

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:50 am
דורך ראש הישיבה
צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 4-6

צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 7-9

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:00 am
דורך ראש הישיבה
צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 7-9

צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 10-12

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:02 am
דורך ראש הישיבה
צהל סאלדאטן העלפן פאלעסטענער 10-12

רחמיו על כל מעשיו

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:03 am
דורך ראש הישיבה
רחמיו על כל מעשיו

לדעתי איז א מצוה לפרסם די אלע בילדער וואס באקומען נישט קיין דעקונג אין די midia

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
זשאן סטוארד איז ממתיק די דינים. ער איז א מומחה מיט נעמען א ביטערע אישו, און ווייזן די קיצונות אויף ביידע זייטן מיט געלעכטער.

http://thedailyshow.cc.com/videos/7wnfe ... out-israel

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיינסט זיכער צו זאגן אז זיינע שרייבער זענען מומחים

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:16 pm
דורך ישראל קאפקע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זשאן סטוארד איז ממתיק די דינים. ער איז א מומחה מיט נעמען א ביטערע אישו, און ווייזן די קיצונות אויף ביידע זייטן מיט געלעכטער.

http://thedailyshow.cc.com/videos/7wnfe ... out-israel

Love it
?Ukraine
:lol: ......yeah I'm good with that

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:20 pm
דורך ישראל קאפקע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מיינסט זיכער צו זאגן אז זיינע שרייבער זענען מומחים

וואס א חילוק,
האסט זיך אנגעהערט מיט מארק לעווין'ס היסטערישע rants?
וואס איז עס נוגע צום עצם ענין?

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:22 pm
דורך ישמעאל הכהן
קיינמאל געהערט לעוין

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:24 pm
דורך ישראל קאפקע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:קיינמאל געהערט לעוין

אויב אזוי אנטשולדיג איך זיך.
היתכן טאקע נישט?
Radio reporter for"
קאווע שטיבל"

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
כ'האב איהם קיינמאל געגליכן

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:32 pm
דורך ישראל קאפקע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:כ'האב איהם קיינמאל געגליכן

Me neither.
אן אנגעצויגענע נערוועזער מענטש, שרייט און שעלט כסדר,
כהאב נאר געהערט יעצט א קליפ ווי ער שעלט צוזאם דזשאן פארן מאכן ליצנות פון די איצטיגע קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 1:57 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]איך האב באקומן אין אימעיל:





לא להעביר עד שלא קוראים פרק תהלים לרפואת החייל שנפצע בגבול עזה מרדכי חי בן ברכה יהודית. ולרפות החייל אוהד בן אריקה שניהם במצב קשה !!

כמו"כ תתפללו על הקצין חגי בן שרה שנמצא במצב אנוש ונלחמים על חייו


כל מי שרואה את ההודעה שיעשה חסד וישלח את ההודעה לחמישה אנשים בלי לשבור! שימשיכו גם הם לשלוח!״כל המתפלל על חבירו נענה תחילה״ 
בשורות טובות!



שיר למעלות אשא עיני אל ההרים מאין יבוא עזרי עזרי מעם ד' עושה שמים וארץ אל יתן למוט רגלך, אל ינום שומרך, הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, ד' שומרך ד' צלך על יד ימינך יומם השמש לא יככה וירח בלילה ד' ישמורך מכל רע ישמור את נפשך ד' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם

לא להתעצל זה בדיוק שנייה לקרוא דחוף מאוד!!!!!!!!!

כל מי שרואה את ההודעה שיעשה חסד וישלח את ההודעה לחמישה אנשים בלי לשבור! שימשיכו גם הם לשלוח!



[/justify]