בלאט 5 פון 5

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:24 pm
דורך כוכב
די מאמענט האט א קאלום 'יא עס איז אמת' שרייבן זיי אז אין אמעריקא ווערט אויסגענוצט פינף און צוואנציג טריליאן האט קאפס א יאר וואס איז ב'ש און זיכער א טעות.
דער בליץ האט אויך אזא סארט קאלום מיט אינטערעסאנטע פאקטן שרייבן זיי אז די דריי טייערסטע ברענדס זענען קאקא קאלע, מארלבארא, און באדווייזער.
דאס איז מן הסתם אן אוטדעיטעד אפשאצונג פון צענדליגער יארן צוריק ווען היינט האבן מיר אזעלכע ברענדס ווי גוגל, עפל און נאך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:37 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט... אזויפיל קטנ'ען זיי?.............

א יעדער א ביסל. נישט אלע אויף איינמאל. ווייל אילו, לא היה העולם יכול להתקיים... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:26 pm
דורך איש עברי
144] די שווארץ אפעל פון די אויג איז די זעלבע מאס פון געבורט.. און די נאז און אויערן הערן נישט אויף וואקסן ביזן טויט...


סייענטיסטן האלטן אינמיטן אויסטרעפן די סוד פון אייביגע לעבן, קומט אויס אז מיר וועלן זיך דרייען מיט עלעפאנט נעזער, און שרעקעוודיגע פליישיגע אויערן, אוי ווי טוב לי מותי מחיי...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:00 pm
דורך ונבנתה העיר
עס פאסט זיך טאקע אז אלס גרעסערע זקנים, מיט סענטעריס פון חכמה צו פארקויפן פאר די אומוויסנדע יונגווארג, זאלן האבן א גרעסערן שטח אויסצוגלעטן איידער זיי הייבן אהן מיט די דברי חכמה...

ווי אין פסוק שטייט: אף חכמתי עמדה לי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:29 pm
דורך טעפל
שכוח [tag]יין שרף[/tag] טאקע אשיין רואיג ווינקל צו בארואיגען די נערווען..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:06 pm
דורך לאליפאפ
סמבטיון האט געשריבן:ספלענדא איז 600 מאל זיסער ווי צוקער.

ביסט נישט נאריש, ריכטיג?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:03 pm
דורך סמבטיון
146) מאטצארט האט קאמפאזירט איבער 600 נגינום בעפאר ער איז געשטארבן אין יונגען עלטער פון 35 יאהר.
147) א יעדע 10-13 סקונדען געט'ן זיך א פארפאלק .
148) א יעדע סעקונדע ווערט פארקויפט 2 בעבי דאללס.
149) עס איז מעגליך צי זיין דעשראקן צום טויט.
150) דע ערשטע קאמפיוטער פראגרמער אין די וועלט איז געוועהן א פרוי מיטן נאמען אדא לאבלעק אין 1842.
151) 57 פראצענט מענטשן רעדן מער צי מענטשן אנליין ווי אין ריעל לייף.
152) גוטע ליגנערס קענען שנעלער דערגיין א צווייטענס ליגענט.
153) גענעצן מיז נישט אלעמאל מיינען די ביזט מיד, אמאל מיינט עס אז דיין גוף דארף מער חמצן.
154) די אות L איז אויף די רעכטע זייט פונעם קאמפיוטער, אין די אות R איז אויף די לינקע זייט.
155) צולייגן זאלץ צי פיינעפל מאכט עס זיסער.
156) די קענסט אייביג זעהן דיין נאז, אבער די מח מאכט די זאלסט עס איגנארירן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:58 am
דורך סמבטיון
157) שווימען גלייך נאכן עסן איז געזינטער, כאטש איהר האט לכאורה געהערט פארקערט.
158) ספארהאן א מאשין וואס פארוואנדעלט שוויץ צי ריינע טרינק וואסער.
159) דאלפין'ס זענען די איינציגסטע באשעפעניש וואס ריפען זיך ביי די נעמען.
160) 1 פון 10 אמעריקאנער איז שוין באגאנוועט געווארן מיט זייער איידי.
161) נייגעריגע מענטשען גדוירט לענגער איינצישלאפן.
162) 99 פראצענט מענטשען אין עסטאניע האבן בלויע אויגן.
163) בערך העלפט עסן אין די וועלט ווערט יערליך אוועקגעווארפן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:03 am
דורך לית דין בר נש
סמבטיון האט געשריבן:157) שווימען גלייך נאכן עסן איז געזינטער, כאטש איהר האט לכאורה געהערט פארקערט.

שטייט נישט אין רמב"ם פארקערט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:04 pm
דורך סמבטיון
איך האב זיך פריער אנגעשטויסן מיט דעם אשכול, האב איך געקלערט מוסיף צו זיין..

164) יעדער פון אינז שערט זיין יום הולדת מיט נאך 9 מיליאן מענטשן.
165) דע פרייז פון געז אין ווענזואלה איז 6 סענט פער גאלאן.
166) פליען מיט אן עירפלעין איז מער פארזיכערט ווי פארן מיט א קאר.
167) באדווייזער ביר, קען געניצט ווערן אלטס העיר קאנדישענער.
168) א מענטש שלינגט טעגליך בערך 600 מאל אן אריינטראכטן.
169) קיקן דארך א קליינע לאך פארשטערקערט די זעה קראפט.
170) מעקדאנעלד פארקויפט מער ווי 75 האמבורגערס יעדע סעקונדע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
171) יעדער וואס האט געליינט נומער 168 האט געשלינגען מיט טראכטן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער וואס האט געוואלט א פירוש חי אויף מסכת [tag]רויטע וואנצעס[/tag], האט עס פארשטאנען נאך נומער 171...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:165) דע פרייז פון געז אין ווענזואלה איז 6 סענט פער גאלאן.

האלא, אפשר מאף מיר אהין? פארוואס זענען אונז נאך דא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:35 am
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:165) דע פרייז פון געז אין ווענזואלה איז 6 סענט פער גאלאן.

האלא, אפשר מאף מיר אהין? פארוואס זענען אונז נאך דא?

נאר די פרייז פאר א פונט ברויט און א באטל מילעך איז $500.דאללער. אויב מ'קען עסן און טרינקען גאזאלין, לוינט זיך די געשעפט. אנדערש נישט...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 11:52 pm
דורך שמעון וואלף
נאטורליכע גאז האט נישט קיין שום גראך. א ספעציעלע שטארקע גראך (געמאכט פון פארשומעלטע אייער) ווערט צוגעלייגט צו נאטירליכע גאז כדי מ'זאל קענען אויפכאפן טאמער ס'איז דא א ליעק.

אכט אין ניינציג פראצענט נאטירליכע גאז וואס ווערט געניצט אין נאורט אמעריקא, קומט פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע

Re: רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2016 10:04 pm
דורך טמיר
קענסט קויפן אויף איבעי א שמאנצקע פון טשיינע פאר 25 סענט אריינגערעכענט שיפינג. אויב ווילסטו עס שיקן צו דיין שכן וועט דיך קאסטן די שיפינג אליין 2.50 צען מאל וויפיל ס'קאסט צו שיקן פון טשיינע מיט די פרייז פון עצם אייטעם!
#משוגענעוועלט

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk