בלאט 5 פון 6

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבער electronic intifada האסטו נישט געליינט, זיין ארטיקל ענטפערט אפ אלע ציוניסטישע היפאקריטיע, אייזן שטארק.
איך וועל זיך נישט באדערן צו לייגן א לינק, ווייל דו וועסט במילא נישט ליינען, אויב ווילסטו דווקא יא ליינען, איז עס געלינקט אין די נ.י.ט. ארטיקל, ממש אנפאנג, און אויף עלעקטראניק אינטיפאדא איז עס די ערשטע ארטיקל.

יא. איך האב געליינט דעם ארטיקל אין דעם לינק. און לויט ווי זיי לייגן עס אראפ קומט זיי נאך א רעשט. ס'הייסט אז זיי זענען ממש צדיקים. זיי באוויינען פארוואס די אמעריקאנער מידיא האט נישט אנגעוויזן אז הר נוף איז דאס פלאץ וואס האט אמאל געהייסן דיר יאסין, וואס די פאלעסטינער טענה'ן אז די איזראעליס האבן אויסגעהרג'ט די איינוואוינער. ממילא איז דאס שוין א בארעכטיגונג פאר אדורכפיהרן די שחיטה אויף די אידן אין מיטן דאווענען...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:36 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:

זייער קיוט פארן ליינען די ערשטע צוויי פאראגראפן.

פארוואס האב איך בכלל געטראכט אז דו גייסט ליינען מיר ווי דעם?
עס איז א ליגנט אז זיי בארעכטיגן דעם שחיטה.
וועגן דיר יאסין, האט ער טענות אז דער וואשינגטאן פאוסט לייגט עס אראפ כאילו עס איז א הלועזי פאלעסטינער באשולדיגונג, ווען אין פאקט איז עס א באשטעטיגטע פאקט וואס אפי' ציוניסטישע קוועלער באשטעטיגן על פי רוב, און אנשטאט פארעכטן זייער אומריכטיגע באצייכענונג, האבן זיי אינגאנצן ארויסגענומען די רעפערענץ צו דיר יאסין.
אבער דאס איז קוים א זייטיגע פונקט, , נאר וואס האב איך ערווארטעט, אז דו גייסט ליינען אן ארטיקל פונעם שונא?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
ר' ישראל קאפקע: ניין. דו האסט עס זייער גוט דעפינירט. די פאלעסטינער און זייער פאפאגאנדע אפאראט זענן מיינע שונאים. זייענדיג א באוואוסטזיניגער איד, וועלכער פארגעסט נישט אויף א רגע דעם גאנצן המשך פון די אידישע היסטאריע און מיין פלאץ אין דעם. ווען איך וואלט געוועין א האלענדישער אדער שוועדישער גוי, וואלט איך אפשר געקענט אננעמען וואס זיי זאגן פאר גוט געלט. אבער זייענדיג (ב"ה) א איד, שפיר איך א יעדעס מאל וואס די פאלעסטינער רוצחים טוען ח"ו שעדיגן א אידיש נפש, א שטעך אין מיין הארץ און נשמה.
און ניין. איך ווער נישט איבערגענומען מיט רחמנות געפיהלן ווען איך הער אז ס'זענען אומגעקומען אנגעהעריגע צו די פאלעסטינער אראבישע באפעלקערונג, ווילאנג איך וועל הערן אז זיי האבן אויפגעהערט צו זיין שרעקליכע מערדערס. אבער אפשר איז עס אין זייער די.ען.עי...!
נאר א דערמאנונג: אין דייטשלאנד זענען אויך געווען אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר דויטשן. ביז מ'האט זיי דערמאנט אז זיי זענען אידן...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:09 pm
דורך ישראל קאפקע
ר' בערל, איך ווער שוין נערוועז, (איך זאג נישט פון וועם :איךשטיל: ).

איז די ניו יארק טיימס אנטי מדינת ישראל? דאס איז די שאלה, און דאס איז דער שמועס, און אויף דעם טענהט מען זיך, ביי ביי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:03 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:ר' בערל, איך ווער שוין נערוועז, (איך זאג נישט פון וועם :איךשטיל: ).

איז די ניו יארק טיימס אנטי מדינת ישראל? דאס איז די שאלה, און דאס איז דער שמועס, און אויף דעם טענהט מען זיך, ביי ביי.

פליעס, ווער נישט נערוועז. איך מיין (ניין. איך בין זיכער.) אז איך האב שוין געענטפערט אויף די שאלה. דו דארפסט נאר א ביסל מער מדייק זיין. איך, אלס איד, האלט אז יא. זיי זענען אנטי-מדינת ישראל. לאמיך איבערחזר'ן. ווען איך וואלט געווען א האלענדישער אדער שוועדישער גוי, וואלט איך אפשר געזאגט אז זיי זענען אביעקטיוו. און דאס איז דער חידוש. אז א איד זאלל פילן און האלטן אז זיי זענען נייטראל...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:09 pm

אבער דו האלסט אין איין איבערזאגן אז דו ביסט נישט אינטערעסירט אויב זיי זענען טאקע אנטי, צי נישט, דיר איז גענוג אז דו ביסט א איד און מער גייט דיר נישט אן, דאס ענטפערט בכלל נישט די פראגע אויב זיי 'זענען' אנטי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
ר' ישראל קאפקע: אם כן האסטו נישט גוט געלערנט פשט אין מיינע ווערטער. אינז קענען זיך ארומטענה'ן ביז צום עלות השחר.
איך האב נאר צו געלייגט א זייטיגן קאמענטאר, אז דער ניו יארק טיימס און ר' ישראל קאפקע וועלן אנקומען צו דעם זעלבן פלאץ וואס איך, אלס איד. טראץ זייער איבעקטיווקייט.
איך האב געזאגט די זעלבע זאך פאר דעם גרויסן ליבעראלן קמעפער פאר ציווילע רעכטן פון מינאריטעטן, דער הערר נארמאן סיגעל, וועלכער איז געווען דער הויפט (און מייסד) פון די ניו יארק סיוויל ליבערטיס יוניאן...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:35 pm
דורך ישראל קאפקע
?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:20 pm
דורך כוכב
דאס איז שטארק!
וויאזוי קען מען פארהאלטן דעם טיימס דערויף?

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:28 pm
דורך ירא שמים
דאס דערמאנען די טקעס פעיער רעגט די מערסטע אויף, כאילו אונז צאלן נישט קיין טעקסעס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:10 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר ראזענבערג אין טאבלעט מאגאזין האט אן אויסגעצייכנטע קריטיק אויפן טיימס עדיטאריאל.
https://t.co/2iJBTm2Sik

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:11 pm
דורך אביסעל שכל
שיק עס צ ניוס 12

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:12 pm
דורך אביסעל שכל
כוכב האט געשריבן:דאס איז שטארק!
וויאזוי קען מען פארהאלטן דעם טיימס דערויף?

שיק עס צו ניוס 12

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:17 pm
דורך כוכב
ביז היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע רעספעקט צו די טיימס און איך וועל ענדערש ליינען זייערע ארטיקלען ווי פון אנדערע וועבסייטס אבער אזא מעשה שטעלט מיר זייער גאנצע אויפריכטיגקייט אונטער א פראגע צייכן.

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:20 pm
דורך פליקער
דער אלגעמיינער פליקט אראפ דעם טיימס דא
https://www.algemeiner.com/2016/06/02/j ... he-stench/

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 3:44 am
דורך יואליש
נאך א באריכט (טאקע נישט קיין עדיטאריעל) אין די "גרויע פרוי" איבער די נאבעלע מנהג פון אקאמאדירן מוסלים פרויען מיט באזונדערע שעות אינעם שווים באסיין.

http://www.nytimes.com/2016/02/29/world ... .html?_r=0

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:42 am
דורך ליפא
דער פאוסט קעגן טיימס (וועט ער יעצט זוכה זיין צו ערשיינען ביי ''וואס אנדערע זאגן'' אין אלבערט'ס ליבעראלע צייטונג...?)

http://nypost.com/2016/06/02/let-my-peo ... ork-times/

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 5:52 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:און יעצט איז די פראגע צי דער ניו יארק טיימס האט עפעס קעגן ארטאדאקסישע אידן. נעכטן איז אין ניו יארק טיימס ערשינען אן ארטיקל וואס האט פארדאמט ארטאדאקסישע אידן פאר'ן פרובירן איינצופירן ספעציעלע שעות פאר מענער אין פרויען אין א ברוקלינער סווימינג-פול.
http://www.nytimes.com/2016/06/01/opini ... -pool.html?

אבער דער זעלבער טיימס האט עטליכע חדשים צוריק שיין אויסגעלויבט א סווימינג-פול אין טאראנטא ווי א "מאדעל פון אינקלוזשען" פאר'ן זיך צושטעלן צו מוסולמענער מיט'ן איינפירן באזונדערע שעות פאר מענער און פרויען!
http://mobile.nytimes.com/2016/02/29/wo ... usion.html

ראובן: ייש"כ פאר מאכן די צייטליכע אבזערוואציע. איך קען ברענגען נאך צענדליגער קעיסעס וואו די נ.י. טיימס האט גענומען א שטעלונג וועלכע איז אקעיגן די אינטערעסן פון ארטאדאקסישע אידן בכלל. און חסיד'ישע אידן בפרט. נאר ס'איז אזוי ווי מ'זאגט ביי התרת נדרים..."ואי אפשר לפורטם כי רבים הם"...
ס'דא א קלאסישע מעשה'לע וואס ווערט פארציילט (מ'שמירט עס אן אויף עטליכע אידן, פיקחים.) איבער א חסיד'ישן איד וועלכער איז אמאל געפארן אויף די באן ערגעץ אין איינס פון די סטעיטס. פארשטייט זיך מיט זיין גאנצע חסיד'ישע טראגע. מיט'ן בארד און פיאות. דארט איך אויך געווען אן אמעריקאניזיר'טער איד. נישט קיין רעליגיעזער. זעענדיג דעם חסיד האט ער זיך אנגערופן צו איהם אז ער איז אומפארשעמט, און נישט אמעריקאניזירט. און גייט נאך מיט די אלטע סטיילס פון 100'טער יארן צוריק. האטציך דער איד אנגערופן צום אמעריקאנער..."דו מאכסט א טעות. איך בין נישט קיין איד. איך בין א טייל פון די אמישע באפעלקערונג"... און דאס איז מיין טראדיציע. אויף דעם האט איהם דער אמעריקאנער געענטפערט...זייער שיין. איך רעספעקטיר דאס זייער שטארק...רופט זיך אן דער איד צו איהם...ווען דו האסט געמיינט אז איך בין א איד וועלכער פיהרט זיך מיט די טראדיציע פון מיינע עלטערן, האסטו געשפיגן אויף מיר. אבער ווען ס'האט זיך דיר געדאכט אז איך בין אן עימיש'ער האסטו אויסגעדרוקט דיין רעספעקט ...שעים אן יו...!
די זעלבע איז אויך מיט די נ.י. טיימס, וועלכע ווערט אנגעפיהרט פון אידישע-אפשטאמיגע. און זיי ווילן אייביג זיין 150% פאליטיק'לי קארעקט. אבער אויף די רעליגיע פון זייערע אור-עלטערן שפייען זיי...!

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 7:27 pm
דורך שמערל
טעכניש איז דער טיימס גערעכט, אין טאראנטא קען עס זיין א שיינע זאך, אבער דאהי איז עס קעגן א פאנדומאנטאלע געזעץ וואס מאכט זיכער דאס אפטיילונג פון רעליגיע און שטאט. די זעלבע וואס נוצן אויס זייערע רעליגיעזע רעכטן ביז צום מאקסימום זיי מאכן מציצה בפה און געבן נישט קיין בילדונג פאר זייערע קינדער, קענען נישט נוצן געפיל צי טרעטן אויפן געזעץ וואס באשיצט זיי.

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:ביז היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע רעספעקט צו די טיימס און איך וועל ענדערש ליינען זייערע ארטיקלען ווי פון אנדערע וועבסייטס אבער אזא מעשה שטעלט מיר זייער גאנצע אויפריכטיגקייט אונטער א פראגע צייכן.

Better late than never...!

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 10:49 am
דורך גראף
עס טוט זיך לעצטענס מיט א קארטון וואס איז ערשינען אין דער אינטער-נאציאלע אויסגאבע. דער קארטון פאסט פאר אנטי סעמיטען און דער טיימס איז געווארען פארשריגען דורך רעכטע און לינקע
https://www.cnn.com/2019/05/01/media/ne ... index.html

בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 11:13 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ישראל קאפקע: ניין. דו האסט עס זייער גוט דעפינירט. די פאלעסטינער און זייער פאפאגאנדע אפאראט זענן מיינע שונאים. זייענדיג א באוואוסטזיניגער איד, וועלכער פארגעסט נישט אויף א רגע דעם גאנצן המשך פון די אידישע היסטאריע און מיין פלאץ אין דעם. ווען איך וואלט געוועין א האלענדישער אדער שוועדישער גוי, וואלט איך אפשר געקענט אננעמען וואס זיי זאגן פאר גוט געלט. אבער זייענדיג (ב"ה) א איד, שפיר איך א יעדעס מאל וואס די פאלעסטינער רוצחים טוען ח"ו שעדיגן א אידיש נפש, א שטעך אין מיין הארץ און נשמה.
און ניין. איך ווער נישט איבערגענומען מיט רחמנות געפיהלן ווען איך הער אז ס'זענען אומגעקומען אנגעהעריגע צו די פאלעסטינער אראבישע באפעלקערונג, ווילאנג איך וועל הערן אז זיי האבן אויפגעהערט צו זיין שרעקליכע מערדערס. אבער אפשר איז עס אין זייער די.ען.עי...!
נאר א דערמאנונג: אין דייטשלאנד זענען אויך געווען אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר דויטשן. ביז מ'האט זיי דערמאנט אז זיי זענען אידן...!

למשל דא, ביי די תגובה האביך געוואלט געבן א לייק פאר דעם מגיב. נאר כ'האב פלוצלינג באמערקט אז דאס ביניך אליינס. אשר על כן ביניך מציע (אזוי ווי כ'האב שוין געטון מערערע מאל) פאר די הנהלה אז מ'זאלל קענען געבן א לייק פאר די אייגענע תגובה לאחר שלושים יום...!

כאטש ס'שטייט אין פסוק (משלי...) יהללוך זר, ולא פיך...!
אויך זאגט די גמ'..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"...ס'הייסט אויב א געבעקס איז גוט וועללן שוין די אנדערע מענטשן עס קאמפלימענטירן. אויב דער בעקער אליינס ריהמט עס, איז א סימן אז ס'איז נישט זייער גוט...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 11:26 am
דורך איסר האטלקי
גראף האט געשריבן:עס טוט זיך לעצטענס מיט א קארטון וואס איז ערשינען אין דער אינטער-נאציאלע אויסגאבע. דער קארטון פאסט פאר אנטי סעמיטען און דער טיימס איז געווארען פארשריגען דורך רעכטע און לינקע
https://www.cnn.com/2019/05/01/media/ne ... index.html

בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נישט איין קארטון, נאר צוויי, איינס איז געווען אחרון של פסח און די צווייטע דעם זונטאג. די ערשטע ווי ביבי פירט טראמפ ביים נאז ווי א בלינדער, די צווייטע איז געווען ווי ביבי ברענגט אראפ די לוחות פון בארג סיני און כאפט א סעלפי פון זיך...