בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:44 pm
דורך אויס מענטש
אזא פנים טראגן רוב מעשיות
כמיין דער גאב"ד האט שוין נישט קיין דאגות אויפן קאפ נאר צו מהר"א זאל יא גיין באזוכן דעם בעלזער און אנהאלטן עפעס אן אור אלטע פייט צו נישט ?
מהר"א האט דאך שוין שלום געמאכט איינמאל וואס וועט שוין מאכן א חילוק נאך א באזוך.
ווען ער בעהט אים ער זאל נישט גיין באזוכן הרב שטערנברוך וואלט שוין געמאכט מער סענס.

און ופונקטליך ווען האט אים דער גאב"ד דאס געבעטן? בשעת דעם באזוך ? איז דאך יעדער דארט געווען און קיינער האט נישט געהערט

עמיר מוזן עס אוועק לייגן אין אשכול פון מעשיות וואס זענען נישט מתקבל על הדעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:18 pm
דורך גם כי אלך
טיטאניק האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דאס?

איך אלייינס בין נישט קלאר אבער נאכען הערען א אינטערוויא מיט מומחים אויף קאלל מעוואסער זאגען זיי אזוי (אביסעלע קאמפלעצירט)
דאס איז א סארט מאטריאל וואס הייסט "פאפיר"
זיי האבען ארויף געזעצט דערויף ווערטער וואס ליינט זיך אין לשון הקודש א בענטשינג פון א "ברוך הבא" אזא באגריסונג פאר א גאסט וואס מען פריידט זיך מיט זיין קימען
עפעס אזוי געבען די יודעי דבר איבער
העי העי, איין מיניט
יא, ער זאגט אויך אז די בעלזע חסידים האבען זיך פארליבט און דער רב'ס שוואגער דער סאטמארע רבי ווייל ער האט געגעבען א מקום אכסני' פאר די בעלזע בחורים פאר א שבת התוועדות וואס זיי האבען אפגעראכטען אין קרית יואל, אן דעם וואס ער זאל בעטען געלט פאר די אכסני' דעריבער זענען זיי זייער פארליבט

האסט פארשטאנען אדער נישט?



דאס איז געווען געדריקט אין די "מחנה החרדי" נעכטן מיטוואך. א היסטארישע ווענדפונקט לכל הדעות.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:34 pm
דורך פיינע קאווע
לדעתי. נאכן מחילה בעטן ביים ציון פון רבי'ן ז"ל איז גארנישט היסטאריש. סיז פונקט ווי כולל שומרי החומות לייגט אריין א צדיק בא לעיר פאר יעדן רבי'לע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:32 pm
דורך פלעין יודיש
1.jpg
1.jpg (145.39 KiB) געזען געווארן 1845 מאל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:56 pm
דורך מ גפני
די שמועס איז וועגן אברהם סלונים?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:54 pm
דורך איך אויך
ווער איז דער אנדערע?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:21 pm
דורך מ גפני
איך אויך האט געשריבן:ווער איז דער אנדערע?

הרה"ח ר' אליעזר קעסטענבוים נ"י, שוין געהערט דעם נאמען אמאל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:26 pm
דורך איך אויך
א שאד אז דער וועטנשטיין ע''ה לעבט שוין נישט ,ער פלעגט זיך דרייען אין ראדני און צוריקומען צו ר' שמעון וואלף פארציילן ווי לעזער לאכט אפ פון עם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:31 pm
דורך הדד בן בדד
אין וועלכען שול איז דער שמועס, ראדני אפשר? איך זעה דארט אין די בעק א ווינער איד וועלכער וואוינט דארט אויף ראדני

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:24 pm
דורך מילכיג
..און ס'נאך דא איינער וואס טראכט אז דע בעלזער רב האט "איבערגעבעטן" סאטמארע רבי??
ווער ס'קען אביסל בעלזער רב ווייסט אז דאס איז "נישט מעגליך".
"קיינער" האט נישט געהערט וואס שמעון וואלף האט געזאגט פאר'ן רבי'ן דארט אויפ'ן ציון.

בעלזא זיכט התקרבות צום פלג מהרז''ל

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:41 pm
דורך איש את רעהו
בעלזא איז מפרסם א נייעס אז קען זיין די פלג השני מסאטמאר גייט זיי שוין אויך מקרב זיין
זיי בויען א שיינע תורה

אתמול (שני) נערכה שמחת שבע הברכות לבנו של הנגיד שלמה איגל. האירוע שנערך בניו יורק, היה עוד אחד מימי השמחה בביתו של הנגיד שתורם למוסדות תורה רבים, ואולם סרטון שהגיע לאתר לדעת, מלמד כי לא מדובר בעוד אירוע, אלא במשהו שאולי יכול ללמד על סוג של התקרבות בין חסידות בעלזא, לבין הפלג בסאטמר אותו מוביל האדמו"ר רבי לזמן לייב שליט"א.

את הביטוי לכך ניתן לראות מהריקוד המשותף עם גבאי האדמו"ר מבעלזא, הרב אליעזר וינד, השוהה בימים אלו בניו יורק, ושהגיע במיוחד לשמחת השבע ברכות. הרב וינד הוזמן באופן אישי לבוא ולרקוד במעגל של האדמו"ר, מה שכאמור יכול אולי לבטא את ניסיון ההתקרבות.

צוביסלעך קומט ער שוין צו מהרז''ל

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:21 pm
דורך איש את רעהו
שרגא האט געשריבן:איך זע אן ארטיקל אין הארץ[eud-between-two-ultra-orthodox-dynasties-is-quietly-resolved-1.416285)[/size] איבער דעם לעצטיגן אזויגערופענעם שלום צווישן סאטמאר און בעלז, אדער ריכטיגער, צווישן די צוויי רבי'ס.
אין דעם לעצטן פאראגראף שרייבט ער:
"In the next few years there will be two or three weddings of his grandsons," the Belzer Rebbe's confidants say. "He will hold huge events, and he will ensure that everyone has a place on the platforms of honor - from the Zionist Rabbi Druckman to the anti-Zionist Satmar Rebbe. He will want to seat a vast gallery of people there, and be the strong head man who sits in the middle."
מיינט איר אז דאס גייט טאקע געשען?

אינאיינוועגס, וואס קלערט איר וועט זיין דער ענדע: וועט מהרז"ל מסאטמאר עווענטועל אויך טון דעם שלום, אדער נישט? אויב נישט, ווייל ער איז מער דערקעגן ווי מהר"א מסאטמאר, אדער ענדערש ווייל אסאך פון זיינע חסידים וועלן זיין ברוגז און דאס נישט צולאזן?

.

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:09 pm
דורך שמעון וואלף
הדד בן בדד האט געשריבן:אין וועלכען שול איז דער שמועס, ראדני אפשר? איך זעה דארט אין די בעק א ווינער איד וועלכער וואוינט דארט אויף ראדני

אין קערעסטיר, מיאמי

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 6:05 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קוקענדיג צוריק מיט א ניכטערן בליק נאך 40+ יאר פון די מחלוקת.
האלט סאטמאר אז די מחלוקת איז געפירט געווארן - בשעתו - נארמאל, אדער עס איז געווען איבערגעטריבן און עקסטרעם?
איך פרעג נישט קיין בעלזע חסידים, אויך נישט סתם נישט סאטמארע, ווייל פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אז סאטמער איז באגאנגען עוולות. איך פרעג פון סאטמארע אידן אדער פרא-סאטמארע אידן, וואס האלטן אז בעלז איז באגאנגען עוולות, מיט נעמען געלט, מיט לערנען ענגליש, מיט זיך קריגן אויף די עדה החרדית בד"צ, מיט בארעדן סאטמאר רבי, מיט זיך שלאגן מיט סאטמאר, מיט מצער זיין חברי בידצ עדה"ח.
איז מיין שאלה צו דאך האט זיך סאטמאר אויפגעפירט אזיאטיש מארמאריש, אדער לויט די אומשטענדן איז סאטמאר געווען אזוי ווי יעדע אנדערע חסידות וואלט געטוהן?

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 6:24 pm
דורך סקעפטיקער
איך האלט נישט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט ערגער ווי א צווייטער

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 6:05 pm קוקענדיג צוריק מיט א ניכטערן בליק נאך 40+ יאר פון די מחלוקת.
האלט סאטמאר אז די מחלוקת איז געפירט געווארן - בשעתו - נארמאל, אדער עס איז געווען איבערגעטריבן און עקסטרעם?
איך פרעג נישט קיין בעלזע חסידים, אויך נישט סתם נישט סאטמארע, ווייל פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אז סאטמער איז באגאנגען עוולות. איך פרעג פון סאטמארע אידן אדער פרא-סאטמארע אידן, וואס האלטן אז בעלז איז באגאנגען עוולות, מיט נעמען געלט, מיט לערנען ענגליש, מיט זיך קריגן אויף די עדה החרדית בד"צ, מיט בארעדן סאטמאר רבי, מיט זיך שלאגן מיט סאטמאר, מיט מצער זיין חברי בידצ עדה"ח.
איז מיין שאלה צו דאך האט זיך סאטמאר אויפגעפירט אזיאטיש מארמאריש, אדער לויט די אומשטענדן איז סאטמאר געווען אזוי ווי יעדע אנדערע חסידות וואלט געטוהן?
די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט האבן נישט דירעקט אפעקטירט סאטמאר. אויסער אויב דו וועסט זאגן אז סאטמאר איז "די באס". ובלעדיהם לא ירים איש את ידו ואת רגלו.

אט דאס איז די סלע המחלוקת. דאס האט אנגעצינדן די ראקעטס ביי בעלזא'ער רב ווען ער איז געווען בתוקפו. מ'רעדט דאך נישט היינט ווען ער איז נעבעך א שברי כלי. קוים וואס ער דעכעט.

ס'כאפט א שוידער ווער ס'וועט זיין דער ממלא מקום. האפנטליך נישט דער בן הבכור והצעיר. דער עלטסטער אייניקל זעהט יא אויס צו זיין מסוגל צו פיהרן די חסידות.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
אויב גייט עס גלייך צום אייניקל וועט דאס זיין א באמבע

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:59 pm
דורך מר. קלונימוס
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:48 pm אויב גייט עס גלייך צום אייניקל וועט דאס זיין א באמבע

איז אפילו דא אזא הוה אמינא? וויאזוי איז עס מעגליך? און וואס איז ראנג מיט'ן זון?

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:59 pm
דורך היימלינד
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:48 pm אויב גייט עס גלייך צום אייניקל וועט דאס זיין א באמבע
נישט דא אזא הוה מינא
די צווייטע אייניקעל איז מער א מנהיג סארט ווי די זיידע, די עלטער איז מער אזא שטילע צדיק'ל

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:19 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
וואס איז שלעכט מיט הרה"צ שליט"א?
איך מיין אז דער עולם האלט זייער פון עיהם?

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 8:20 pm
דורך פאלגזאם
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:19 pm וואס איז שלעכט מיט הרה"צ שליט"א?
איך מיין אז דער עולם האלט זייער פון עיהם?
איינער זאגט אז ער קען נישט זיין, און היות עס ווערט קיל צו זאגן אזוי, זאגן עס די חכמים נאך. #חכמיהשטיבל

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:02 am
דורך מילך טראק
וואס האט שוין בעלזע רב געזאגט אזוי שלעכט פאר זיינע חסידים ביי די שטייענדיגע תורה אז סאטמאר האט זיך אזוי אויפגערעגט

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:28 am
דורך berlbalaguleh
ער האט גארנישט געזאגט אזוי שלעכט. נאר סאטמאר האט געהאט א תירוץ פארוואס זיך אנצוטשעפען אויף איהם. כדי לקיים מה שנאמר...בל"ק ר"ת בעלז, .ליובאוויטש , קלויזנבורג

אויף וויזשניץ און אנדערע איז דא אנדערע ראשי תיבות.