בלאט 1 פון 1

אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 11:53 am
דורך עפל סיידער
עס קומט אריין גינסטיגע נייעס אז אינעם זיוויטאפסקי קעיס ווי אמעריקאנע בירגער ווילען צווינגען די אמעריקאנע רעגירונג צו ערקלערן ירושלים די הויפשטאט פון ארץ ישראל וואס די קעיס ציעט זיך שוין א לענגערע תקופה
אין די קומענדיגע טעג גייט פארקומען פארשריט אינעם קעיס ווען די אקטיוויסטען פון נטרונא אינאיינעם מיט די פינאנציעלע שטיצע פון סאטמאר בראשות פון די מנהיג פון קרית יואל הרב ר''א ט''ב שליט''א אריינגעבן א מאושען אין נאמען פון די ערליכע אמעריקאנע אידנטום וואס פאדערט אירע רעכטן זיך אפצוטרייסלען פין די שמוציגער און ביליגער פאליטיק פינעם מדינת ישראל.

עס איז א ספעציעל דערפריידענדע נייעס אין די טעג ווען געוויסע אגודת ישראל אקטיוויסטען און נאך שמירען אויף אונז אהן די ביליגע פראפאגאנדע פון די מדינה, מיטן גיין צו די אמעריקאנע באהערדע צו רעדן בשם די אידן פון אמעריקא אז מיר זענען שטארק פאראינטערסירט אין די טובה פון די ציוניסטישע פירער.