בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:56 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:אז מיר וועלטן זעהן דיין אוואטאר וועלן מיר קענען זאגן מבינות

אוי וויי. פלאוויוס האט טעמפארערי פארלוירן דעם שושנים געווינער שטערן אוואטאר...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:03 pm
דורך געוואלדיג
אויף דעם שטערן פיט נישט אזוי גוט די מונדירן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:35 pm
דורך אבטולמוס
צוויי קאנאנען!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:47 pm
דורך מאטי
אבטולמוס האט געשריבן:צוויי קאנאנען!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 2:56 pm
דורך סארווירער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש אייר:

[tag]שמערל[/tag]
[tag]פליקער[/tag]


מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא און הצלחה פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:25 pm
דורך פליקער
און איצט מיינע חברים ווערטיאלים איז געקומען אויף מיר די רייע צו הערשן אלס גבאי, און ווי דער סדר איז וואלט איך געוואלט הערשן מיט א אייזערנעם ארעם, אזוי ווי אלע גבאים וואס זענען געוועין פאר מיר, נעמליך אויסטיילן דא צרות וויפיל עס גייט אריין, מעקן מישן טיילן האקן ווארענען שפארן עפענען העצן צינדען לעשן וואס אימער איך קען טיען.

נאר היות איך ווייס אז מיין גבאי קנעפעלע איז ווי א ליכטל און ווען חודש אייר גייט פארביי ווער איך ציריק א פשוטע איד, על כן וועל איך איינריען, איך וועל אויסניצן מיין הערשאפט אלס גבאי ווי א פשוטע שליח ציבור וואס גייט צו צים ברעיטל מיט א האפענינג אז דער ציבור וועט אים גלייכן, אז ווען ער דרייט זיך אויס ביי באו בשלום זאל ער נישט זעין ווי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער פונעם, מען זאל בלייבן מיט א גיטן איינדרוק אויפ אים ווען ער ווערט ציריק א בן אדם.

וואס גענוי מיין תפקיד איז פארשטיי איך נאך דערווייל נישט, איך גלויב אז איך וועל זיך דערלערנען אויפ אייערע בערד, אויב זעיט איר אז איך פיר נישט אויס מיין תפקיד ווי איר האלט אז איר וואלט געטיען אלס גבאי, אדער אז איך בין צו שטרעינג און פארליר זיך אביסל, זייט מיר דן לכף זכות, פארבינט זיך צומיר און אישי, כדי איך זאל זיך קענען און אייך פערזעינליך נוקם זיין...

כלפי מה הדבר נאמרים, עס איז דא א נייער שעריף אין טאwן, און מיר גייען דא מאכן ארדענונג ווי עס געברויך צו זיין....

אקעי העלא נעם א וויץ עס גייט זיין אקעי, ביטע לאזט מיר וויסן און אישי, וועימען עס איז אויף אייער נודניק ליסטע, און מיר וועלן ביידע צונעזאמען זיך נוקם זיין לויט יעדעם איינעם'ס פארשטאנד....

אלס גבאי וועל איך לייגן דריי פינטלעך נאך א וויץ כדי שלא לבייש את מי שאינו אוחז...

אקעי שוין ווייטער פארפארן, ארויס מיטן שיך פונעם פה-סח, איך האב געליינט דעים מעניול פון וואס עס פארלאנגט זיך אלס גבאי, אבער ווי איך זעי פירט זיך יעדער אויף זייער פיין, קיינער רעדט נישט וואס מען ברויך נישט, אלעס איז האנקי דראדל, אונז זעמער שטאלץ, אונז מאכמער געהעריג חוזק פון אלע וואס זענען באיי צלמוועלט, און פון קרעשנעף, עס קומט א פרייליכע חודש, מיר מוזן די חודש זיין מער בשמחה ווי סיי וועלכע חודש, ווייל די חודש איז דא די ג'אסרטע ספירה מוזיק וואס אפילו אלע רבנים פארשטייען אז מען ברויך עס אסר'ן, דאס איז די איינציגע זאך וואס איך האב זיך געפינען בדעה אחת מיט אלע רבנים.

מיין פאלאנג אלס גבאי אז דער עולם זאל זיך נישט קריגן, יעדער זאל מסכים זיין צו אלעמען, יעדער זאל גיין אין א שפאן, מען זאל קויפן אלעס וואס ווערט עדווערטייזט, אנגעהויבן ביי אלע לג בעומר סעילס, און די ספעציעלע שבועות קרעפלעך פון נר מצוה וואס גייט אויסזעין ווי קליינע תורה'לעך, זיי גייען היי יאר שוין ארויסקומען לויט ווי זיי מעלדען מיט לג בעומר שיסער'ס, עס וועט זיין ביי יעדע שמש, זיי גייען צי שטעלן גרעסערע סייזעס פאר טאטעס און זיידעס, און קלענע פאר קינדער., מען זאל קויפן פאר יעדעם לויט זיין סייז, גענוי ווי ביי די שאנעת, קיינער טאר נישט פארשן קיין מקור, אויב יא וועל איך עס תיקף ומיד פארשפארן.

איך פריי זיך זייער צי האבן אזא גיטע שותף לדבר ווי [tag]שמערל[/tag], ער ווייסט זיכער וואס מען ברויך טיען דא, ער וועט זיכער קענען פארדעקן מיינע זינד, און נעמען דעם פאל פאר מיינע אנמאכענישן, זאל אים דער בורא היטן און שיצן פון אלע רידערער'ס, שמערל וועט זיין א דעלישעס גבאי, והוא נועם ד' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען מ'קען ווען צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געזאגט פליקער זאל זיין די גבאי אין חודש אדר. אזוי צו לאכן אין ספירה איז נישט אויסגעהאלטן אפילו לויט יאנג איזריעל.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער.....................!!!!!!!!!!!! כ'האב אויסגעשאסן ווי א לאגבוימער שיסער.. און עס איז קוים א' אייר.
העלעך מיר אנגרייטן די מילצן פארן חודש.
יא, ברוכים הבאים פליקער און שמערל.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:42 pm
דורך ישראל קאפקע
:lol: :lol: :lol:
מגילה שרייבער 'פאר עקסעלאנס'! :like
@שמערל וועט אריינקומען וויכטיג אין די רעדאגירן אפטיילונג... (כאטש פליקער'ס מגילות דארף מען לאזן ווי עס איז).

@רויטע, אדרבה, פליקער פעלט אויס נאכמער אין די ימי הספירה.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:49 pm
דורך סארווירער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש סיון:

[tag]כוכב[/tag]
[tag]ונבנתה העיר[/tag]

די צוויי חברים האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע מיט גרויס הצלחה און וועלן דעם חודש נאכאמאל אננעמען דעם פאסטן. מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
smoking hot

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:57 pm
דורך איך אויך
ווען איז מיין רייע?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:03 pm
דורך פליקער
א גיטן טייערע חברים

געוועין א חודש א שווערע, עס איז מיר זייער שווער זיך צי שיידן פון די גבאי מאדאל, אבער לייף גייט אן, איך וויל דא טאקע מפייס זיין די אלע וועים איך האב ארויסגענימען פין די דישעס,
איך וויל דא טאקע באדאנקען פאר מיין שותף שמערל, ער האט גאר שווער געארבייט אלס גבאי.
אויך וואונטש איך הצלחה פאר כוכב מיט ונבנתה, זיי האבן שוין עקספיריענץ, און אפעטיט, איך בעיט זיי צי מאכן גרעסערע סאמעטאכע'ס ווי איך, כדי מען זאל זיך נאך בעינקען נאך מיר.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:10 pm
דורך אדנירם
סארווירער האט געשריבן:מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש סיון:

[tag]כוכב[/tag]
[tag]ונבנתה העיר[/tag]

די צוויי חברים האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע מיט גרויס הצלחה און וועלן דעם חודש נאכאמאל אננעמען דעם פאסטן. מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

ווי גוט איז צו האבן [tag]כוכב[/tag] אלס גבאי, און נאך זוכה זיין צו א פארציע מאראנצן זאפט פונעם גבאי החשוב שכבר נודע בשערים אז ער איז אן אומר ועושה!

...We're looking farwerd

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:ווען איז מיין רייע?

דאמאלס ווען מיין רייע... :lol: אונז וועלן דינען צוזאמען אין דעם זעלבן חודש... :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:16 pm
דורך איך אויך
גוטע געדאנק.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:37 pm
דורך עזריאל
ווער האט מיר פארשפארט די אשכול?
viewtopic.php?f=10&t=8924
די נייע גבאים אדער די אלטע?

Re: באגריסונג: די גבאים פון דעם חודש זענען...

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:18 pm
דורך נופת צופים
העי איך וואלט געטוהן די זעלבע.

אבער זרילי, כ'בין נאכנישט צו'הרג'ט מיט דיר וועגן דעם, און מאך נישט אויף אזא אשכול אויף מיר.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:44 pm
דורך איך אויך
מיינסט טאקע ער אליינס פארשטייט נישט? ווען ער איז ווען גבאי פארשפארט ער עס אויך.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:07 pm
דורך עזריאל
ווען איך בין ווען גבאי וואלט איך אויך נישט צו געלאזט אז איין ניקס תגובות זאל נאר זיין קריטיק אויף א איינצעלער צווייטער ניק.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:15 am
דורך כוכב
אוי אוי, ניטאמאל האב איך געהאט צייט אפצונעמען מיין גבאי-ראדיו און וואקי-טאלקי, אזוי פארנומען בין איך מיט ספר האישים.
ביז ספר האישים קומט נישט ארויס קענט עטס אלע שרייבן וואס עטס ווילטס...

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:16 am
דורך סארווירער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש תמוז:

[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[tag]אפטעמיסט[/tag]

מיר טוען פארזעצן מיט דעם סדר פון צוויי חברים וואס האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע מיט גרויס הצלחה וועלן דעם חודש נאכאמאל אננעמען דעם פאסטן.
מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

א גוטן חודש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:29 am
דורך רויטע וואנצעס
רבותי, זאגסט נישט איך האב ענק נישט געווארענט! אין די יעצטיגע תמוז טעג וועט מען גיין מיט'ן גרעסטן חומר הדין. פאר איר שיקט דעם שיק קנעפל טראכט צו עס איז אויסגעהאלטן, אדער וועט עס דער רויטער אדמדם אויפעסן ווי א טעלער שמאלציגע לינזן.

איך טו באגריסען מיין [tag]אפטעמיסט[/tag]ישע ברודער. נארט אייך נישט, זיין נאמען איז נאר פאר מראית עין. פרובירט נישט אריינבייסן אין אים.