בלאט 5 פון 8

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?

זייער פשוט די גרעסטע ראייה איז אז ״גם בהסתרה שבתוך ההסתרה בוודאי גם שם השי״ת נמצא״ איז דווקא פון הייליגע סקוירא- סקוירא שטעטל דער עיר הבירה שבגלילות ספרינג וואלי וואס מיט די גאנצע הסתר פנים וואס גייט דארט אן אין פילען זין פון ווארט כידוע לכל אפילו הכי אויך אין די קומוניסטישע שטעטל אין די טיפע הסתר פנים שבתוך הסתר פנים וואס דאס מיינט צו זאגען אז מווייסט גארנישט אז סאיז בכלל דא א הסתר פנים, אפילו הכי איז זיכער אז ״בודאי גם שם נמצא השי״ת״!

די ניגון קומט צו דערמאנען אז חוץ פון ענקער רעבין מיטן שטיוועל איז אויך פאראהן א בורא ומנהיג אויף די גאנצע וועלט אין נישט נאר א קומוניסטישע פיררעשאפט!
אין די ניגון וועקט אויף צובראכנע יידישע הערצער וואס אין די פונסטערניש פון די ״הייליגע קאמוניסטישע שטעטל״ צוטערען זיי ארויס זאגען בגלוי דעם אייבערשטענס נאמען אז זיי זאלען זיך בארוהיגען אין דער רבש״ע איז נאך נישט אינגאנצען באנקראטירט אין אפילו אין סקוירא שטעטל איז אויך דא איין איינציגער באשעפער
כהאב געויסט פון די ערשטע מינוט אז איך זאג דא ארויס א חידוש עצום!

איז היידא,! סקוירא חסידים וואס זענען באגאסען פון ריין גאלד רוסישע פויערען אפשטאם וואס גייען אויפן בעל שם הקדוש׳ס דרך מיט א קפידא נישט משנה צו זיין גארנישט נאר ״ארגינאל בעל שם הקדוש״ גייען זיך פון יעצט שטארקען אין די ווערטער פון רבינו הקדוש רבי נחמן זי״ע.
ענק זענען אלע באשטעלט צו פראווען דעם קומנדיגען ראש השנה אין אומאן במחיצתו פון רבינו הקדוש צוזאמען מיטן ״הייליגען צאדיק״ סקוירא וואנדער ראבינער זכותו יגן עליו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:00 pm
דורך מנשה לוסטיג
http://bshch.blogspot.co.il/2014/08/blog-post_1676.html
אפילו די ליטוואקעס, גלייכן שוין דעם מרה שחורה
ווייל אן התקשרות צום דרך הבעל שם, איז תעיתי כשה אובד.

אלע ליבן ברעסטלאוו, ספרדים אשכנזים פרענקן נושרים סאטמארים
אבער ווער ס'איז דבוק צו א באשטימטע מורה דרך, און בעיקר ווער ס'איז געווען אין רוסלאנד אין יענע יארן, האלטן זיך גאנץ ווייט פונעם הסתרה
ווייל א רוסישע חסיד האט געריידט ווינציג, אבער וואס מ'האט שטיל געוואוסט, אז ר' נחמן איז נעבעך בהסתרה אנטלאפן און זיך גענומען א נייע דרך בהסתרה שבתוך הסתרה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:02 pm
דורך כוכב
#vague פאר פייער און פאר וואסער אלערט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
סקוירא איז אפגערעדט שוין א אלטע אויסגעדראשנע דשאוק אין א ערנסטע געלעכטער פאר זיך וייל סאיז דארט נישט דא קיין איינציגער סקוירא חסיד פון דער אלטער היים די געטרייע מאמע רוסלאנד
אין זייער הייליגן שטעטל איז די גרעסטע פלאץ פון הסתר פנים אין טיפען מרה שחורה אדומה וגם ירוקה בימינו!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
outspoken האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...


גערעדט יעצט מיט א חבר זיינע, זאגט ער אז, איצט איז סוף חודש, נישט געווען קיין חתונה, זיין טאטע איז געזיצען שבעה (? זעט אויס אז אין א''י איז עס א פראבלעם) אבער חודש אלול גייט 'ראקען' ביי חתונות און ווינטער קומט נאך 'סינגעלס'.

וואס הייסט ס'קומט נאך סינגלס? פון יואלי קליין, אדער אנדערע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
דער גרעסטער פארלירער פון די הייליגן קומוניסטישען סקוירא שטעטל וואס זענען מקיים דעם ״תעיתי כשה אובד״ מיט אלע באקען,
איז האט דעם הייליגען ניגון אין די דברי התחזקות פון רבינו הק׳

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:45 pm
דורך לאליפאפ
אתא קלילא האט געשריבן:דער גרעסטער פארלירער פון די הייליגן קומוניסטישען סקוירא שטעטל וואס זענען מקיים דעם ״תעיתי כשה אובד״ מיט אלע באקען,
איז האט דעם הייליגען ניגון אין די דברי התחזקות פון רבינו הק׳

וואס טשעפעסטו? ס'איז כוכב נישט מנשה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
ח״ו איך האב נישט אינזינען צו טשעפענען קיין איינעם נישט אין כגעב דעם פולסטן רעספעקט פאר כוכב פונקט וי מנשה אן קיין שום חילוק,
א יעדען יידישע נפש איז געגאסען פון גאלד אין פערל שטיין,
סאיז נאר אזוי בדרך אגב אריינגקומען דיבורים מן השמים צו די צובראכענע יידישע הערצער וואס געפונען זיך אין הסתר פנים אין סקוירא קומוניסטישען שטעטל זאלן זיך מחזק זיין מיט דעם הייליגען רעבינס רייד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:56 pm
דורך לאליפאפ
אוסעלע האקט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:57 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:59 am
דורך [NAMELESS]
כהאב נעכטען נאכט אויסגעהרט די גאנצע אינטערויו אויף קול מבשר מיט יואל קליין דער קומפוזער פון דעם אויפגכאפטער ניגון ואפילו בהסתרה, דאס נעמט בערך א גאנצע שעה אין איז עכט אינטרעסנט אין רייך, צום סוף זאגט ער אז מוטי שטיינמעץ גייט קומען דאהי נעקסטע וואך צו א געויסע אווענט פון א ארגאנזצייע און דארט וועט ער זינגען דעם ניגון צום ערשטען מאל אין פאבליק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
קול מבשר מיט הסתרה האבן געזוכט א מזומן פארן נרדפים געזעמל, האט דער מאמענט זיך צוגעשטעלט, און ס'איז א געזעגענונגס סעודה פונעם בליק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:38 pm
דורך אלץ ווייזער
איבערהערן די ניגון נאכן הערן די אינטערוואו אויף קול מבשר גיבט צו אויל צום פייער און עס זינגט זיך מיט מער הארץ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:18 pm
דורך מאטי
איך בין יעצט נמאס געווארן פון נמאס זיין פונעם ניגון. כ'האב צוריק אנגעהויבן הערן עס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קול מבשר מיט הסתרה האבן געזוכט א מזומן פארן נרדפים געזעמל, האט דער מאמענט זיך צוגעשטעלט, און ס'איז א געזעגענונגס סעודה פונעם בליק.

די סקוירא שטעטל וואס איז זייט תשכ״ו בהסתרה,איז נאך 1000 מאל בהסתרה שבתוך מעמקי ההסתרות פאר לאכען אין אפחויזיקען פון רבינו הק׳ מברסלב אין פלאצען אוועק אז ברסלב צושמעטערט די ממלכות של שקר והבל אין חסידישע קומוניסטישע קאמיוניטיס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:34 pm
דורך שמעקעדיג
די גרעסטע הסתרה אין אונזער דור איז אז מען הייבט אן רעדן פון א ניגון און מען קומט אן אין א סקווירא שטעטל. תעיתי כשה אובד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:12 pm
דורך כגוונא דיליה
איך באמערק אז אלע נסתרים וואס געפונען זיך בהסתרה קומען אן צום קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
ואפילו בהסתרה זינג איך מיט געוויין
אוי ויי די נשמה וי ביזסטו אויפן וועלט
איך בין אן קיינעם, געבליבען אליין
במסתרים תבכה נפשי מיין טאג איך שעלט

ואנכי אסתר אסתיר פני ביום ההוא
אוי וי טיף געזינקען אין לאך
מיט שווייס מיר קריכ׳ן אין פיל מיה
אויף גראדע ווענט, סאיז גרויס דער בראך

זאגט אונז דער רבי אונז צו מאכען לעכטיג
שטארק זיך אין פאל נישט אריין אין עצבות
די ביזסט באמת שטארק אין מעכטיג
געדענק וואס אין מיין ספר איך שרייב עס

אז אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
די ביזסט טרוקען אין פארלוירען
געדענק אז גם שם השי״ת נמצא
סאיז נישט דא קיין שלאס אין נישט קיין מויערען

סאיז אלץ הבלים הוילע, אין דמיונות
סאיז דא אויף דער וועלט נאר איין מציאות
מיין כבוד איז יעדען ארט כחשיכה כאורה
איה מקום כבודו פרעגען די מלאכים אלע?
המשך יבוא....

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:39 am
דורך אפטעמיסט
היינט איז ארויסגעקומען דעם ואפילו בהסתרה געזינגען דורך מידד טסה.

#עני יוניטס עוועיליבעל אין דע דאבעליו קאוד וואן

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:46 pm
דורך פליקער
ני רויטע לייג א לינק, איך בעיט שיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:48 pm
דורך ביבער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TpAm-hqKAYk[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:49 pm
דורך לאליפאפ
אפטעמיסט האט געשריבן:היינט איז ארויסגעקומען דעם ואפילו בהסתרה געזינגען דורך מידד טסה.

#עני יוניטס עוועיליבעל אין דע דאבעליו קאוד וואן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TpAm-hqKAYk[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:53 pm
דורך לאליפאפ
דורך לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:49 pm

דורך ביבער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:48 pm

אזא שלימזל צו זיין :oops: