בלאט 5 פון 16

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:38 am
דורך קאצקע ציקער
ער איז א לץ און ער מאכט עס אייזן (אביסל קארני)

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:47 am
דורך סמבטיון
למשל דער זיך יאגן ווייל סעאיז אפאר מעניט פאר חצות, יוש איז דאס גוט

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:33 am
דורך שבת אחים
סמבטיון האט געשריבן:איך בין אין א שווערע דילעמא, פון איין זייט רעדט ער ווי א פאברענטע חסיד, בעסער געזאגט ווי א פריש געמוחוואשטע פרי, פון די אנדערע זייט אויב ביזטו א טרוקענע לץ דאן טוסטו א געוואלדיגע ארבעט, איך קען נישט דיסיידן וואס דו ביזט.


ער איז גארנישט קיין ליצן ער איז נעבעך פארכאפט אין א קולט! און ער איז ווייט נישט די איינציגסטער, פשוט און פראסט פארכאפט געווארן אין א נערישע רעליגעזע פרימיטיווע קולט בתוך שאר מיליאנען קראנקע גאליבעל מענטשען וואס זענען פארכאפט אין זייער סיסטעם, לעבן אין זייער באבעל און טראכטן ליידער נישט פארזוך אליינס נאר טוען סובמיטען זייער ברעין צו זייער קולט פירער אן קיין שום לאגיק אינטער דעם. :cry:

א קאפיטל היסטאריע, כת ש''ץ

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:49 am
דורך [NAMELESS]
שקצים, ס'טיצעך טישן אויף בענק, שויבן פליען און שענדאליערס טראסקען, און קיינער רופט מיך נישט אן צו קומען?!

-------
פאר אומגעפער 390 יאר צוריק, איז אין שטאט איזמיר [טערקיי] געבוירן געווארן א זיס קינד, וועמען מ'האט א נאמען געגעבן שבתי צבי. ווען דאס קינד איז עלטער געווארן, האט זיך ארויסגעשיינט אסאך כשרונות פון אים, זיין לומדות איז געווען שטארק, זיין חסידות ופרישות איז געווען שטערקער, זיין קנאות לש"ש איז געווען נאך שטערקער, און זיינע דמיונות - - - פילפאכיג שטערקער. היינט צוטאגס, איז דער מיינונג פון רוב חוקרים, אז ער איז נישט געווען קיין שלעכטער, און האט אפילו נישט געוואלט איינרעדן אנדערע אז ער איז הייליג, נאר ער איז געווען א קראנקער מענטש מיט דמיונות, וואס האט אמת'דיג געגלייבט אז ער האט כוחות און איז אויסדערוועלט פון גאט.

אלזא, נאך אפאר יאר האט ער זיך דערקלערט אלס משיח, און ס'רעשט איז היסטאריע.

בעצם, נישט.


דער משיח שקר, שבתי צבי, האט פארמאגט אסאך חסידים. פון זיי זענען אסאך געווען תלמידי חכמים, גאונים, מקובלים, ואדירי התורה. איינע פון זיינע חסידים איז געווען א גאון עצום, ומקובל מופלג, וואס האט אויך געדינט אלס פריוואטער סופר פון שבתי צבי. זיין נאמען איז געווען רבי שמואל פרימו. לויט מאנכע איז ער געווען א באהאלטענער שבתאי, לויט מאנכע האט ער צוריקגעצויגן פון שבתאות נאך בעפאר שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט צו איסלאם, אבער אסאך האלטן אז ער איז געבליבן א שבתאי אפילו ביז נאכן טויט פונעם משיח שקר, און האט אפילו געמאכט שבתי צבי'ן פאר אן אפגאט [בדומה לישו הנוצרי].

דאס איז אבער זיכער, אז סוף ימיו האט רבי שמואל פרימו צוריקגעצויגן פון זיין שבתאות, און איז אריין אין היסטאריע אלס איינע פון די חשוב'ע רבנים אין אדריאנאפאל, טערקיי. ער ווערט אפילו געברענגט אין ספרי הפוסקים שלאחריו, ציטירנדיג זיינע פסקים והוראות.


-----
די צומישטקייט פון רבי שמואל פרימו זצ"ל, דארף זיין א לימוד פאר אונז אלעמען. צומאל קען א מענטש זיין צומישט, נישט וויסנדיג וואו צו גיין, וועם אויסצואוועלן פאר א מורה דרך, א.א.וו.

נאכמער, צומאל קען א מענטש זיין מסופק כסדר נאכאנאנד.
אין סאטמאר: אפשר איז ר' שלום האלפערט יא אויפגענומען דורך בעל דברי יואל מסאטמאר אלס זיין נאכפאלגער?
אין ליובאוויטש: אפשר וואלט דער [שלימזל'דיגער שוואגער] ר' שמרי' גורארי אויפגעבויט אן אימפעריע פון חב"ד?
אין ברסלב:
צומאל קען מען נישט סובל זיין דעם ברסלבער מהלך אין ברעינוואשן [הגם מ'קען זעלבסט ווערן ברעינוואשד ערגעץ אנדערש].
אין וויזשניץ: אקעי, צומאל קען עס קאסטן שני פעמים ח"י תגובות, נאר צו קענען זיין א חסיד פונעם ישועות משה - ביים ארויסווארפן זיין אייגן קינד פון שטוב, און אין די זעלבע צייט - זיין ערשטוינט וויאזוי רבי מאטעלע שליט"א האט געהאט די חוצפה אריינצונעמען דעם ארויסגעווארפענעם, הגם רבי מאטעלע פארבלייבט נאכאלס צדיק הדור, אבער טרייבט ווייטער ליצנות פון רבי מאטעלע. זאג איך ענק, א צומישעניש.
הרב וואזנער: מעגליך א באנדיט און ר"א מסאטמאר א צדיק.
ליטאים: פשוט, שווייגן זאלן זיי!


צומאל דערציילט ער זעלבסט גדלות פון א משיח שקר, און צומאל האקט ער אנטקעגן איינער וואס זאגט [אפיציעל] גדלות פון א צווייטע משיח שקר.
צומאל לערנט ער חצות הלילה, און צומאל וויל ער לערנען דווקא פארטאגס מיט איינעם פון ק"ש, הגם קאווע שטיבל פארמאגט אויסדריקליך נישט קיין תלמידי חכמים.

צומאל קריגט ער געטליכע כוחות, אז ער קען עוקר מן השורש זיין דער וואס זאגט אנדערש ווי אים, אבער צומאל האט ער ליב א מנוול'ישע ווערטל.

ניין, איך ווייס נישט וויאזוי ער קוקט אויס, אבער אויב איז ער געווען אפאר חדשים ביים העלבראנצער צדיק, דאן ווייסן מיר שוין אלע וויאזוי אזא איינער קוקט אויס.
איך מיין ח"ו נישט צו רודפ'ן, ח"ו. מיין הרגשה זאגט מיר אז ער מיינט עס ערנסט, און זיינע מוסר רייד קומען פון א ווארים הארץ.

נאר למען ה'רעקארד, שמואל פרימו אין זיינע צוויי גלגולים איז אדורכגעגאנגען אסאך תהפוכות החיים, געגלויבט אין שבתאות און נאכהער כופר געווען, געגלייבט אין דעם רבי אין יענעם רבי און כופר געווען. צום סוף, וועט אונזער שמואל פרימו זיין א העלד אין כלל ישראל - ווילאנג ער גייט נישט טון איבערגעאיילטע שריט.



אה, און יא. כ'זוך טאקע א וועג אויף צוריק. כ'זוך א רבי צוגעפאסט פאר מיין שורש נשמה, כ'האב נאכנישט געטראפן. פארט האבן דיינע ווערטער מיך א גוטן קיצל געטון. געב איבער ד"ש פאר דיין רבי'ן, בזכותו האסטו זוכה געווען מיך אפצושטעלן א רגע און געמאכט טראכטן: אדנירם, ערידעך יא גערעכט. דערפאר האב איך נישט אפגעפרעגט דיינע נקודות, נאר אדרבה, במידה שאדם מודד - מודדין לו. אלזא, כ'האב געוואלט רעדן אביסל צום נפש פון פרימו'ן אלס דאנק פארן רעדן צום נפש פון משזר'ן.


-----
הבהרה. כ'האב פארמעקט א גרויס חלק לפי בקשת אחד החברים.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער פרימו גייט נאך אן אויסגעטראטענעם וועג, ער נוצט א template פון די וואס זוכען כאפען מענטשען. מ'פלאקערט אויף די געפיהלען פון וואס פעלט יעצט אנעם מסביר זיין פארוואס לב טהור איז דער לעזונג דערצו. פאר ווער ס'געדענקט, פלעגט מנשה אויך אזוי ארום טאנצען די פינטעל אן אויסזאגען דער פונקט.
ער זעט אז אדנירם וויל זיך אפשאקעלען פון ק"ש, וויל ער מאכען אן אנשטעל כאילו העלבראנץ וועט העלפען. אלזא לאמיר זע'ען, דא אין שטיבעל האבען מיר קרני צבי און שמואל פרימו. פון א קהלה פון צוואנציג ראשי משפחות, האבען מיר צוויי; צען פערצענט. סאטמאר האט נישט קיין צען פערצענט, באבוב איז נישט רעפרעזענטירט מיט איין פערצענט, בעלזא נישט, ווי אויך נישט לעיקוואוד. נאר לב טהור. טאמער מ'זוכט זיך אפצושאקעלען פון ק"ש, האסטו בעסערע אויסזיכטען פון איינער פון די קרייזען.
ער רעדט מיט א פרומע מינע כאילו דאס איז דא די נושא, ער ווארפט אריין א קליין שטיקעל ניבול פה, כדי ס'זאל גוט שטעקען אין מח און אזוי ארום קען ער בלייבען אין קאפ לעת הצורך. ווען מ'גט זיך און ס'פעלט דאס שטיקעל תאווה, זאל מען וויסען אז מ'קען עס איינהאנדלען דארט.
אופס, איך מוז לויפען צו מיין תיקוני זהר סדר פאר וותיקין אלס א הכנה צו די פיפטע טאג פונ'ם תענית הפסקה, אבער צוערשט מוז איך פאררעכטען מיין לבוש שק וואס קראצט מיר אביסל.

אגב אורחא, פארוואס טוט הרב העלבראנץ זיך אן נארמאל, ווי א יעדער חסידישע רבי'לע בשעת די וויבער דרייען זיך וויז אין א פריעק שוי? די מענער גייען נארמאלע פלאכע ביבער היטען און די ווייבער גייען מיט זעק? ס'זעט אויס אז ס'גלוסט איהם פארט צו זיין א חלק פון א נארמאלע ווערטשאפט. ער לעכצט נאך טרויבען ביי א ביקור גומלין פון א נאדבורנא אייניקעל און ער ווייסט אז מיט א ספרדיש'ע גלימא צו עפעס אן אנדערע מאדנע לבוש וועט ער עס קיינמאל נישט באקומען.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:54 am
דורך מפוזרי
ס'איז מיר א וואונדער ווי די חכמי השטיבל לאזן זיך אזוי גרינג נעמען אויף א רייד.

ס'נישט נאר דא. אין מאחורי האט איינער פארציילט סודות פון א גערער חבר און דער עולם האט פיין געגלייבט.

שמואל פרימו, כל הכבוד! יו מעיד יור פוינט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט אמת, ס'רוב האבען דארט נישט געגלויבט. ווייל ס'איז געווען אזוי עקסטרעם. די איינציגסטע עקסטרעמע זאך וואס פרימו האט געזאגט איז דער ק"ו פון ריזשינער. אחוץ דעם האט ער גערעדט נארמאלע נאנסענס

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:18 am
דורך קל וחומר
י
א, איך האב נעכטן געשריבן פאר דער שטיין אנדריגרונוס - ס'איז א חלק פון לצנות אויף מפירי ברית ועוזבי התורה. אז דו וועסט איבערקוקן, האב איך נישט געשריבן קיין שום ניבול פה חלילה וחלילה, ה' ישמור. איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, אזוי ווי מען דארף טון מיט אזא מענטש. ועם כל זה, ווען איך האב געזען אז אפילו נאר איינער דא קוקט דערויף מיט א בליק כאילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, האב איך עס תיכף אראפגענומען מיט א התנצלות, אן דעם וואס קיינער זאל מיר דאס בעטן. ואחר כל אלו האב איך באקומען היינט זעקס ווענדונגען פון מענטשן, וואס האבן געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען (וואס דאס אליין לערנט אביסל דאס צביעות פון געוויסע מענטשן, אדער אין בעסטן פאל אז מענטשן טראכטן אזוי ווי מיר, אז מען דארף שרייבן אזעלכע סארט אופנים אויף מענטשן). בכלל, צווישן צדיקים און ספרים געפינען מיר אויך געוויסע לשונות - איז דאס חלילה נישט אויסגעהאלטן? - אזוי טראכטן אינטערנעטיסטן מיט א קאוועדיגן בליק. איינער וואס האט א ריינער השקפה, און איז פועל לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א, אזא איינער האט ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן ווי אזוי און וואס צו זאגן, ווען.

אקעי, קבלתי דעת החברים דפה... בכלל, עס איז נישט מיין דרך אזוי צו שרייבן, איך בין נישט עוסק אין די סארט זאכן. ס'האט מיר אנגעכאפט א תאוה ארויפצוברענגען דעם נושא אויפן טיש, אבער איך ציה צוריק. איך בין נישט אזוי און איך לאז זיך נישט אראפ צו די לעוועל


קוקט אויס ווי דער זעלבער פארשוין האט עס געשריבן?

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:29 am
דורך מפוזרי
יענע פארמעקטע תגובה שטארקט גאר די קעיס וואס ער וויל דא אראפלייגן.
ניכרים הדברים שיצאו מלב טהור...

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:38 am
דורך קל וחומר
מפוזרי האט געשריבן:ס'איז מיר א וואונדער ווי די חכמי השטיבל לאזן זיך אזוי גרינג נעמען אויף א רייד.

ס'נישט נאר דא. אין מאחורי האט איינער פארציילט סודות פון א גערער חבר און דער עולם האט פיין געגלייבט.

שמואל פרימו, כל הכבוד! יו מעיד יור פוינט.


קודם כל מהיכי תיתי אז דו ביסט נישט דער וואס כאפט נישט אז דער גאנצע עולם 'שפילט מיט'...? (ווי די סדר איז ביי דולה ומשקה)

השנית, משזר האט אנגענומען די דברי מוסר דברים כהויתן. ליצנות אהער ליצנות אהין, ס'קען האבן א שלעכטע ווירקונג (אויף א קורצע תקופה כאטש).

דריטענס, דער פאקט אז ער נישט דא געוועזן די לעצטע האלבע ווי אויך א שיינע צאל פון זיינע אלטע תגובות קענען מיטגיין מיט דעם שגעון זיינעם. (הגם ס'איז מעגליך אז ער איז שוין משקיע יארן אין זיין טריק.)

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:54 am
דורך הוגה
וואס איז א חילוק אויב ער איז עכט א העלבראנץ חסיד אדער ער מאכט זיך נאר, משוגע צו מכן דער עולם. Either way וואלט א נארמאלע מענטש נישט געשריבן אזעלכע תגובות, שאלות און געדאנקן. די בעסטע זאך וואלט געווען אז דער עולם זאל אים נישט engage'ן בכלל.

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:54 am
דורך קל וחומר
און יעצט צו דיר הרב פרימו.

דו גייסט מיטן מהלך פון דיין רבין, שפילסט דיך ארום מיט געפיהלן, פרובירסט צו רעדן צום מענטש'ס נשמה... (ביסט מסתמא געגאנגן צו פראדאקטיוו...) הקיצור, דו ברויכסט איינזעהן אז די וועלט הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט ביי הרגשים. ס'ברויך קודם זיין א וידעת היום דערנאך קען מען ארבעטן מיטן והשבות אל לבבך.
מיר אקערן נאך אדורך דעם וידעת היום, דו ביסט גלייך געשפרינגען צו והשבות ווען דו האסט נאך נישט געהאט וואס אריינצולייגן און דערפאר האסטו אזא פנים.
#א מינוט א גלח, א מינוט א מלאך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
I don't know about you, but this is fun

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:26 am
דורך כוכב
שמואל פרימו האט געשריבן: און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.


חברה, ער שפילט א געים, דאס איז די זעלבע שפיל פון דולה מיט'ן בעלעדער רבי'ן און דער קארלסבורגער ראב"ד, פאלטס נישט פאר זיין טראליזם.
שש, האסט געמאכט אן אייזן שטיקל ארבעט, זיין פארציע "שטראף רייד" אין די זעלבע פיר און צוואנציג שעה פון זיין עקלהאפטיגע מנבולישע רענט (פון ערגסטן סארט, כ'האב עס געהאט די זכי' צו ליינען און געאיבלט, נעמען א מענטש און אים סעקירן מיט חזרי'שע שאלות, פוי), איז צום גרוילן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:38 am
דורך רויטע וואנצעס
***ט! ער שפילט א געים? מיין גאנצע חלום איז צופאלן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:52 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]שמואל פרימו[/tag], דיינע ריינע ווערטער האבן איבערגעלאזט א שטארקע השפעה אויף מיר. וואס איז די פראסעס זיך צו דערנענטערן צום רעבין און זיין דרך? כ'זוך נישט צו כאפן הייסע לאקשן, כ'בין פשוט אינטערעסירט צו הערן מער. תודה מראש.

רויטע וואנצעס: איך מיין אז דו האסט ב"ה וואס די רעבבי שליט"ע סופלייט, לנצרכים... :lol: :roll:

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:59 am
דורך א איד
מצטרף לליטוואק, פון מיין זייט זאל ער זיין א חסיד לב טהור, עס לאנג ער איז העפי דארט, און זיין ווייב איז צופרידן, און איך ווינטש עם ער זאל שטייגן העכער בסולם העולה בית קל, און אויספועלן אלעס גוטס.
אבער די סטעיטמענט וועגן דעם רוזינער, אין די ק"ו של אפיקורסות, דאס באדערט שטארק, אין ווי [tag]גר ותושב[/tag] האט געזאגט אויף דעם עפ"ל וואס זאגט אזוי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:29 am
דורך שמעקעדיג
שמואל פרימו האט געשריבן:און אויב מיינסטו אז דארט האקט מען א לעבן בגשמיות, לעבסטו אין א גרויסער טעות... מען לעבט אין צוויי אפיס בילדינגס וואס איז געשטאנען ליידיג א לאנגע צייט, וויבאלד עס איז געווען אזוי אלט און פארשימלט, אז קיינער האט דאס נישט געוואלט נוצן. מיר האבן זיך דארט באזעצט, משפחות על משפחות, קוים פריוואטקייט. עס זענען פאראן צימערן וואס ביינאכט איז דאס א שלאפן צימער און בייטאג א קלאס-רום, ובנוסף דערצו הענגט וועש דורכ'ן צימער... מען לעבט ערגער ווי אין די געטאס, כמעט בלי גוזמא. יעדע כלומר'שטע אפיס דינט אלס 'דירה' פאר אן אנדערע משפחה, און עס איז נישטא גענוג פלאץ אין די דירות, אויף אזוי ווייט אז מען האלט חפצים אין די האלוועיס, וואס איז שוין אזוי אויך ממש שמאל און מען קען נישט דורכגיין. עס איז פאראן א מאנגל אין וואסער, עס קומט זייער ווייניג.


שמואל פרימו האט געשריבן:די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, מען נעמט אויף יעדן איד בסבר פנים יפות, אדרבה, פראבירט דאס אויס.


ווער וואלט געוואלט פרובירן צו באקומען הכנסת אורחים אין אזעלכע פריוואטלאזע, וואסערלאזע און ביהכ"סלאזע פארשימעלטע געטא/קלאס/שלאף צימערן וואו עס הענגט וועש?

:o

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בארואיגט'ס ענק וועגען די 'אפיקורסות'. ס'איז נישט באבע מעשה'ס מרישא ועד גמירא, פארוואס זאל מען דאס נעמען ערנסט?
סך הכל גלויבט ער אז זיין רבי איז אזוי גרויס, אדער גרעסער ווי דער ריזשינער. מנשה גלויבט ער אז ר' דוד קץ משיחיה איז גרעסער ווי דער ח"ח. ס'צייגט גארנישט וויכטיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:34 pm
דורך איך אויך
שש ידידי היקר ,דאנק דער בוכ''ע אז דו ביסט אפגעקומן אויף דע וועלט באותו מקום און אזוי גרינג.

האסט געשריבן דברי בלע, טפשות וגס רוח אויף די הייליגע בעלזע יושבים (אויף וועם דער הייליגער בעלזער רב האט זיך אויסגעדריקט נאכן קריג ''מיינע יושבים האבען געקענט זיין רביס אן נישט סתם רבי'ס נאר גרויסע רבי'ס''. כמיין דער בעלזער רב איז נאך געווען אזא מבין אויף די יושבים ווי דיר.) איז געקומען ארז אלברנז און געשריבן דברי בלע טפשות און גס רוח אויף דיר.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:11 pm
דורך געוואלדיג
שמואל פרימו האט געשריבן:יעצט, וואו איז זי אנגעקומען? - א האלבע זונה!


שבת אחים האט געשריבן:2)א האלבע זונה (א גאנצע זונה פארשטיי איך וואס ס׳מיינט אבער וויאזוי איז מען נאר א האלבע זונה?) :roll:


מסתם מיינט דאס אז זי איז מזנה נאר מיט איהר מאן......

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:29 pm
דורך סמבטיון
שמואל מיר ווארטן מיט שפאנונג צו הערן וויאזוי די תיקון חצות איז געוועהן, ווי אויך וואלט איך געוואלט הערן א פינקטליכע באריכט וואס די סדר היום איז דארט ביי ענק און גוטאמאלא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:שש ידידי היקר ,דאנק דער בוכ''ע אז דו ביסט אפגעקומן אויף דע וועלט באותו מקום און אזוי גרינג.

האסט געשריבן דברי בלע, טפשות וגס רוח אויף די הייליגע בעלזע יושבים (אויף וועם דער הייליגער בעלזער רב האט זיך אויסגעדריקט נאכן קריג ''מיינע יושבים האבען געקענט זיין רביס אן נישט סתם רבי'ס נאר גרויסע רבי'ס''. כמיין דער בעלזער רב איז נאך געווען אזא מבין אויף די יושבים ווי דיר.) איז געקומען ארז אלברנז און געשריבן דברי בלע טפשות און גס רוח אויף דיר.

כדי שלא יחשדוני לחינם. אוודאי זענען געווען דערהויבענע יושבים, בני עלייה, וואס וואלטן זעלבסט געקענט זיין רבי'ס, ולא עליהם תלונותי. איך רעד פון די וואס זענען געווען חלק פון די יושבים, און חלק פון די אלגעמיינע בעלזע טעראר אפאראט.

און שמואל פרימו האט נישט געשריבן דבי בלע וגסות קעגן מיר, ער האט גערעדט פון הארץ און ער האט נישט געטשעפעט. סך הכל א מוסר שמועס קומט נישט אריין אין דעם אשכול.


ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול צו אנדערע זאכן.