בלאט 5 פון 6
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:19 pm
דורך ודי למבין
אולי פאר די וואס קענען אים איז ער זייער גוט, אבער פאר קלייאנטן און פאר סתם עמך יודן איז ער א גרויסע "ווייז-גיי"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:12 am
דורך רויטע וואנצעס
יעצט אנגעיאגט צו הערן דעם אינטערוויו. באמבאסטיש!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:27 am
דורך קפה נמס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:07 pm
דורך its me
He is a very friendly person
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:14 pm
דורך ליפא
its me האט געשריבן:He is a very friendly person
Me too
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:49 pm
דורך געוואלדיג
i would say the same [tag]its me[/tag] if
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:31 pm
דורך יושב אהל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 7:43 pm
דורך ודי למבין
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 8:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:53 pm
דורך lazar
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.
שוין ענדליך ערשינען!
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:57 pm
דורך קנאקעדיג
ער איז א חתן געווארן
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:32 pm
דורך קאמענטירער
קנאקעדיג האט געשריבן:ער איז א חתן געווארן
מיט וועמען?
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:40 pm
דורך קנאקעדיג
מיט לעווין
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:26 pm
דורך מאן דאמר
ער איז נאך א בחור?
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:31 pm
דורך שלום על ישראל
מאן דאמר האט געשריבן:ער איז נאך א בחור?
געווען א גרוש
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:30 pm
דורך ווייל אזוי
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:18 pm
דורך town1
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:06 pm
דורך סמבטיון
קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה? בכלל בין איך דיסעפוינטעט פונעם טראסק וואס ער האט געמאכט פארן ארויסגעבן דעם סידי, איך האב ערווארטעט עפעס בעסערס פון אים, נאר דאס גייט מיר אויף די נערווען אז די פאר שיינע נגונים וואס ער האט שוין יא, פארוואס זינגט ער עס ווי א ליטוואק?
און צי דיר שמאולי אויב דו זעסט מיינע ווערטער דא וויל איך דיר זאגן אז איך ווער צודרייט פאר דיין שטימע, זעלטן צו טרעפן אזא שארפע קלארע שטימע וואס האלט אזוי גוט א טאן, אבער פליז נעקסט טיים זינג וויאזוי דיין רבי האט דיר אויסגעלערנט עברי.
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:17 pm
דורך פליקער
סמבטיון, מיר גייט נישט אן זיין הבהרה של ליטע, אבער אים גאץ ווילן ער זינגט דאך אזוי הערלעך ביי חתונות, הלמאי טויג ער נישט פאר קיין טעיפ'ס, וצע''ג.
איך קלער נאר איין תירוץ, ווייל אז מען לייגט נישט אריין גייט מען נישט ארויס, פארוואס זאל ער אריין אינוועסטירן ווען אלעס גזל'ט, איך האלט טאקע אז ער מאכט א מעסטעיק, ער ברויך נאר אינוועסטירן און עטליכע גיטע יוטוב קליפס, און וועט אים גיט עדווערטייזן וזהו.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:39 am
דורך שמעקעדיג
סמבטיון האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה?
נאר יואלי גרינפעלד מעג?
ס'איז א לעצטיגע טרענד אז אלע זינגערס זינגען אויף מערערע הברה'ס אויף זייערע אלבומ'ס, פון אברהם פריעד, מרדכי ב"ד, שוועקי, שלומי גערטנער, יואלי גרינפעלד, שלומי דאסקאל, א.א.וו.
זעהט אויס זיי ווילן אפעלירן צו אלע שיכטן און קרייזן, פון די חסידישע, ליטווישע, ביז די ספרדישע..
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:07 am
דורך קל וחומר
אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:12 pm
דורך סמבטיון
טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האס דעם גרינפעלד.
שלומי דסקל ביי זיינע רילעקס סידיס זינגט ער יעדע ניגון וויאזוי דער מחבר זינגט עס , און דאס איז גראדע שיין, ווייל אז נישט האט עס א טעם ווי ירמיה דמן ווען ער זינגט יום טוב ערליך'ס נגונים מיט א חסידישן הברה.
ראובן, איך ווייס נישט פון וועלכע מנגנים דו רעדסט אבער ביז תש"מ איז געווען אדער מבד יום טוב ערליך אברהם פריעד בן ציון שענקער און ליבאוויטש און די ערשטע פאר סידיס פון בעלזא, אדער אפשר משה גאלדמאן אויך , איך בין נישט זיכער, און יעדער האט געזינגען אויף זיין שטייגער .
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:22 pm
דורך moshav zekeinim
קל וחומר האט געשריבן:אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?
איך ווייס נישט אין וועלעכער חדר מרדכי איז געגאנגען, זיין טאטע האט אלס חזן טאקע געזינגען ברבים מיטן חזנישן הברה, אבער פריוואט איז דער שטוב געפארן אויפן פוילישן הברה. זיי זענען דאך גערע. מרדכי פאר זיך אליין דאוונט עפעס ווי א ליטוואק? אזויפיל יא, ער האט אנטוויקלט פאר זיך אליין עפעס א פשרה׳דיגער הברה וואס איז ענדליך צו דער רומענישער הברה, ד.ה. אלוקעיני מעלעך אנשטאט אלויקייני מעילעך. ווארשיינליך ווייל עס פילט זיך פאר אזא ארטיסט ווי אים מער ארגינעל, ארויס פונעם זיך, און מער השתפכות׳דיג. (אדער אפשר גאר, נאך אזויפיל יאר, ביים ריבניצן רבי׳ן).
און אפילו אברהם פריד וואס אין חדר איז ער דאך זיכער אויפגעוואקסן מיט א ליטווישער הברה, איז אבער אויפגעוואקסן ביי א גאליציאנער טאטן פון קרעניץ וואס האט געזינגען די זמירות אויפן גאליציאנעם הברה. אברהם פריד האט טאקע צעהן יאר צוריק ארויס געגעבן א וואקאלישער טעיפ מיט באבובע ניגונים געהערט ביי זיין טאטן. דאס איז געזינגען מיט א גאליציאנעם הברה. (אבער פארט הערט מען אז אברהם איז בעסער געפראגראמט אויף א ליטווישער הברה).