גאנצל האט געשריבן:טרערן גיסט זיך אן א שיעור פאר דעם אומשולדיגן פיילאט וואס זעהט די טויט פאר זיינע אויגן זיינע דערדריקענדע מחשבות פון יענע מינוטן אוי
מיר בעטן אוינזער הויכגעשעצטן פרעזידענט תחת הודו זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע ליבעראלע אידיאטישע אידילאגיעס און זיך אומגיין מיט די מלאכי חבלה מיט זיידענע הענטשוך און זיי גלעטן און האגן די מערסטע וואס ער קען איי ווי נעמט צוריק אזא שטייפער אוםבויגזאמע פירער און פרעזידענט ווי בוש 43 וואס זאל זיך אפגעבן מיט די רשעי רשעים ווי עס באדארף צו זיין
ירדן פלאנט מקיים צו זיין דעם נקום נקמת ס'וועט אבער גארנישט העלפן אייסיס וועט ווייטער אנגיין ווילאנג מ'וועט נישט זיי פארטיליגן מכל וכל
איך לייען גוט? ס'טייטש אזא אקס וואס האט אריינגעפירט אמעריקע אין איראק איז דער שטייפער אומבויגזאמער פירער וואס גיבט זיך אפ מיט יענע חברה ווי ס'באדארף צו זיין?
דאס רוב פון די מוסלומענער זענען די וועלכע ליידן הן פון די דיקטאטורן והן פון די ראדיקאלן, אגב. דאס רוב פון זיי וויל לעבן אין פרידן; פרייהייט אין א זין וואס ווארפט אראפ טיראניע און זאגט אפ ראדיקאליזם פונקט אזוי. אבער קיין איינס פון די צוויי איז נישט אמעריקע'ס פראבלעם.
אגב, ס'איז דא וואס האלטן אז ס'איז שטארק מסתבר אז הא בהא תליא. ראדיקאליזם שלאגט ווארצלען דוקא אין מקומות וואו מ'לעבט אונטער דעפרעסיע און אונטערדריקונג.
אויב אמעריקע און אנדערע מערב-וועלט לענדער ווילן טאקע העלפן איינשטעלן דעמאקראטיע אין די מיטל-מזרח לענדער, זאלן זיי אויפהערן שטיצן די רייכע אויל לענדער אין שפיץ פון סאודיע-אראביע – לענדער ווי ס'הערשט פשוט נישט קיין דעמאקראטיע; לענדער ווי געיס און פרויען פארדינען נישט קיין גלייכע רעכטן, לענדער ווי רעליגיע און קעניגליכע דענאסטיעס דאמאנירן דאס געזעץ.
און מ'זאל זיי אביסל ווייניגער העלפן וועלן זיי זיך אונטערגארטלען די מחילות און אנהייבן טון צו דער זאך. מוסלומענער לענדער אינעם גאנצן אומגעגנט זענען אין אומשטאנד צו באקעמפן אייסיס; אמעריקע'ס אינטערווינירן, הפנים אויף דער ערד, האט קיין שום פשט נישט, און ס'איז צייט זיך לערנען פון די טעותים פונעם עבר.
אזאנע סענאטארן ווי דזשאן מקעין וחבריו זענען מיר א חידוש וויאזוי זיי האבן אפילו די גאטס צו פארלאנגען קריג יעדעס יאר פאר א צווייטן צוועק אין שטיצע וואו אהין זיי האבן בלויז א יאר צוריק פארלאנגט אקעגן. אבאמא, אפילו ער איז בלי ספק קיין גרויסער פארשטייער איבער אויסערן פאליטיק, איז כאטש א ליבעראלער, כאפט ער נישט הייסע לאקשן יעדן דריטן טאג. מי יתן אז אזא איינער ווי סענאטאר רענד פאול צום ביישפיל זאל געווינען די פרעזידענטשאפט.
און אז ר' גאנצל וויל מלחמה, נו אפשר שליסט איר זיך אן אין דער ארמיי, איידער איר זאגט פאר יענעם אמעריקאנער וואס צו טאן.