בלאט 5 פון 6

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 4:00 am
דורך מענטשאלע
גהערט פון א מקורב אין בעלז, ווען דער בעלזער האט אים גפרעגט פארוואס איז ער געקומען קיין בעלז, האט חיים הערשעלע גענטפערט אז ער האט געוואלט פרובירן די ארגסע, אלע עבירות האט ער שוין געטוהן, יעצט טוט ער די שווערסטע און די ארגסטע, זיי זאגן אז דער בעלזער האט זיך געקרולערט פאר גלעכטער.

יש אומריםא ז דערפאר איז רבי אהרן געגאנגען צום בעלזער ווייל ער איז עם מקרב, אבער ס'שטימט נישט מיט די יארן פון שלום שלוס, דאכט'זיך מיר

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 7:51 am
דורך שמעון וואלף
הער שוין אויף מיט פארענטפערן פארוואס ר' אהרן איז געגאנגען צום בעלזער. ער איז זיין שוואגער פאאר העווענס סעיק! מ'דארף נישט קיין תירוץ פאר'ן גיין באזיכן א שוואגער; א תירוץ דארף מען פאר'ן נישט גיין. די געבלאזעכץ וואס איז אנגעגאנגען צווישן סאטמאר אין בעלז איז שוין ארויסגעקראכן פון די נאז לעכער און ס'איז צייט צו לעבן נארמאל.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:הער שוין אויף מיט פארענטפערן פארוואס ר' אהרן איז געגאנגען צום בעלזער. ער איז זיין שוואגער פאאר העווענס סעיק! מ'דארף נישט קיין תירוץ פאר'ן גיין באזיכן א שוואגער; א תירוץ דארף מען פאר'ן נישט גיין. די געבלאזעכץ וואס איז אנגעגאנגען צווישן סאטמאר אין בעלז איז שוין ארויסגעקראכן פון די נאז לעכער און ס'איז צייט צו לעבן נארמאל.

נו, אפילו די זאלונים-ארונים-בני יואל מחלוקת קריכט שוין ארויס פון די נאז...!

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 12:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אתא קלילא האט געשריבן:אזוי הייבסט זיך דאס אן, היינט שטיפט די מאן א קערעדש בפרהסייא אינדערוואכען, דערנאך שבת מיטן עירוב, ביז מ'גייט זיך אינגאנצען שמד'ן ווען מ'גייט צום טמאנעם כותל ה' ישמרנו


ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער גיוועהן ראבייני האקאדעש?

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 7:13 pm
דורך וואלווי
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:[ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער גיוועהן ראבייני האקאדעש?


קייסער דאנאלדאס טראמפיוס אין ג' אלפים תר"א לפ"ג און ער האט געמאכט די רומיים צאלן דערפאר

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 3:55 am
דורך berlbalaguleh
דער הויכגעשעצטער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט פון די יו.עס. דאנאלד טראמפ יר"ה האט אן ענליכן פלאן. צו בויען א וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא. און די מעקסיקאנער רעגירונג זאלל צאלן דערפאר... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:56 am
דורך גיבור
שוין געווארן א קצין אין צה"ל, זעה דא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
גיבור: ייש"כ. זייער שיין. איך פריי מיך זייער שטארק אז ער איז מצליח און ער טוט אויף צו העלפן אידן אויף זיין וועג. אבער ער איז נאכאלץ געבליבן א שומר תורה ומצוות. ס'איז א קידוש השם...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל האיך יתקיימו שניהם, ווי קענסטו זיך פרייען ווען זיין זיידע דער מרא דאתרא שליט"א פון קרית יואל עסט זיך נעבעך דאס געזונט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:20 am
דורך שמעון וואלף
די מר"א דאתרא איז זיין עלטער פעטער נישט א זיידע (כאטשיג ביי זיין חתונה איז ער געקומען מיט א ווייסע בעקיטשע אזוי ווי ביי די אייניקלעך מחמת טעם הכמוס)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך פריי מיך אז ער איז געבליבן א שומר תורה ומצוות. אז ער גייט נישט אין די שיטה. נו, מהיכי תיתי. נישט געפערליך...! די שיטה איז אזוי ווי א באנוס. ווער ס'האלט זיך ביי די שיטה הקדושה איז הנה מה טוב ומה נעים. אבער אויב נישט. ווילאנג ער היט שבת און מקיים אלע מצוות התורה איז גוט...!

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:38 pm
דורך קהל'ס נער

Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:52 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:43 pm ר' בערל האיך יתקיימו שניהם, ווי קענסטו זיך פרייען ווען זיין זיידע דער מרא דאתרא שליט"א פון קרית יואל עסט זיך נעבעך דאס געזונט.
אנטשולדיגט: איך האב ערשט יעצט געזעהן די תגובה. איך האף אז מ'נעמט נאך אן מיין לייק.

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:12 pm
דורך צומישט און צוחישט
/

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:42 pm
דורך להודיע
ער האט לעצטענס חתונה געהאט בזיווג שני
https://www.bechatzros.com/post/4656456
https://www.bechatzros.com/post/852854

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:43 pm
דורך אתערותא דלתתא
איך מיין ער וואוינט אין מאנסי

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:51 pm
דורך היכי דמי
להודיע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:42 pm ער האט לעצטענס חתונה געהאט בזיווג שני
https://www.bechatzros.com/post/4656456
https://www.bechatzros.com/post/852854

ער איז אן איידעם אין סקווירא. געווען דארט שמחת תורה און פון דארט געפלויגן קיין ישראל.

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:22 am
דורך נאוואמינסקער
פין דעהם אינטערווייו, הערט ער זיך גארנישט פארביסען, אין פאזאטיב.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:29 pm
דורך הכנה דרבה
וויפיל יאר קען מען זיך דען ארומדרייען פארביסן און פארביטערט? כמעט יעדער קומט אן צו א פוינט אין לעבן וואו מ'האט שוין נישט אויף וואס צו זיין פארביטערט ווייל מ'געפינט זיך שוין אויף א בעסערע פלאץ and they lived happily eva after.

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:31 pm
דורך אתערותא דלתתא
ביז מען הייבט אן רייכערן קטורת און מען פארגעסעט פון אלע צרות

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:47 am
דורך מן הארץ
א שיינע אינטעריא.
איך געדענק אים פון אלס בחור און איך בין סורפרייזט פון ווי אזוי ער איז יעצט.
ער רעדט זייער באזעצען, און צייגט א שטארקע כאראקטער.

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:06 am
דורך בן ישי
מן הארץ האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:47 am א שיינע אינטעריא.
איך געדענק אים פון אלס בחור און איך בין סורפרייזט פון ווי אזוי ער איז יעצט.
ער רעדט זייער באזעצען, און צייגט א שטארקע כאראקטער.
זעהט אויס אז צה"ל טוהט יא שטעלן מענטשן אויפן פוס

Re: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 2:39 am
דורך berlbalaguleh
מן הארץ האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:47 am א שיינע אינטעריא.
איך געדענק אים פון אלס בחור און איך בין סורפרייזט פון ווי אזוי ער איז יעצט.
ער רעדט זייער באזעצען, און צייגט א שטארקע כאראקטער.
ער רעדט זייער גוט ענגליש. פאר א סאטמאר'ער תלמיד. נאר דאס האט ער זיך דערלערנט נאכדעים וואס ער האט איבערגעלאזט דאס שמאלקייט און איפא מסתברא'דיגקייט פון סאטמאר.