בלאט 5 פון 9
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 4:59 pm
דורך קאווע טרינקער
ליפא האט געשריבן:rps20170530_121211.jpg
rps20170530_121324.jpg
זייער נישט קלאסיש
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 5:30 pm
דורך שמעון וואלף
ווי ס'איז ערווענט אין די בריוו פון אח"י הדרים סמוך לשיכון סקווירא, איז זייער מאדנע בכלל וואס מ'האט אריינגעמישט די בי"ד דא. בי"ד איז געמאכט צו שליכטן סכסוכים בין אדם לחבירו און פסקענען הלכה'דיגע שאלות.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 11:47 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
lost battle
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 11:48 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:lost battle
אזוי ווי די סמארט פאונס
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 12:58 pm
דורך געוואלדיג
אופס! האסט פארגעסן צו שרייבן מיט די צווייטע ניק...

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 4:03 am
דורך [NAMELESS]
באגריסענד
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 11:19 am
דורך ימים ידברו
אפ וואס גייט דא פאר? וואס איז געווען עפעס מעשי אלימות? ווי ווער ווען? געט ארויס! און וואס שרייבט מען באלד און וואס נישט ? וואס איז די עיקר וואס איז די טפל זייער אינטערסאטנט צעטיל
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:53 pm
דורך היכי דמי
ווי עס זעהט מיר אויס איז די צעטל פאלש, איך האב אנגעפרעגט ביי א חבר מיינע וועלכע וואוינט אין סקווירא און דארט ווייסט מען נישט פון קיין מכתב מחאה...
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 1:01 pm
דורך געוואלדיג
לדעתי איז דער צעטל פאלש, עס באציהט זיך אויף דעם וואס אין די לעצטוואכיגע קאמיוניטי קאנעקשאנס איז געווען א קלעסעפייד איבער גויעטעס פאר 5$ א שעה מיט א טעלעפאון # פון א רעיל עסטעיט בראוקער וואס פארקויפט הייזער ''אינדרויסן'' פון די מייל פון סקווירא.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 4:24 pm
דורך לך לך
ווער איז די בראקער?
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 6:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר זיך זעצען לערנען א שטיקעלע הלכה אין תורה, צו זע׳ען וואס דער אויבישטער, וואס האט אונז אלע באשאפען און באפוילען, און דאס נעמט אריין הרב יעקב יוסף פון סקווער אויך, וויל פון אונז.
זאגט דער מחבר אין שו"ע (חו"מ סימן קע"ה סעי׳ מ"ב - מ"ג) המוכר לעובד כוכבים או שוכר לו, היו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שהמוכר לעכו"ם או שוכר לו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שיבא מהעכו"ם עד שינהוג העכו"ם עם בן המצר שלו בדיני ישראל בכל ואם אנסו בדבר שלא כדין ישראל משלם המוכר.
א מענטש וואס פארקויפט, אדער פארדינגט פאר א גוי לעבען די פארמעגען פון א איד, האט מען איהם געלייגט אין ח ביז ער נעמט זיך אונטער אפצוצאלען אלע שאדענס וואס דער איד וועט האבען פון די גוי, לויט די אידישע געזעץ.
זאגט דער מחבר ווייטער, במ"ד אמורים כשיכול למוכרה או לשוכרה לישראל בדמים שנותן העכו"ם אבל אינו חייב למוכרה לישראל בפחות ואי חזינן שהעכו"ם מכוין לקנות במצר ישראל כדי להשחית נחלתו הכל לפי ראות הדיין:
ווען איז דאס ריכטיג? ווען ער קען עס פארקויפען צו פארדינגען פאר א איד פאר די געלט וואס דער גוי גיבט. ער מוז אבער נישט פארקויפען צו א איס פאר ווייניגער געלט. ווען אבער דער גוי מיינט מיט זיין צוצאלען געלט צו פארדארבען דער ארבטייל פון א איד, דורך קויפען לעבען דער איד (ווארשיינדליך ווייל דער גוי וויל שפעטער אפקויפען פון דער בן המצר פאר באלב געלט), גילט די אויסנאם נאר לויט די בליק פון די דיינים.
היוצא לנו מכל זה, איז אז חז"ל האבען געזארגט אז מ׳זאל נישט לייגען גוים לעבען אידען, נאר מ׳דארף קיין געלט נישט דערלייגען דערפאר. מ׳מעג אבער נישט ארויס העלפען דער גוי צו צושטערען די איד׳ס גיט.
לאמיר דא צונעמען די מציאות. די סקווערער ווילען טוהן וואס זיי האלטען איז דער רצון פון זייער רבינ׳ס טאטע׳ן. דאס איז נישט קיין מצוה, און ניטאמאל אן ענין אין תורה צו טוהן אזא רצון, כאטשיג ווען ער האט עס זייער שטארק געוואלט. דאס איז א געפיהל וואס זיי האבען, און זיי זאגען גאר אז אסאך פון זייער רוחניות׳דיגע מדרגות קומט פון די געפיהל. שוין, אז זיי ווילען עפעס טוהן, ווער וויל זיי אפזאגען?
אבער אין די זאכען דארף מען קודם קאנסאלטען מיט די תורה. געפיהלען זענען פיין און וואויל, אבער תורה איז עטוואס וויכטיגער. מ׳גייט צו די געגענט ווי אידען האבען לעצטענס איינגעקויפט מיט זייער אייגענע פארדינטע געלט, און דארט וואוינען זיי, און מ׳קויפט אפ הייזער, און מ׳פארדינגט זיי צו גוים. דאס איז די ערשטע שאלה, וואס איז די היתר צו גייען פארדינגען צו א גוי לעבען א איד? אבער דא איז די פראבלעם נאך מער. דיין גאנצע כוונה איז להשחית נחלתו פון א איד. פאר דעם האסטו גאר געמוזט דערלייגען געלט אויף נישט צו פארדינגען פאר א גוי. און דא קומט מען מיט טענות אויף יענעם?!
געוואלד! א סעיף אין שו"ע! און דאס אלס אין דער נאמען פון דער סקווערער רבי זצ"ל! מ׳צאפט זיין בלוט מיט דעם אז מ׳נוצט זיין נאמען צו פארלעצען די הייליגע תורה!
ביטע איבערגעבען פאר אלע סקווערער חסידים וואס איהר קענט, כדי זיי זאלען זיך צוריק ציען. איך בין דן לכף זכות אז זיי וועיסען נישט דערפון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: די סקווירא'ער חסידים וועיסן נישט. פונקט אזוי ווי זייער רעבא וועיס נישט. דו ערווארטסט פון זיי אז זיי זאללן וויסן אדער איינהאלטן א סעיף אין שולחן ערוך. אדער אין מענטשליכקייט. די עובדי עבודה זרה וועיסן נאר עין זאך... דינען דעם (העיליגן) רעבא...ותו לא...!
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 8:09 pm
דורך דער דאס
פון וואטסעפפ:
צו מיין באליבטער חבר "מאז ולתמיד" החוסה בצילא דמהימנותא, חצרות קדשנו ק"ק סקווירא יצ"ו,
ווי שטענדיג, האב איך זיך זייער געפרייט צו דיין שרייבן, אבער צום באדויערן, ווען איך האב אהנגעפאנגען לייענען דעם אינהאלט בין איך געווארן זייער אנטוישט, בעיקר אין דיר. איך האב געהאלטען מעהר פון דיר...
עס איז שוין באלד שבת ביי אונז, וועל איך מקצר זיין, בפרט ווען דער סוגיא איז הקיצור יפה לה, וד"ל...
דער גאנצער ענין פון פארלאנגען א "יודען-ריין זאנע" איז נישט געהערט געווארן זייט נאצי-דייטשלאנד!!
בושנו מכל עם!!! עס ווייטאגט מיר אז מיר זענען נאך דערצו מטיל דופי און תולה דעם סירחון אויפן רבין זצ"ל, אז מיר הענגען עס אהן אויף זיין הייליגן נאמען. תסמרנה שערות ראש. אוי לאותה בושה!!!
ביזט מאריך בדברי הבל וסרק, אהן א בפירוש'ער מימרא פונ'ם רבין זצ"ל אז ער זאל האבן אזעלעכס געזאגט. מאכסט עס זייער עמאציאנאל, צו פארבלענדן די אויגן פונם לייענער. איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. צו האלטסטו מיך פאר אזא נער?
סך הכל האט דער רבי זצ"ל געבעטן בתחנונים אז כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל היטן אויפן הייליגן שטעטל. דער רבי קען נאר היטען אויב די שכנים זענען גוים?
פלעגסט מיר נאך זאגן פון דיין טאטען נ"י אז עס ווייטאגט איהם ווי ווייט דאס שטעטל פיהרט זיך נישט לויטן ציהל פונם מייסד הקדוש זצ"ל. פלעגסט מיר נאכזאגן פון איהם אז הלואי וואלט פארן רבין שליט"א געגאנגען אין לעבן אריין דאס כבוד פון זיין טאטן אפילו נאר א צעהנטל פון וויפיהל עס גייט אין לעבן אריין פאר רבי מאטעלע (כ"ק בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל)... האסט שוין פארגעסן? איך געדענק!
איך זעה ווי בהמשך פאטשקעסטו מיט הרה"ק רבי מאטעלע זצ"ל. דו האסט מיר כמ"פ נאכגעזאגט פון דיין טאטן אז אדאנק איהם וויסן מיר בכלל אז דער רבי זצ"ל האט עקזיסטירט!
איך בעט דיך אלס חבר נאמן, לאז דיך אפ פון דעם נושא וואס פארשעהמט סקווירא, און אז דו ווילסט דוקא יא זיך שרייבן דערוועגן, שרייב כאטש צו טעמבלעך, נישט צו מיר.
דיין לאנדאנער חבר בק"ק תוי"י
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: מוצ"ש יוני 16, 2018 10:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: די סקווירא'ער חסידים וועיסן נישט. פונקט אזוי ווי זייער רעבא וועיס נישט. דו ערווארטסט פון זיי אז זיי זאללן וויסן אדער איינהאלטן א סעיף אין שולחן ערוך. אדער אין מענטשליכקייט. די עובדי עבודה זרה וועיסן נאר עין זאך... דינען דעם (העיליגן) רעבא...ותו לא...!
ווען איך האב א הו"א אז זיי קענען די סעיף אין שו"ע, החרשתי.
יעצט וואס זיי ווייסען עס נישט, ביטע זייט׳ס מפרסם, שיק עס צו חברים אין שיכון, זאג פאר די עשירים וואס ספענדען געלט לעשות רצון קדשו פון זייער גייסטישע פיהרער, אז דער גאט וואס האט זיי און דער אויבענדערמאנטער ג.פ. באשאפען האט געשריבען אין זיין תורה אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען. אולי יחוס......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש יוני 16, 2018 11:01 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז נישט גענוג. איך האלט אז מען זאל נישט טארען קויפן קיין הייזער 20 אדער 30 מייל פון סקווער. איך וואלט נישט געוואוינט 50 מייל פון סקווירא אפי' אויב מען גיבט מיר א הויז פאר בחינם.
איך אויך נישט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:58 am
דורך חיים יואל
#משוגעת
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 12:23 am
דורך Samkoton
איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.
ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.
פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:57 am
דורך ליב צו וויסן
Samkoton האט געשריבן:איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.
ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.
פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 1:11 pm
דורך מרדכי מרדכי
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 1:34 pm
דורך מה בכך
מרדכי מרדכי האט געשריבן:אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח
זיי קויפן לרחצה
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 5:17 pm
דורך קרעטשמער
ליב צו וויסן האט געשריבן:Samkoton האט געשריבן:איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.
ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.
פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?
היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:22 pm
דורך מה בכך
קרעטשמער האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:Samkoton האט געשריבן:איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.
ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.
פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.
עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.
(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)
ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?
היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת
די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:37 pm
דורך איתן
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז נישט גענוג. איך האלט אז מען זאל נישט טארען קויפן קיין הייזער 20 אדער 30 מייל פון סקווער. איך וואלט נישט געוואוינט 50 מייל פון סקווירא אפי' אויב מען גיבט מיר א הויז פאר בחינם.
איך אויך נישט
איך אויך נישט