ידען האט געשריבן:ראובן
יאיר
שעפטל
געפילטע פיש
שווערע ארבעט געלייקט יעדע תגובה פון די ערשטע דף אבער וואס איז עס אזוי אינטערעסאנט?
כאב געקיקט כמעט יעדע עד אבער איך זעה נישט וואס סיז אזוי מעכטיג
ס'איז אלעמאל אינטרעסאנט צו זען אלטע זאכן, צו פון א אכשר דרא שטאנדפונקט, און סיי בכלל, צו זען וויאזוי זאכן טוישן זיך. דיין דאקטער האט דיר געהייסן זיך באדן? קענסט זיך שפארן ביי אונז לפחות דריי הונדערט דאלער. קענסט דינגען א 6 אהאלב רומיגע דירה פאר $600 א חודש, קויפן א הויז פאר $75,000, דער ערשטער חכם איז אויפגעקומען אז מ'קען צוריק מאכן געלט פון טעקס ריטורן, ערב פסח איז גענוג זיך צו ווישן ס'מויל מיטן פינגער, מ'דארף נישט כשר'ן, אדער פוצן מיט א ציין בערשטל, לעבאוויטש טרעוועל עידזשענסי, וכו' וכו'. די לייקס זענען בעיקר ווייל צאמנעמען און ארויפלייגן אזוי פיל בילדער איז נישט גרינג, קומט זיך עם כאטש א לייק פאר דעם.