בלאט 5 פון 7
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:35 am
דורך [NAMELESS]
2
דף מהקונטרס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:43 am
דורך [NAMELESS]
י
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 10:28 am
דורך קאסטנער
עזריאל האט געשריבן:י
אויב איז דעס עפעס וואס ער האט געזאגט אין ארונישע ביהמ״ד אין קרית יואל מיז איך מודה זיין אז א לץ איז ער א געלונגענע,
אפשר וועגען דעם גייט ער מיט אזעלכע גרויסע שוואנצן כדי מען זאל נישט זען די גרויסע שמייכל וואס באהאלט זיך דארט..
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אלס געבויט אויפ'ן דזשאו''ק פון זיך בוקען צום צלם טויזענט מאל. קוק דער רבינ'ס ווייטע בליק
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:14 pm
דורך וויל קענען
כ׳מיין ס׳וואלט געווען פאסיג אז איינער זאל ארויפלייגן די דריי בוקס פון ראבינאוויטש אויף שמייכל כ׳האב עס יעצט געזעהן אויבערפלעכלעך צום ערשטען מאל ער איז א לץ פון ערשטע קלאס עי׳בשערי תשובה דרבינו יונה וואס ס׳מיינט א לץ
איך בין געקומען צו די החלטה אז ער האט נישט קיין שום אזשענדע ער איז א פאלנע לץ
ער נעמט די גאנצע מערכה פון אינטערנעט אין מאכט ליצנות דערפון און ברענגט עס אינטער בידים
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 1:46 am
דורך וויל קענען
דעים שבת האב איך געזעהן א זיס צעטל פון ראבינאוויטש ער לייגט אראפ א הספד כ’האב עס געוואלט ארויפלייגן צו מהנה זיין אידישע קינדער וחבל על דאבדין, ווער ס'האט עס אין באזיץ ווערט געבעטן עס ארויפלייגן להנות בהם בני אדם
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 4:04 pm
דורך קאמענטירער
די עולם כאפט נישט וואספארא לץ אונזער רב ראבינאוויטש איז, סקען גאר זיין אז די א״ד פאשקעווילען האט ער אליינס ארויס געגעבן אלעס כדי מזאל רעדן פון אים און פון זיינע דרשות בין לטוב והן לרע ווייל ער טענה׳ט אז אפי׳ מהעצט קעגן אים אבער ווי נישט ווי וועט זיך איינער אנרופען אין די קיפקע "ווי נישט ווי האט דער ראבינאוויטש א פוינט" (לשונו של בעל העובדה) .. די עולם זעהט נישט אין וואספארא רותחין של ליצנות דער טובל׳ט זיך?
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
די לצים אינעם מאמענט האבן די וואך ציטירט א שטיקל פון זיינע מאדנע דרשות, אונטער די "יש אומרים" אפטיילונג...
"דער רבי איז ליבערשט מסכים צו טיילן סושי פיש ווי איידער פריטלען, אבי די סמארטפאונס זאלן פארשוואונדן ווערן" (בערך בלשון זו).
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 5:17 pm
דורך ירא שמים
כהאלט אז ער איז פשוט געדונגען ביי די כשרע סעלפון פראדוצורער צו ארויפטרייבען די פארקויף פון די כשרע סעלפוינס והא ראי׳ פונם קאמפיוטער האט ער אינגאנצען פארגעסן.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:10 pm
דורך האמת לאמיתו
איך הער אז סאטמאר (ק"י) האט קהל אים שוין געאסרט פון צו האלטן דרשות אין ביהמ"ד הגדול און אין כולל צוליב זיין ליצנות דיגע און חוצפהדיגע באנעמונג
סבלייבט נאר איבער צו זעהן ווען די אנדערע קהלות וועלן דאס נאכטוהן
(אגב הער איך אויך אבער נישט קראנט אז אין באבוב האט מען אים ארויס געטראגען וויל ער האט געזאגט אז רבינו (ב"צ) איז גרייט אז די גאנצע עולם זאל גיין צו 45 אבי נישט קיין סמארט פאון און פאר אזא גראבען שקר איז ער געפלויגען זעהט אויס ער האט געמיינט באבוב איז הפנים סאטמאר...)
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 8:43 pm
דורך ל.רוזן
שמעקעדיג האט געשריבן:די לצים אינעם מאמענט האבן די וואך ציטירט א שטיקל פון זיינע מאדנע דרשות, אונטער די "יש אומרים" אפטיילונג...
"דער רבי איז ליבערשט מסכים צו טיילן סושי פיש ווי איידער פריטלען, אבי די סמארטפאונס זאלן פארשוואונדן ווערן" (בערך בלשון זו).
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 9:23 pm
דורך טוביה זִיגוּד
וועמען מיינען ענק מיט דעםת לייק? מאמענט אדער ראבינאוויטש? אדער ביידע?
משוגע קאסט נישט קיין געלט
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:56 am
דורך וויל קענען
וויל קענען האט געשריבן:דעים שבת האב איך געזעהן א זיס צעטל פון ראבינאוויטש ער לייגט אראפ א הספד כ’האב עס געוואלט ארויפלייגן צו מהנה זיין אידישע קינדער וחבל על דאבדין, ווער ס'האט עס אין באזיץ ווערט געבעטן עס ארויפלייגן להנות בהם בני אדם
מ’קען עס הערן אויף
641-715-3800------54345# ext77299
גר’ע רבי פלעגט זאגן די וועלט קוקט אזוי אויס(און אזא נידריגע מצב) ווייל ס’איז דא צו ווינצוג(ווייניג) משוגעים און די משוגעים זענען צו ווינצוג(ווייניג) משוגע
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 2:45 pm
דורך האמת לאמיתו
שמעקעדיג האט געשריבן:די לצים אינעם מאמענט האבן די וואך ציטירט א שטיקל פון זיינע מאדנע דרשות, אונטער די "יש אומרים" אפטיילונג...
"דער רבי איז ליבערשט מסכים צו טיילן סושי פיש ווי איידער פריטלען, אבי די סמארטפאונס זאלן פארשוואונדן ווערן" (בערך בלשון זו).
דער מאמענט זענען לצים פארן עס שרייבען אדער ער איז א פאלנער לץ פארן עס זאגן ????
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 pm
דורך שמעקעדיג
אלו ואלו....
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 6:24 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:"דער רבי איז ליבערשט מסכים צו טיילן סושי פיש ווי איידער פריטלען, אבי די סמארטפאונס זאלן פארשוואונדן ווערן".
איך שטיי און איך וואונדער מיך צי די היינטיגע סאטמוירישע רבי'ס האבן משנה געווען פונעם רבי'ן ז"ל'ס דרך.
לויטן הייליגן רבי'נס ווערטער - און זיינע ווייטע אויגן - איז אונטערנעט בכלל נישט קיין נסיון!
.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער מיינט אוודאי נעמען געלט וואס מ'האט פארדינט דורכ'ן ניצען דער אינטערנעט, וואס כידוע זענען אלע ראשי המערכה קעגען אינטערנעט שטארק נזהר דערין.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:53 am
דורך [NAMELESS]
די וואך אין די מאמענט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
נאר קוקענדיג אויפן דעקל זעענדיג זיין כיטרע שמייכל קומט מיר צו לאכן....
דער מאמענט קויפט זיך לעצטנס איין מפטיר יונה...
#ווילאנג עס איז דא וואס צו ליינען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 2:57 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב אדורכגעלייענט דעם ארטיקל, כ'האב מיך היבש געראולט פאר געלעכטער. דער איז זיס ווי האניג. (אבל לא מדובשך וכו')
דאס איז אמאל זיכער אז כ'האב אים ארויסבאקומען מער ווי בעפאר, מען קען אים נישט אוועקמאכן.
בעיקר האט מיר געכאפט 2 זאכן, זיין סארקאזם און צינישע ווערטלעך, און צווייטנס אז ער וועט קיינמאל נישט קאנפראנטן א מענטש דירעקט איבער זיין טעלעפאן, ער שלאגט זיך מיט ציין און נעגל נאר אקעגן די עצם פראבלעם, אבער קיינמאל אקעגן א יחיד.
מען דארף זעהן ער זאל עפענען א ניק דא אין שטיבל, ס'וועט זיין פיינע נייעס......
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:49 am
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1441342193.451091.jpg
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 11:38 pm
דורך מור וקציעה
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל
אין גבול לחוצפה: אברך זרק סמארטפון כשר למיםאיש עסקים במודיעין עילית הניח את הסמארטפון הכשר שלו בבית מדרש להטענה מצא אותו מונח בספל מים: "נזק של אלפי שקלים"משה ויסברג יום רביעי כ"ד תשרי תשע"ו 01:16 07/10/2015
מקרה מקומם במודיעין עילית: אברך הטביל מכשיר כשר של איש עסקים בתוך ספל מים.
מודעה שפורסמה בבית הכנסת חניכי הישיבות רשב"י במודיעין עילית, בישרה לציבור כי יש מישהו שנלחם במכשירי סמאטרפון גם כשרים.
במודעה אותה תלה איש עסקים מוכר בעיר סיפר האיש: "אודות המקרה שאירע בבית הכנסת ביום שישי חול המועד שהונח מכשיר סמאטרפון כשר בספל מים. הנני להבהיר כי מדובר במכשיר מוגן ומאושר על ידי גדולי ישראל והנזק הוא באלפי שקלים (עלות 3000 שקל למכשיר) מלבד הנזק של מחיקת החומר".
ל'בחדרי חרדים' נודע כי אותו איש עסקים המתגורר בסמוך, הגיע להתפלל כהרגלו בחול המועד בבית הכנסת חניכי הישיבות רשב"י באחוזת ברכפלד. לפני התפילה הניח את מכשיר הטלפון שלו להטענה. בסיום התפילה עאשר חיפש את המכשירהוא מצא אותו בספל מים סמוך.
על פי העדויות אחד האברכים ברוב צדקותו החליט ללמד את איש העסקים פרק במכשירי סמארטפון, למרות שמדובר במכשיר מוגן עם מספר כשר.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=9 ... =6&scat=45
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 11:54 pm
דורך פליקער
ער האט פארגעסן אוודאי וואס די ראשי תיבות פון 'פרום' פלעיגט אמאל זיין, ער העינגט נעבעך א צעטל איבער זיין שאדן, איינער זאל ענדערש נעמען די צעטל און לייגן ביי ר' שמעון'ן אין מירן, אגב בעקאפ איז א וויכטיגע לעקציע וואס ברויך געלערנט ווערן, ובפרט וואס די עובדא גייט זיך זיכער איבערשפילן תוך רשעי עמך ישראל,
ער פארענטפערט זיך אז עס איז א כשרע כלי, איך וויל פארשטיין ווי אזוי מיר נאבן זיך דערקייקלט אז יעדער איינער וואס האט א סמארט פאון ברויך זיך אנקליידן מיט א גרויסע סיין וואס פארענטפערט יעדען ראצער זאל אים נישט ארויס פירן פין שיל ביים קאריק מחמת ספק ספיקה אז זיין סעל פאון האט א שאלה, שוין צייט צי עפענען א סייט jewsagainstterror.org