בלאט 5 פון 214

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm
דורך קאפקעיק
איך בין א אינגערמאן א פאר יאר נאך די חתונה וואס זוכט א ווינקל צי שמועסן און פארברענגען. נאך יארן זיך דרייען דא און זעהן אין די "ווער איז יעצט דא" שורה "איין גאסט" האב איך מחליט געווען: זהו! ווילאנג קען מען זיין א גאסט? איך שרייב מיך איין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm
דורך אחמד
איך האלט מיך געשמאק, מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר, כ'בין עטוואס אן אויבער-חכם, א גרויסער שרייבער און שטיקל בר בי רב. איי וועט איר פרעגן פארוואס יאך רוף מיך "אחמד", איז דער תירוץ אז איר זאלט האבן וואס צו פרעגן.
איך בין אין א שטיקל דעפרעסיע און איך דארף ערענסט אביסל ליבשאפט. עטס קענטס מיר מקרב זיין אן מורא האבן פון לא תחנם, ווייל כ'בין עכט יא א איד. פינעף און צוואנציג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם אלע נייע, וועלקאם טו די קלאב, יעדער קען דא באקומען וויפיל ליבשאפט מען וויל, כולנו בני איש אחד אנחנו, טוט אייך אויס די רעקלעך (אויב איר זענט געקומען מיט איינס) און הענגט עס אויף אויף די רעכטע זייט, און לאמיר הערן עפעס שיינע זאכן פון אייך, ווי די פיש פון ים לויפן מיר כאפן יעדע פרישע טראפ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאטי, איך האב דריי נייע אינגלעך אין מיין קלאס.

רויטעלע, וואס זענען זייערע נעמען?

גילוי אליהו, קאפקעיק, און אחמד.

שוין רויטעלע נחמתני נחמתני, יעצט ביסטו נישט די איינציגסטע מיט א פאני נאמען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:41 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם אלע חשוב'ע נייע מעמבער'ס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:54 pm
דורך שעפטל
היי עווריוואן.

פראוועטס שוין ווייניגער עניוות און לאמיר האבן אויף וואס זיך צו שלאגן.... לעטס גאו, שרייבטס עפעס און כ'גיי גיין פארקערט... רעדי???

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:09 pm
דורך אחמד
אהההה! א נחת צו זיין א חלק פון די חברה! ס'איז דא איין מעגא פראבלעם און דערפאר קען איך נישט שרייבן אין די טעג.
זייענדיג א קעמפער אין די וואויל טעטיגע ארגינעזאציע עז א דין אל-קסאם, דער מיליטערישער פליגל פון כאמאס, בין איך די לעצטערע טעג קוואטירט אין איינע פון די טונעלן וואס מיר מודזשאדיסטן האבן געבויט, און ניטאמאל קיין טו-דזשי איז דארט פארהאן. איז זייט מיר מוחל חשוב'ע פריינד, און ערלויבט מיר פארענדיגן מיין עבודת הקודש דא און דערנאך וועל איך קומען פארברענגען און ליפטערן מיינע דעות. אללה אכבאר!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:17 pm
דורך שמעקעדיג
אחמד האט געשריבן:מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר


לכתחילה אריבער אין אייוועלט האט געשריבן:אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 6:55 pm
דורך מעקס
א גיט יאר טייערע חברים לאמיך זיך פארשטעלן פאר ענק און מיט א תפילה אויף מיינע לעפצן בעט איך דעם קל חי אז איך זאל זיך גרינג איינגלידערן און שפירן היימיש.
איך בין א יונגערמאן וואס ארבעט און היבש ביזי אבער איך כ'טריי אימער מיר צו מאכן צייט פאר אינטערסאנטע שרייב ווערק און איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון קאווע שטיבל די לעצטע פאר יאר.
אבער כ'וויל אויסשמיעסן א נקודה אז איך קען נישט צו גוט די יודישע קיבאורד אויפן קאמפיוטער ממילא ניץ איך מיין ענדרויד איך האף עטס וועטס מיר מוחל זיין אויב וועל איך נישט צופיל קאמענטירען.
איך האב ביז אהער זיך געהאלטן פאר א גאסט און קיינמאל נישט גענימען די קוראזש צו ווערן א חבר אימערצע האשעם האב איך יעצט געטוען א גיטע שריט.
אן איך האף עטס וועטס הנאה האבן פון מיינע צוויי צענט דא אין דארט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 6:56 pm
דורך קאווע טרינקער
מחול לך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 6:56 pm
דורך Samkoton
א גוט יאר אייך. איך בין דא אריינגעפאלן אין קאווע שטיבל, מ'האט מיך געהייסן שרייבן אפאר ווערטער וועגן מיך, וואס זאל איך אבער טוהן אז אפיציעל עקזיסטיר איך נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 6:57 pm
דורך קיצוני
א יונגערמאן וואס פרייט זיך מיט תורה און מצוות
אין איז שטאלץ צו זיין א יוד
ווייל די אללע צרות אין פראבלעמען זענען דא גלייך ביי די חופשים אין ביי די גויים (אויב נישט מער)
און פאר אונז בלייבט נאר די באנוס פון קירבת השם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 6:57 pm
דורך קאווע קריטיק
איך גלייך פילמען, זיי זענען פאר מיר אן עדיוקאציע, אן אינספיראציע און לערע. עס ברענגט וויסנשאפט און פארשטאנד. בעז''ה וועל איך שרייבן פארשידנס און אינטערעסאנטס פון דער וועלט פון קינא און פילם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:13 pm
דורך ישראל קאפקע
קאווע קריטיק האט געשריבן:איך גלייך פילמען, זיי זענען פאר מיר אן עדיוקאציע, אן אינספיראציע און לערע. עס ברענגט וויסנשאפט און פארשטאנד. בעז''ה וועל איך שרייבן פארשידנס און אינטערעסאנטס פון דער וועלט פון קינא און פילם.

גוט גוט!
אה, ענדליך איינער מיט וועמען צו שמועסן וועגן פילמען,
איך גלייב אז איך ועל הנאה האבן פון דיר.

שלום עליכם, און מאכט איך היימיש,

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:29 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע קריטיק האט געשריבן:איך גלייך פילמען, זיי זענען פאר מיר אן עדיוקאציע, אן אינספיראציע און לערע. עס ברענגט וויסנשאפט און פארשטאנד. בעז''ה וועל איך שרייבן פארשידנס און אינטערעסאנטס פון דער וועלט פון קינא און פילם.

וצ"ע ממה שכתבו הגאונים בסימן "פראגעס און ענטפערס איבער ניקס" עמוד 5
באריסטא האט געשריבן:מיר נעמען מער נישט אן קיין ניקס מיט דעם ווארט "קאווע", דערפאר ווערט "פרישע קאווע" נישט אנגענומען.

[tag]באריסטא[/tag]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 9:24 pm
דורך שמעקעדיג
מעקס האט געשריבן:איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון קאווע שטיבל די לעצטע פאר יאר.
איך האף עטס וועטס מיר מוחל זיין אויב וועל איך נישט צופיל קאמענטירען.
איך האב ביז אהער זיך געהאלטן פאר א גאסט און קיינמאל נישט גענימען די קוראזש צו ווערן א חבר אימערצע האשעם האב איך יעצט געטוען א גיטע שריט.
אן איך האף עטס וועטס הנאה האבן פון מיינע צוויי צענט דא אין דארט.

דו דארפסט טון תשובת המשקל, שמחנו כימות עניתנו, יארן לאנג הנאה געהאט אלס גאסט און קיינמאל נישט צוריקגעצאלט? אם עשית חבילות של עבירות וכו', אלזא נעם דיר שרייבן וויפיל צענט דו ווילסט, אבער געשריבן זאל ווערן, און דערפריש אונזערע הערצער מיט פיינע ווארע.

עליכם שלום אויך פאר די איבריגע געסט. איך האף איר וועט נישט בלייבן געסט פאר צו לאנג.

כ'האב הנאה פון דעם געדאנק אז יעדער נייער שטעלט זיך פאר. נישט געטראכט אז ס'וועט זיך אזוי פיין אויסארבעטן.
יישר כח [tag]קעלנער[/tag]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 1:32 pm
דורך קעלנער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע קריטיק האט געשריבן:איך גלייך פילמען, זיי זענען פאר מיר אן עדיוקאציע, אן אינספיראציע און לערע. עס ברענגט וויסנשאפט און פארשטאנד. בעז''ה וועל איך שרייבן פארשידנס און אינטערעסאנטס פון דער וועלט פון קינא און פילם.

וצ"ע ממה שכתבו הגאונים בסימן "פראגעס און ענטפערס איבער ניקס" עמוד 5
באריסטא האט געשריבן:מיר נעמען מער נישט אן קיין ניקס מיט דעם ווארט "קאווע", דערפאר ווערט "פרישע קאווע" נישט אנגענומען.

[tag]באריסטא[/tag]

דער נייער ניק שטעלט זיך פאר ווי איינער וואס וויל זיין קאווע שטיבל'ס קריטיקער אויף פילמס, און איז נישט סתם א ניק מיט די ווארט "קאווע" אינעווייניג. אויב עס שטערט דיר קען מען פארהאנדלען...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 1:32 pm
דורך אפשר
שלום עליכם טייערע חברים, איך בין א ווארעמע חסידישע יונגערמאן, אין איך ארבעט א האלבע טאג, און אזויווי די אנדערע האלבע טאג ארבעט איך נישט, דריי איך מיך שוין דא גאר א לאנגע צייט, און איך האב זייער הנאה, האב איך געקלערט אז אפשר קען איך אויך עפעס צולייגן אדער אפשר א לייק געבן, איך האף אז איר זענט מסכים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 1:51 pm
דורך היסטאריקער
אפשר האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חברים, איך בין א ווארעמע חסידישע יונגערמאן, אין איך ארבעט א האלבע טאג, און אזויווי די אנדערע האלבע טאג ארבעט איך נישט, דריי איך מיך שוין דא גאר א לאנגע צייט, און איך האב זייער הנאה, האב איך געקלערט אז אפשר קען איך אויך עפעס צולייגן אדער אפשר א לייק געבן, איך האף אז איר זענט מסכים.


"אפשר" יא "אפשר" נישט

בד"א, ברוכים הבאים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:40 am
דורך קאווע קריטיק
פרידן צו אייך מיינע גוטע פריינד.
די נושא פון פילמען איז כמעט ווי א מת מצוה אין דעם שטיבל, און אט דערפאר האב איך געעפענט דעם ניק, אויסצוברייטערן די טעמע און איר קונסט. געוויס ווארט איך צו הערן פון אייך, איר זאלט מיר ארויסהעלפן מיט דער אויפגאבע, און צוזאמען וועלן מיר ארויסנעמען די אינספיראציע וואס די וועלט פון קינא האט צו אפפערן.
מיין ערשטע אשכול שטעל איך יעצט ארויס מיט'ן נאמען "באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע", דאס וועט זיין געווידמעט איבער פילמען וואס זענען נישט בלויז א פאנטאזיע, נאר דערציילן אן אמת'ע געשיכטע, באקאנט אלס A true story אדער Based on a true story. אזא פילם איז נישט בלויז א פארגעניגן נאר קומט געווענליך באגלייט מיט א טיפער לערע און לעקציע פאר דעם אוידענץ.
עס איז מיין האפן און ווילן, אז מיין קווארטיר אין "קאווע שטיבל" זאל אייך ברענגען פיל הנאה.
אדאנק.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 pm
דורך קאווע טרינקער
קעלנער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע קריטיק האט געשריבן:איך גלייך פילמען, זיי זענען פאר מיר אן עדיוקאציע, אן אינספיראציע און לערע. עס ברענגט וויסנשאפט און פארשטאנד. בעז''ה וועל איך שרייבן פארשידנס און אינטערעסאנטס פון דער וועלט פון קינא און פילם.

וצ"ע ממה שכתבו הגאונים בסימן "פראגעס און ענטפערס איבער ניקס" עמוד 5
באריסטא האט געשריבן:מיר נעמען מער נישט אן קיין ניקס מיט דעם ווארט "קאווע", דערפאר ווערט "פרישע קאווע" נישט אנגענומען.

[tag]באריסטא[/tag]

דער נייער ניק שטעלט זיך פאר ווי איינער וואס וויל זיין קאווע שטיבל'ס קריטיקער אויף פילמס, און איז נישט סתם א ניק מיט די ווארט "קאווע" אינעווייניג. אויב עס שטערט דיר קען מען פארהאנדלען...

איך וועל עס טרינקע"ן, און נישט קריטי"קירן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:56 pm
דורך monseyer
איך קיק שוין קאווע שטיבעל א שטיק צייט עס איז דא אסאך מאל וואס איך פיל אז איך האב טו סענס דו עד איך האב יעצט געלייענט עפעס וואס עס פעלט אינפארמעשען וואס איך האב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:58 pm
דורך אליעזרי
עס איז געווען פאר מיר א גרויס הנאה פון די געשפרעכן אינעם קאווע שטיבל, אבער שטיין אין א זייט און גארנישט רעאגירן? דאס איז געוויס נישט קיין אידישע מדה... אונזערע חכמים זאגן אז מער ווי א קעלבעל וויל זייגן וויל די קוה געבן צו זייגן. לאמיר זיך טאקע איינשרייבן צו מיטיילן מיינע זכרונות און געפילן.