בלאט 5 פון 6

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:32 pm
דורך 65th

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:40 pm
דורך נולד מאוחר
וויאזוי האט מען זיי געכאפט?
וואס עפעס פונקט זיי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:52 pm
דורך יעקב מענטש
נולד מאוחר האט געשריבן:וויאזוי האט מען זיי געכאפט?
וואס עפעס פונקט זיי?

לויט ווי איך פארשטיי, פארלייגן זיי זיך אויף די סעשאן 8 רעסיפיענטס.

אגב, פון לייענען די סטעיטמענט פון די די עי. קען מען מיינען אז מ'רעדט דא פון לאנגיעריגע שווינדלער וכו', אין פאקט, (איך קען די מענטשען פון דער נאנט) זענען זיי אלע ביז ארום 6-7 יאר צוריק געווען כולל אינגעלייט, ווי ס'איז זיך זיי מן הסתם ערליך געקומען די פראגראמען, יעצט טויש די פאקטן און שרייב איבער די סטעיטמענט, ס'קוקט נאך אויס אזוי דראמאטיש ? (פארשטייט זיך אז מ'לייגט צו די ווארט 'רינג' וואס מאכט עס אויסקוקן כאילו דאס איז עפעס א פלאנירטע רויבעריי צווישן די גרופע, ווען אין פאקט האט נישט איינער מיטן צווייטן).

עניוועי, ה' ירחם

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:28 pm
דורך 65th

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:49 pm
דורך 65th
פארוואס ברענג איך די FBI פאפירן?
משל לחולה שנכנס אצלו רופא אמר לו אל תאכל צונן ואל תשכב בטחב שלא תמות כדרך שמת פלוני....


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 3:09 pm
דורך פליקער
עס כאפט דאך א פחד, ווען אלעס איז ביזי מיט אינזער ווערן עדזשוקעישן, און די וויכטיקייט פון די הייליגע טעיג, יעדער מוז וויסן די חרבנות וואס די כלים טון שאדן פארן כלל, יעדער איינער מוז וויסן ווער עס איז די גרעסטע רבי אויפן כדיר, ווער עס שאפט מער געלט פאר די ילדי צרפת, ווער עס האט געשריגן העכער פוי ביים פראטעסט, אבער ווען עס קומט צו די בעיסיקס, פליז נישט גנבענען ווערן די גייסטישע פירער מיסטערעיז שטיל, מען הערט פון זיי נישט קיין פיפס, בשעת די פעדעראלע אגענטען פארשוועכען אזוי פיל היימישע שטיבער, איז אלעס אקעי, וועין נישט די טריפהנע כלי וואלט משיח געקומען, וועין נישט די גיות בני ישיבה וואס אלעס געווען עולם התיקון, ווען עס קומט שבת תשובה וויל איך וויסען וועלכע רב וועט שרייען און פארפירן קעיגן גנבענען און מאכן חילול השם'ס.

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 3:58 pm
דורך גראף
לאזט אפ גניבה אוןדי געזעץ פאר א מינוט. זיי זאגן אין די פיילינג אז די ארעסטירטע זענען מיליונערן. וויל איך פארשטיין ווי און ווען איז די זעלבסט ריספעקט און ווירדע פארלוירען געווארען? א מענטש דארף אריין ברענגן פרנסה אין שטוב און אז עס איז גע'ענגט לייגט מען אוועק די כבוד און מען נעמט פון אנקעל סעם. און אז מען פארדינט שיין אדער ביזט געווארען א גביר דעמאלסט דאמפ די פראגרעם'ס!!! דו פילסט זיך נישט ווי שנארער בכלל?! דער תאוות הממון איז אזוי שטארק אז טאמער ווייסטו נישט ווי אזוי צו נעמען פראגרעם'ס ביסטו דער שלימזל און אנדערע ווערטער נישט דא מער אזא זאך ווי an honest living.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:40 pm
דורך שמיטשיק
די דריי ארעסטירטע פארפעלקער זענען ארויס אויף בעיל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:22 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז זייער א קליינע פראצענט וואס מכאפט. נישט קיין סיבה צי סטאפן וואס מטוט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:26 pm
דורך קאמענטירער
סאיז שוין לאנג א וואויל באקאנטע פאקט (עכ''פ מיט וועמען איך דריי זיך) אז סעקשאן 8, איז די רעגורינג הארבער, און קוקען סאך מער נאך ווי די אנדערע פראגראמען (ווייל סקאסט זיי סאך מער אפ פאר די שטאט), און סלוינט זיך נישט צו מאכען קונצען מיט די פראגראם, סאיז דא צענדליגע מעשיות, ואיני רוצה להאריך.

יעצט אויב האבען די פארפעלקער געמאכט מיליאנס אף דאלערס, דאן איז דא צוויי נקידות
1. אן ענטפער פאר די וואס קרעכצען אז ביי די היימישע איז נישט דא קיין פרנסה...
2. און דאן האב איך מיר נישט וואס צו לערנען פון זיי גארנישט, אל''ף. ווייל איך פארדין נישט קיין מיליאן. בי''ת. ווייל לע''ע ליידער בין איך לעגאל בארעכטיגט צו געניסן, סא אפשר ווייסט איינער וואו סאיז דא אן אפענינג פאר אן סעקשאן 8 אפליקעישען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:42 pm
דורך יעקב מענטש
קאמענטירער האט געשריבן:סאיז שוין לאנג א וואויל באקאנטע פאקט (עכ''פ מיט וועמען איך דריי זיך) אז סעקשאן 8, איז די רעגורינג הארבער, און קוקען סאך מער נאך ווי די אנדערע פראגראמען (ווייל סקאסט זיי סאך מער אפ פאר די שטאט), און סלוינט זיך נישט צו מאכען קונצען מיט די פראגראם, סאיז דא צענדליגע מעשיות, ואיני רוצה להאריך.


חוץ פון דעם וואס דאס איז מן הסתם דער קאסטבארסטער פראגראם פער פאמיליע, איז עס אויך באגרעניצט אין צאל, דאס מיינט אז ווען איינער נעמט אומבארעכטיגט מאכט ער שאדן א צווייטן וואס וואלט ווען געקענט געניסן דערפון, משא"כ ביי די אנדערע צוויי פראגראמן.

Fbi in Monsey

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:07 am
דורך ברוך שאמר
יעצט געהערט מען האט ארעסטירט דריי מענער אין איין פרוי אין מאנסי

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:35 am
דורך שמעון וואלף
כ'האב געזעהן באריכטעט אז עטליכע ווימ"ס משפחות זענען אינטער אינוועסטיגעשאן. ווייסט איינער אויב יש דברים בגו?

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:21 am
דורך אישתישבי
געז מיטערס

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:20 am
דורך א איד
וואס מיינט געז מיטערס?

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:46 am
דורך mevakesh
א איד האט געשריבן:וואס מיינט געז מיטערס?

מען האט געגעבן שוחד פאר א באאמטער צו באקומען שנעל מיטערס אהן ווארטן און דורכגיין די פראסעס

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:56 pm
דורך סאשי פיש
אוי חברה אחינו בני ישראל, ווען מיר האבן ווען שכל נעמען מיר זיך צוזאם מען דינגט א פי אר פירמע זאל ארומשטינקן די נייעס שוין מארגן איבער די ארעסטס פין איבער 50 חשובע נגידים בעלי בתים מענעזשמענט פירמעס, אין מסביר זיין וואספארא אביוז מען דארף אריבער גיין צו באקומען פארשטינקענע גאז אין א בנין, וויפיל מאל מען ווארט שעות אין זיי קומען קיינמאל נישט אן אין זאגן זיי זענען געווען, נעשענעל גריד איז שולדיג נישט די אידען וואס ארבעטן צופרידן צושטעלן זייער טענענטס וואס קאלן וויינען פאר גאז אין סטראשענען.

ווען מיר האבן ווען שכל נעמען אלע 50 נגידים זיך צאם אין נעמען נאר ליגעל עיד לויערס זאל די שטאט צאלן, זיי קענען אונז אידעלעך יעדער וועט שפענדן 50 אלפים פאר לויערס אין זיי גייען געבן מיסדעמינרס אין פיינס אין זיי האבן פריש צוגעפיקסט די אידען, פארשטייט זיך אז דאנערשטאג צופרי האבן זיי שוין געלאדענט יעדע צייטונג אין טיווי סטעשאן עס גייט שטינקען אין יעדער וועט קענען זאגן די אידען טרעטן אויף די געזעץ.

עס איז זיי נאכנישט בייגעפאלן צו כאפן די טויזענטער דילערס אין דראג רייכערעס וואס איז ממש א נערמאלע זאך ביי די גוים, זיי קענען ווען האבן 1000 ארעסטס פער טאג אין ברוקלין, זיי זיכען אונז אידען ווייל מיר זענען טשיקענס.


ק/פ

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:29 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
מארגן גייט זיין די סארענדערינג׳ס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 12:29 am
דורך שמעון וואלף
כ'האב באקומען א מעסעזדש אז מארגן וועלן זיך 40 אירע אינטערגעבן צום דיסטריקט אטורני אריינגערעכענט אסאך היימישע פון ב"פ און וומ"ס
ה"י

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 12:32 am
דורך [NAMELESS]
נישט געפערליך מען רעדט נישט פון קיין ארעסט. בסך הכל וועט זיך אויסלאזן מיט פענעלטיס און קאפ וויי. ביי די וועי מען רעדט נישט פון ארימעלייט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 1:36 am
דורך שאולדיספריםפאקער
בקיצור אז עס איז נישט ארעסט איז שוין אלעס גוט, וואס?
די פראנט פאפירן פון די צייטונגען איז עפעס א קלייניגקייט? אוי גייט דאס נישט אויסזעהן גוט, אזויפיל היימישע חברה פון די טייערסטע און היימישסטע קאמפעניס, מען רעדט דא פון ראבסקי גאלדמאן וכו', פון די ריכטיגע סמעטענע, אזוי זעהען מיר ליידער אויס, מיר ווייסן נאר פון איין זאך, ווי מען קען גיין מער קרום, ווי מען קען מער אויסשפילן די סיסטעם, מיר מיינען מיר קלוגן אלץ איבער, נא וואס ווייסט א גוי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:39 am
דורך שבת אחים
פארוואס לערנען זיי זיך נישט אויס איינמאל פאר אלעמאל אז מ'טאר נישט טעמפערן מיט די געזעצן, ספעציעל אויב מ'איז אונטער די ספאט לייט? זיי דארפן עס נישט אויף שבת צו מאכן, און אויך נישט פאר שליח מצוה געלט, איז פארוואס'זשע קענען זיי נישט איינזיצן און ווארטן ווי א יעדעם איינעם פאר גאז?

גארנישט פערזענליך, איך וואונטש זיי אלעס גוטס, און איך האף זיי וועלן זיך גרינג ארויסדרייען פון די פראבלעם, איך וואונדער מיר נאר ווד"פ, זיי טראכטן נישט וואס זיי טוען? זיי זענען דאך געניטע געשליפענע אויסגערעכנטע קעפיטיליסיטשע ביזנעסלייט און זיי וואלטן געדארפט וויסן אז אין איין שיינעם טאג גייט דעס זיי בייסן פון אינטן.

די גאווערמענט כאפט צום סוף א יעדן. אידן, גוים, מוסלומענער, ספאנישע, שווארצע, זיי זוכן צו כאפן א יעדן איינעם, חוץ די עליטע און די אויבערשטע פונעם שטייסל, אפילו ראבסקי און גאלדמאן כבודם במקומם מונח זענען נאך אלץ נישט אזוי קאנעקטעט אין די אויבערשטע קלאס, זיי שפילן נישט קיין גאלף מיט טראמפ, און אויב זיי גייען טוען א קליינע עבירה און די גאווערמענט וועט האבן די מעגליכקייט זיי אוועקצולייגן וועלן זיי עס טוהן, דאס איז די פאקט! קוקטס וואס זיי האבן געטוהן מיט רובאשקין און מיט טויזנט אנדערע, אט דאס איז די גאלדענע מדינה פון וואס יעדער רעדט! אין אייראפע אז א פאליציי שטעלט אייך אפ אנטשולדיגט ער זיך טויזנט מאל פארדעם, און רוב מאל געבן זיי נאר א ווארענונג, אין אמעריקע איז דא א גאנצע רעוועניו פון פייניקן די אייגענע בירגער. גיי פארשטיי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 6:30 am
דורך טאמבל סאס
סאשי פיש האט געשריבן:עס איז זיי נאכנישט בייגעפאלן צו כאפן די טויזענטער דילערס אין דראג רייכערעס וואס איז ממש א נארמאלע זאך ביי די גוים, זיי קענען ווען האבן 1000 ארעסטס פער טאג אין ברוקלין, זיי זיכען אונז אידן ווייל מיר זענען טשיקענס.

ק/פ

אדער ווייל מיר מאכן עס צוזאמען און לכתחילה שבכתחילה.