בלאט 5 פון 6

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז טאקע מסתבר טשעפנען א מענטש מיט פילינגס נו מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער א שול?!
אזוי ווי רעדן לשון הרע אויפן א נפטר וואס שפיערט נישט, מענטשען ציטערן, אבער אויף א לעבעדיגע מענטש נישט געפערליך.

נולד: דו ווייסט גאנץ גוט אז אויב מ'טשעפעט א לעבעדיגן מענטש און מ'דערגייט איהם די יארן באקומט מען אויך ח"ו דעם עונש אויף די וועלט. דו ווילסט נאר זאגן א גוט ווערטל. א גוטע מליצה.... :roll: איך דארף דיר נישט ברענגען קיין ראיות אויף דעם. ווייל דו קענסט אויכעט מענטשן וועלכע זענען דערגאנגען די יארן פאר א יחיד, האבן ל"ע נישט גוט אפגעשניטן. יש בעל הבית לבירה. ס'איז נישט הפקר א וועלט...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זעה די שוהל הייסט זכרון יהודה. האב איך מיר דערמאנט אין בארא פארק האט מען אויך אפגעשפארט א בית מדרש מיט די זעלבע נאמען. זכרון יהודה אויף 19/47.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:53 pm
דורך יין שרף
סא די נעקסטע ביהמ"ד גייט הייסן זכרון זכרון יהודה?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:47 pm
דורך וויליאמסבורגער
בנין היינט געווארן אינגאנצן פארשפארט. מ'האט אראפגעראולט לאדנס. :x

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:49 am
דורך נולד מאוחר
די גראטס זענען וואס מהאט ארויפגעלייגט
עיני עיני ירדה מים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:43 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:32 pm
דורך סאשי פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:די גראטס זענען וואס מהאט ארויפגעלייגט
עיני עיני ירדה מים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:09 pm
דורך שמן זית
קומט אויס אז די איינציגסטע זאך וואס איך דארף טון, איז זיך לערנען אפאר שיינע חסידישע תורות, דברי חיזוק, זיך איינקויפן אפאר חסידים, און איך בין א פארטיגער עושר...

די חסידים וועלן שוין אנזעצן איך זאל האבן אפאר דאלער....

ווי איז די רשע וואס האט מיר איינגערעדט אז פאר געלט דארף מען ארבעטן??.....

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 10:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]נולד מאוחר[/tag] איך בעט דיר. עיני ירדה מים אויף א געביידע אין חו"ל? מ'באקלאגט א פאלאץ אין אמעריקא?! איך פארשטיי אז מ'האט טענות אויף אן עוולה, אז מ'פילט מיטלייד מיט א מענטש וואס האט נישט קיין דירה, אבער עיני ירדה מים באלאנגט אויף ביהמ"ק, אויף א"י, אויף דער גלות פון עם ישראל. נישט אויף דער אייננעמען פון א בנין ע"י דער מלוה. ש"ס איז פול מיט אזעלכע מעשים מיט אדרכתא אכרזתא וכדו'. דער וועלט האט זיך נישט גע'ענדיגט אזוי ווי ביים חרבן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 11:18 am
דורך שמן זית
@ליטוואק, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס "עיני עיני יורדה מים" זאל זיך נישט אריינפאסן דא.

אפגערעדט פון דעם וואס א ביהמ"ק מעט איז אפגעשפארט געווארן, וואס די שכינה איז פארטריבן געווארן פון איר אכסני', וואס אויף דעם פאסט עס זיכער. אבער אפילו מ'רעדט נאר פון דירות, עס איז פשוט אז א אידישע שטוב איז א וואוינארט פאר די שכינה הק'.

און ווען מ'פארטרייבט די שכינה, אויף דעם דארף מען שרייען "עיני עיני יורדה מים"

כנלע"ד

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 11:38 am
דורך דריידל
"נאר פון דירות"?!

ביי מיר איז סאך גרעסער די ווייטאג פאר משפחות וואס האבן פארלוירן זייער לייף סעיווינגס ווי אויף מתפללים וואס קענען זיך גרינג איינקוואטירן און א צווייט ביהמ" ד

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:12 pm
דורך שמן זית
מ'רעדט דאך דא צו עס פאסט צו נוצן דעם לשון "עיני עיני יורדה מים" וואס איז אנגעבליך רעזערווירט פאר א פאל וואס די שכינה האט פארלוירן איר וואוינונג.

אויף דעם האב איך מיר באצויגן זאגענדיג אז אפילו מ'רעדט "נאר פון דירות" וכו'

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 2:33 pm
דורך וויליאמסבורגער
:(

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און איך האלט נאך ביי מיינ'ס. שטארבען איז א טראגעדיע, א קינד אראפגייען פון אידישע וועג איז א טראגעדיע, חרבן ביהמ"ק איז א קאטאסטראף. פארלירען געלט איז א ווייטאג. מישען צוזאם די דריי זאכען איז א קרומקייט.
און פארצייל מיר נישט וועגען א ביהמ"ד. מ'רעדט, כפי הנראה, פון א שטיבעל, וואס כשלעצמה האט א תכלית אז דער רעבעלע דארף נישט באצאלען שטייערען און ער קען זיך האלטען א שיינע איד, נישט ווייניגע ווי הונדרעטער אנדערע אין ב"פ וומסב"ג לעיקוואוד וכדו'. אבער דאס אנצורופען א מקום השראת השכינה, ווען ס'איז קלאר נאר א שטיבעל (וכמבואר בשו"ת ד"ח אז דער גאנצע היתר פון די סעודות אין שטיבלעך א שטייגער ווי ש"ס אדער טישען וכו' איז נאר ווייל ס'האט דוקא נישט קיין קדושת ביהמ"ד וביהכנ"ס) איז אויך א קרומקייט. אידישקייט האט נישט געכאפט קיין קלאפ אין דער פאל, נאר מענטשענ'ס לעבען, וואס מ'דארף טאקע רחמנות האבען, אבער נישט אויף אן אופן כאילו מ'רעדט פון חרבן ביהמ"ק צו א ריזיגע קאטאסטארף.
דער נוסח דערמאנט פון דער מעשה פון דער סעפטי"ק טענ"ק אין קר"י, ווי מ'האט אויך געשריגען כאילו דער וועלט גייט אונטער ווייל 'מ'פארמאכט א ביהמ"ד'. דעמאלס האט יעדער געכאפט די ליצנות.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:08 pm
דורך smart
נישט קיין נפקא מינה וואו אזוי מען ריפט עס... די גאנצע פרשה איז א אנגעווייגטע מעשה.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:15 pm
דורך [NAMELESS]
לפי שיטתי דארף דאס דערמאנען די רע'בנים אז בויען מיליון דאלערדיגע בתי מדרשים בשעת די עמך יודן מוטשענען זיך פאר א דולער איז א חוצפה און א פארברעך שאין כדוגמתה, מיר האבן שוין גענוג בתי מדרשים מיר ברויכן נישט מער, יעדער פון אונז האט שוין ווי צו דאווענען און קיינער דארף נישט לויפן מער ווי 5 מינוט צו א בית מדרש, שוין צייט צו ענדיגען די געלט אויסגעבריי אויף פענסי בתי מדרשים, ס'שטונקט פון גאווה און קנאה ושררה, ווען מ'טראכט אריין איז עס פון די ערגסטע גרויליגסטע תאוות בימינו, פארוואס דארף ער א בית מדרש? ווייל זיין ברידער האט! ווייל ער דארף כבוד! ווייל ער ווילן מ'זאל רעדן פון אים! פוי פוי פוי.......
אלעס האט א שיעור, איך גלייב נישט אז ס'איז א מצווה צו בויען בתי מדרשים בשעת ווען יעדער פון אונז האט שוין ווי צו דאווענען, מיר דארפן נישט אייערע טובות, און סטאפט שנארען ביי גבירים פאר אייער כבוד אפשר וועט דער גביר געבן עפעס מער פאר א מוסד און מ'וועט נישט פייניגען אזוי דעם עולם פאר שכר לימוד, און אפילו אויב איר האט די געלט און איר דארפט נישט שנארען דערפאר איז עס א פארברעך אויסצוגעבן אזוי פיל געלט פאר א'זאך וואס קיינער דארף נישט בשעת ווען איר האט און אייער משפחה עטליכע מיטגלידער וואס קומען ביי אונז שנארען חתונה צו מאכן די קינדער.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 6:39 pm
דורך נולד מאוחר
רביס האבן פונקט אזא רעכט ווי יעדע מענטש צי בויען וואס זיי ווילען. אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט זיינע מתפללים נישט צי בויען שיינע הייזער

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:19 pm
דורך יין שרף
אמת. אבער א רבי וואס שנארערט פאר זיין מקום מקדש מעט פון בעלי בתים, וואס דערנאך וועלן זיי געבן ווייניגער פאר וויכטיגערע צוועקן, זענען עתיד ליתן את הדין.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:רביס האבן פונקט אזא רעכט ווי יעדע מענטש צי בויען וואס זיי ווילען. אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט זיינע מתפללים נישט צי בויען שיינע הייזער

געווענדליך ווען א איד בויעט א הויז שנארט ער נישט ציים פון די גאנצע שטאט געלט. און ער טוט עס נישט פאר תאווה און קנאה. ער ווייל פשוט האבן א דאך איבערן קאפ.

ענטפער פאר עזריאל

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:55 pm
דורך אהבת ישראל
איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי ח"ו..אבער דער עזריאל קיקט מיר אויס צי זיין עפעס א רב מיט א קליינעם אנגעזעצטען שול...מיט אפאר קארגע מתפללים וואס גייט נעבעך אויס צי זען דעם זיקובער רביןס געוועזנע מלוכה...סא רב לעבען יעצט האט איר שוין נישט וואס מקנא צי זיין...אויב האב איך א טעות אין איר זענט בלויז א בעה"ב פאסט אפילו נישט פאר אייך צי מקנא זיין א רב...מיט זייער סטרעסט לעבען ווען איר וואלט געוויסט וויפעל דע רבנים מאכען מיט ארום דעם " כבוד המדומה " וואלט דיר דאס אפעטיט פארגאנגען פין אטאקירען רבנים.....ביטע נישט נעמען פערזנליך

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:40 am
דורך [NAMELESS]
אהבת ישראל האט געשריבן:איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי ח"ו..אבער דער עזריאל קיקט מיר אויס צי זיין עפעס א רב מיט א קליינעם אנגעזעצטען שול...מיט אפאר קארגע מתפללים וואס גייט נעבעך אויס צי זען דעם זיקובער רביןס געוועזנע מלוכה...סא רב לעבען יעצט האט איר שוין נישט וואס מקנא צי זיין...אויב האב איך א טעות אין איר זענט בלויז א בעה"ב פאסט אפילו נישט פאר אייך צי מקנא זיין א רב...מיט זייער סטרעסט לעבען ווען איר וואלט געוויסט וויפעל דע רבנים מאכען מיט ארום דעם " כבוד המדומה " וואלט דיר דאס אפעטיט פארגאנגען פין אטאקירען רבנים.....ביטע נישט נעמען פערזנליך

איך האב נישט עכט געמיינט דעם דזשיקובער ווייל ער האט געבויעט פון זיין געלט, אפילו דאס איז אויך נישט קיין נארמאלע זאך צו בויען פאר דריי מיליון טאלער א בית מדרש, אבער ס'איז זיין געלט, איך האב דער עיקר געמיינט די ווואס שנארען ביים עולם

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:16 am
דורך דריידל
די שמועס איז בכלל נישט אין פלאץ. ערשטענס איז די אשכול געווידמעט צו שרייבן איבער דאס פארטרייבן די איינוואינער און נישט אויב רבישע קינדער האבן א רעכט צו שנארן פאר זיין שול. צווייטענס, איך קען די שול און די רב - ר' משה יחזקאל. די שול איז געבויעט געווארן מיט די ציל אז מענטשן זאלן האבן א געשמאק פלאץ צו לערנען און דאווענען (כאטשיג איך פערזענטליך וואלט נישט געווען באקוועם דארט, מחמת כמה סיבות). ס'איז געווען ציגעשטעלט א פרעכטיגע אוצר הספרים, א שיינע מקוה, און דאס האט מען נישט אויסגעשנארט פון די מתפללים.

די שול איז בכלל נישט נתיסד געווארן מיט'ן ציל פון רייטן אויפ'ן ציבור און זיך בויען א מלוכה. די רב דארט האט מיטאמטל געהאט א שטענדער די ערשטע פאר יאר. דאס וואס עזריאל שרייבט אז ס'האט געקאסט דריי מיליאן דאלער איז הולך דמיונית. ס'איז בכלל נישט געבויעט לוקזוריאס, ס'האט לכאורה נישט געקאסט מער ווי 1 מיליאן.

לאמיר זיך האלטן צום ענין און בלויז באריכטן נייעס און אנטוויקלונגען איבער ענינים העומדים על הפרק בנוגע דעם בנין.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך מתיר אסורים!!!