בלאט 5 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:13 pm
דורך לית דין בר נש
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער קאז'ניצער מגיד זצ"ל האט אמאהל געזאגט בדרך הלצה... (זייער שארף)
פארוואס האט יעקב אבינו אויסגעפעלט צו גנב'נן די ברכות, אויב ער גנב'ט ווען נישט וואלט ער באקומען די ברכה פון " והי' כאשר תריד וגו' אז ווען עשיו וועט נישט היט'ן די תורה וועט יעקב האבען אלעס גוטס?
האט ער גע ענטפערט... נאר דאס פאסירט ווען פרויען מישן זיך אריין

איך וואלט געזאגט אז די ביסט זיך טועה נישט די קאזניץ'ע מגיד נאר ר' אהרן קאזניץ'ע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:17 pm
דורך ציבעלע-קיגל
לית דין בר נש האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער קאז'ניצער מגיד זצ"ל האט אמאהל געזאגט בדרך הלצה... (זייער שארף)
פארוואס האט יעקב אבינו אויסגעפעלט צו גנב'נן די ברכות, אויב ער גנב'ט ווען נישט וואלט ער באקומען די ברכה פון " והי' כאשר תריד וגו' אז ווען עשיו וועט נישט היט'ן די תורה וועט יעקב האבען אלעס גוטס?
האט ער גע ענטפערט... נאר דאס פאסירט ווען פרויען מישן זיך אריין

איך וואלט געזאגט אז די ביסט זיך טועה נישט די קאזניץ'ע מגיד נאר ר' אהרן קאזניץ'ע


קאן זיין אז דו ביזט גערעכט, איך געדענק אז מיין ראש ישיבה ז"ל האט עס נאך געזאגט פון דער קאז'ניצער, איך געדענק נישט פונקט וועלעכע...

אבער א גוט ווארט איז עס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 3:36 pm
דורך געוואלדיג
עס איז אייגנטליך געדרוקט אין אמרי פנחס, פון ר' פנחס'ל קאריצער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:40 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ער איז נישט א קיין צדיק הדור אבער מען האט שוין גערעדט פון אוהם דא קאן מען צולייגען...

לייביש לעפקאוויטש האט אמאהל גערעדט ביי א דינר איבער וואס סאטמר פרמאגט...
אונז האבן א ישיבה פון קרוב צו 5 טויזענט אינגלך בלי עין הרע כן ירבו
אונז האבן א מיידל סקול פון קרוב צו 4 טויזנט מיידליך בלי עין הרע כן ירבו
אונז האבן א מוסד פאר קראנקע קינדער פון ווי מען גיבט זיך אפ מיט כמעט 1 טויזנט קראנקע קינדער בלי עין הרע כן ירבו