בלאט 5 פון 5

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 7:53 am
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

כ'מיין אז די איינציגסטע זאך וואס דו "באשאפסט" איז דיינע קינדער..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:27 am
דורך גאלד
"באשאף" קיין טאקע זיין דער קארעקטער איבערטייטש, אבער מיין שיטה איז צו איבערטייטשן "כלשון בני אדם", אזא סארט אידיש וואס "ניו יארקע" "חסידישע" אידן פארשטייען גרינג,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:31 am
דורך זר זהב
איך אויך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

כ'מיין אז די איינציגסטע זאך וואס דו "באשאפסט" איז דיינע קינדער..

האסט מיר גענומען ערענסט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:36 am
דורך גאלד
האט מען שוין דא אויסגעשמועסט די "לייק" איבערזעצונגן,
איך האב גארנישט אזוי דערגעגן, איך בין סתם נייגעריק היתכן מ'האט עס נישט איבערגעזעצט צו אידיש "גלייך" "געגליכן" וכדומה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:39 am
דורך זר זהב
גאלד האט געשריבן:האט מען שוין דא אויסגעשמועסט די "לייק" איבערזעצונגן,
איך האב גארנישט אזוי דערגעגן, איך בין סתם נייגעריק היתכן מ'האט עס נישט איבערגעזעצט צו אידיש "גלייך" "געגליכן" וכדומה

viewtopic.php?p=16710#p16710

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:46 am
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

כ'מיין אז די איינציגסטע זאך וואס דו "באשאפסט" איז דיינע קינדער..

האסט מיר גענומען ערענסט?

ניין איך נעם קיינמאל נישט ערנסט דיינע געשרייבכצער אקעי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:51 am
דורך זר זהב
"קיינמאל" איז נישט קיין גוטער אפשען. דיין שכל (מ'דארף נישט קיין סך דערצו) וואלט דיר געדארפט זאגן ווען יא און ווען נישט צו נעמען ערענסט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:52 am
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז ראנג מיט 'באשאף'. איך רעד אייביג אזוי, למשל ווען די לאנטש ווערט רעדי זאג איך פאר מיין ווייב "קום עסן איך האב שוין באשאפן די אייער שפייז". כהנה וכהנה.

שיינע זאך, דו שטעלסט צו דאס עסן אינדערהיים?
ערגעץ האט מען דא גערעדט צו ס'דא פרויען וואס דרייען זיך דא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:22 am
דורך משה רוקח
פארוואס זאל מען נישט שרייבן "שרייב נייע הודעה"?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:39 pm
דורך שמעקעדיג
ווען מען טוישט עפעס אינעם פראפייל, קומט ארויף א הודעה:

אייער פראפיל איז דערהיינטיגט געווארן.

אוי מיין גאט!
מיינט דאס א איבערטייטש פון "אפ-טו-דעיט"?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:41 pm
דורך שמואל הלוי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:56 pm
דורך חאצקל
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:סא ווי אזוי וואלסטו געטייטשט Create new post אויף אידיש?


אפשר "ערצייג א פרישע תגובה" ?

ערצייג איז זייער ריכטיג
אויב וויל מען שרייבן "באשאף" איז א סך ענדעשער "שאף א פרישער תגובה"

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:23 pm
דורך טאמבל סאס
די חכמה פון שרייבן אידיש איז צו שרייבן ווי קורצער און ס'זאל נאך אלץ בלייבן פארשטענדליך, ווער ס'ווייסט די אמאליגע אידיש איז פיהל קערצער געווען ווי היינט, ווען אלעס גייט מיט צענדליגע איבריגע - פונ'ס, די'ס, און אלף'ס (א), און ער'ס, אז'ן, עס'ן, איז'ן, און'ס, מיך'ס, און איך'ס. (א אנדערע פראבלעם איז צופיהל קליינטשיגע ווערטער, מ'דארף זיך אויסלערנען צאמצוקלעבן עטליכע ווערטער אינאיינעם)

מ'דארף עס איינמאל פאר אלעמאל קאָטן. דויטש איז אויך אזוי, נישט נאר ס'רעדט זיך קורצער, נאר אפ' שרייבן וואס איז געווענליך לענגער, שרייבט זיך אעפ"כ קורצער. ממילא דארף מען די ערשטע זאך קודם קוקן צו פארלירן דעם אלף, "שאף א פרישע תגובה" און נאכדעם זיך שטעלן אויף די איבריגע.

די בעסטע דערווייל איז מיין איך געווען שמעקעדיג'ס "ערצייג פרישע (נייע) תגובה (רעאקציע)" אדער אויב וועט ווער וועלן טענה'ען אז ערצייג איז ווייטער דעם זעלבן מושג ווי "באשאף" דאן קענען מיר אויב אזוי ערצייגן א נייע אידישע ווארט - "ערשאף" ווייל "שאף" מיינט אין אידיש "שאף אהער צוויי רעפטלעך ברויט" ד.ה. ס'איז ערגעץ וואו פארהאן, דו זע נאר ס'זאל אהער אנקומען.

און בשעת הדחק קענמען בלייבן מיט "שרייב פרישע הודעה"

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:27 pm
דורך חאצקל
"ערצייג פרישע רעאקציע" (אן דעם "אֵ") איז נאטיץ פארמאט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:31 pm
דורך טאמבל סאס
כ'פארשטיי נישט דיין פוינט. (וואס דו זאגסט)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:44 pm
דורך משה רוקח
ווען איך האלט מיין מייזל איבער א פארום קומט ארויף דעם מעסעדזש:
אין הודעות שלא נקראו

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:17 pm
דורך נפתלי
ווען מ'וויל סעיוון (נו אידיש! אפהיטן) א תגובה אין דרעפט קומט ארויף דאס פאלגענדע

שים לב שטיוטות שנשמרו כוללות את הכותרת וההודעה בלבד, כל פריטים אחרים יוסרו. אתה רוצה לשמור את הטיוטה שלך כעת?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:24 pm
דורך משה רוקח
אין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.

עיבריט ביים מעקן א תגובה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 2:46 pm
דורך נייגעריגער
כ'האב פריער אויסגעמעקט א תגובה וואס איך געשריבן באמערקענדיג אז די פאקטן זענען אנדערש ווי איך האב דארט געשריבן.
עכ"פ וואס ס'איז נוגע צו דעם אשכול, אז ביים מעקן קומט ארויף די קשיא צו קאנפערמען אז מ'וויל טאקע אינגאצען אויסמעקען, איז די קשיא אויף עיבריט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 4:22 pm
דורך sunbar
משה רוקח האט געשריבן:אין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.


ווי אזוי איז דיין בעטערי נאך האלב פיל 11:20PM?

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:58 pm
דורך נייגעריגער
שפעטער האב איך אויכעט אויסגעמעקט אפאר מודעות אינעם פריוואטע מעסעדזש קעסטל, טון אודך כי עניתני איז דער קאנפירמינג געווען אויף עיבריט!

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:52 pm
דורך משה רוקח
sunbar האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:אין דעם געזעלשאפט פארום זעהט מען דאס.


ווי אזוי איז דיין בעטערי נאך האלב פיל 11:20PM?


איך האב א טשארדשזער אינדערהיים, ביי די ארבעט און אין קאר און איך האב אויך א ספעיר בעטערי מיט מיר.