בלאט 5 פון 5

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:18 pm
דורך ביבער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז הונדרעט פערצענט ריכטיג, אז היסטאריא איז ווייט פון א סייענס, און מ׳קען גארנישט דערויף בויען. ארכעאלאגן טרעפן איין פרט, און פון דעם בויט מען א כלל. זיי לייגן זייער מאטיוואציעס אויף יענעם, און זיי ציען א קייט גג על גג וואס איז געגרינדעט אויף דמיונות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון דיינע ווערטער איז קענטליך אז דו האסט אויך נישט קיין מושג וויאזוי ארכעאלאגיע ארבעט.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:33 pm
דורך קורקלענד
די אסאמפּציעס פון די ארכעאלאגן האלטן זוך און איין טוישן. וואס מ'האט נעכטן פארשטאנען אזוי זעהט מען היינט פארקערט.........

ארכעאלאגיע איז נישט קיין 'קאנסטענט' נאר ליבערשט א 'קאנסטענט וואריעבּל'.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לדעתי איז די קינדליין הונדערט פראצענט גערעכט, די גאנצע ארכיאלאגיע איז הוילע שטותים. לויט די ארכיאלאגן דרייען זיך שוין מענטשן אויף אונזער וועלט אביסל מער פון זעקס טויזענט יאר, די מבול איז קיינמאל נישט געשען, כיבוש הארץ ע"י יהושע קיינמאל נישט פאסירט, כלל ישראל איז קיינמאל נישט געווען פאראייניגט אונטער איין קעניג, די צווייטע בית המקדש איז געשטאנען מער פון 420 יאר, און נאך הונדערטער זאכן וואס זיי פארדרייען, ס'איז נישט מעגליך אז אן ערליכע איד וואס איז נאמן להשם ולתורתו זאל האלטן אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:41 pm
דורך ביבער
קורקלענד האט געשריבן:די אסאמפּציעס פון די ארכעאלאגן האלטן זוך און איין טוישן. וואס מ'האט נעכטן פארשטאנען אזוי זעהט מען היינט פארקערט.........

ארכעאלאגיע איז נישט קיין 'קאנסטענט' נאר ליבערשט א 'קאנסטענט וואריעבּל'.

נייין. אמת געוויסע זאכן קענען זיך אמאל טוישן צוליב נייע אינפארמאציע, און דאס איז טאקע די שיינקייט פון סייענס, אבער פון דארט ביז צו זאגן אז ארכעאלאגיע איז נישט פארלעסליך... פליז

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:47 pm
דורך ביבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לדעתי איז די קינדליין הונדערט פראצענט גערעכט, די גאנצע ארכיאלאגיע איז הוילע שטותים. לויט די ארכיאלאגן דרייען זיך שוין מענטשן אויף אונזער וועלט אביסל מער פון זעקס טויזענט יאר, די מבול איז קיינמאל נישט געשען, כיבוש הארץ ע"י יהושע קיינמאל נישט פאסירט, כלל ישראל איז קיינמאל נישט געווען פאראייניגט אונטער איין קעניג, די צווייטע בית המקדש איז געשטאנען מער פון 420 יאר, און נאך הונדערטער זאכן וואס זיי פארדרייען, ס'איז נישט מעגליך אז אן ערליכע איד וואס איז נאמן להשם ולתורתו זאל האלטן אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.

אבער ווען ארכעלאגיע באשטעטיגט עפעס וואס ערליכער אידן ווייסן דעמאלט איז ער שוין איינמאל א מחותן.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 7:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נישט יעדער איז אזוי קרום דאס צו קענען מאכן, ס'איז אסאך גרינגער צו אריינפרעדיגן פאר די בהמות אז ס'איז אלץ דמיונות און פארטיג. און ביז ער וועט כאפן אז מ'האט אים פארנארט וועט ער שוין זיין סטאק מיט א ווייב און דריי קינדער.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:00 pm
דורך גדליה
אויב זאגט מען אז אכיאלאגיע איז נישט באגלייבט ווייל ס'איז אנדערש ווי סייענס, איז קודם האט מען איין זאך דערגרייכט, אז זעהט אויס די סייענטיסטן ווייסען יא וואס זיי רעדען. ווייל אז נישט וואלט עס דאך געווען די זעלבע ווי סייענס...
במילא עוואלושען און די ביג בענג קען מען יא אננעמען, די ספק איז נאר לגבי צקלג

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:14 pm
דורך קורקלענד
די עוועלאשען איז סייענס? כ'האב פארשטאנען אז ס'איז טעאריע....

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:16 pm
דורך גדליה
קורקלענד האט געשריבן:די עוועלאשען איז סייענס? כ'האב פארשטאנען אז ס'איז טעאריע....

ס'איז ארכאלאגיע
זיי גראבען אויף קברים

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:57 pm
דורך מודה בטפל
ווואוWw דא דרייען זיך פעסטע חברה... איך קען זאגן בינג בענג איך בין נישט ווי מיין צוריקגעשטאנענע זיידע. וויאזוי ווערט מען גוט מיט ענק?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 9:03 pm
דורך גדליה
פשיהא דו זאגסט ארויס wow ווי א געהעריגע מעכטיגע גוי מיט א באקל פאסיק, נישט ווי דיין צוריקגעשטאנענע טאטע

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 9:03 pm
דורך קורקלענד
גדליה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די עוועלאשען איז סייענס? כ'האב פארשטאנען אז ס'איז טעאריע....

ס'איז ארכאלאגיע
זיי גראבען אויף קברים

כ'האב גערעדט פון עוואלושן נישט וואלאזשין.