בלאט 5 פון 9

Re: דייעט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 7:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס אז איך האב אמאל געהאלטען ביי 318 פונט, אבער איך בין נישט געגאנגען אויפ'ן וואגשאהל פאר'ן אנהויבען מיין נייע פראגראם אום ר"ח אב. מסתבר איז אז איך האב דארט געהאלטען. לעצטענ'ס האב איך גענומען א קינד צום דאקטאר און איך האב זיך געכאפט אויפ'ן וואגשאהל דארט. 274
איך דארף אבער נאך פארלירען, מסתמא ביז 210 לויט מיין געשטעלט. אבער די רווח האב איך שוין. אזוי קען איך קויפען אן אנצאג אין א נארמאלע געשעפט און טרעפען אן אויסוואהל, נישט זיין משועבד צו וואס זיי האבען אין מיין מאדנע סייז. אויך קען איך טרעפען סעיל"ס ווייל די אויסוואהל איז גרעסער. מ'שפארט געלט ביים עס'ן ווייניגער אויך.
בעזרת ה' נעשה ונצליח.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:באוואש אים אזוי ווי מיר האבן געווארט אויבן אינעם אשכול.
אגב עלה והצלח, לאז איבער דא פינגער אפדריקן ווי די הצלחה גייט.

און אז די אשכול איז ציריק פון קבר שטיבל, וויל איך נאך אמאל מעורר זיין היט'ס עינק פון די דונאטען ווי פון חמץ בפסח, אדער ווי א בלאט פלעק אויפן אתרוג, ווי פון א רוח רע, ווי פון א איי וועלט מיטגליד, ווי פון משומר, היט'ס אייך נישט אריין פאלן מיט די אלע שיינע חנוכה מאכלים, איר וועט ביטער חרטה האבן.

די תגובה דיינע, איז ממש פרעדיקטעבל פאר אונזער [tag]פליקער[/tag]...


--------------
תגובה מספר 1,999.
רבותי, ווארטס נאר אויפן תגובה האלפיים!
היכונו!!!

Re: דייעט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 9:05 pm
דורך פליקער
איך האלט מיר ס'אטעם
איך פריוו צי פראדיקטען וואס ס'וועט זיין.
אבער היות עס איז זייער שווער ווייל דיינע תגובות מישן ציזאם פון יעקב'ס חלום ביז דער הייליגער פלימשיצער פון סיביר, ביז חייקל בעל עגלות בוים נאכן קראך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 8:59 am
דורך משולם שטיינפעלד
פליקער האט געשריבן:איך האלט מיר ס'אטעם
איך פריוו צי פראדיקטען וואס ס'וועט זיין.
אבער היות עס איז זייער שווער ווייל דיינע תגובות מישן ציזאם פון יעקב'ס חלום ביז דער הייליגער פלימשיצער פון סיביר, ביז חייקל בעל עגלות בוים נאכן קראך

איך קען דיר פרעדיקטן וואס די תגובת האלפיים גייט זיין. אבער איינמאל עס ווערט פראדיקטעד דא גייט שש'נס הארעוואניע גיין לטמיון, ער גייט עס נישט קענען לייגן ביזן תגובת השלשאלפיים. האמיר אן פראדיקטעבל תגובה וואס מען קען נישט פרעדיקטן ברבים ווייל עס וועט ווערן אויס. קומט אויס אן אנפראדיקטעבל פראדיקטעבל תגובה

Re: דייעט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 9:34 am
דורך פליקער
אקעי געניג געוועין מיט די פראדיקשן'ס, מיר האבן א ספעציעלע פראדיקשן אשכול, דא איז די דייעט אשכול, נישט פארקריכן

ב"ה ריפארט מיט פרייד אז טראץ די שווערע חנוכה טעיג האב איך נאך דערווייל נישט צוגענימען קיין איין פונט, איך בין דערווייל אויף מיין נידריגסטע ציפער און איבער פיר הינדערט טעיג, די פונקטליכע נומער פון טעיג האב איך פארלוירן, אבער עס ציילט פערצען חדשים.

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 9:24 pm
דורך פליקער
איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... 0&referer=

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:57 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

ייש"כ. טאקע א זייער אינפארמאטיווע ארטיקעל. אבער מיט וואס זענט איר נישט מסכים מיט אים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 7:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך קען נישט רעדן פאר יעדער, אבער פאר מיר קומט עס אן קריטיש שווער.
איך וועג באלד 300, אין מיין ׳הער נאר׳ האט מיר שוין געלייגט אסאך מאל אויף א דייעט,

ס׳איז פשוט העלל אויפ דער וועלט,
די פאקט איז אז העווי מענטשן ווי מיר ווערן זייער העפי פונעם אכילה, עסען מיינט ביי מיר אסאך, די מער אויל די בעסער
די טעג וואס איך מיז זיך אן עסען מיט גרינע גראז, אין מאשרומס בלייב איך הונגריג, אין אוטומאטיש ווער איך אין א שלעכטע מוד, טאמער גיי איך צו א שמחה כזעה ווי יעדער האקט אריין ניין מאל ניין, אבער איך וואס עסען מיינט ביי מיר אלץ, פונקט טאר נישט עסען. איך דארך שטיין פארביטערט צו קוקן ווי יעדער רוקט אריין.
פארשטייט זיך מ׳קומט אהיים אין א שווערע מוד אין סקלאפט אויס אויפן שלום בית.

גענוג מיט דער שיט, יא איך בין גראב אין איך גיי בלייבן גראב, דאס איז שטילע, קענסט מיר גארנישט טוען, פארפאלען, זי מוז מאכן שלום מיטן מצב, סאיז בס״ה נאך איין זאך צו מאכן שלום מיט.
יא, איך מיז אטעמען ווי א טרעקטער טרעילער ווען איך גיי ארויף סטעפס. אין געס וואט? איי לאוו איט, סגעבט מיר א געשמאקע פילינג, כהאב ליב צו זיין גראב

Re: דייעט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 7:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער נושא איז ווי מ'קוקט אויס? דער נושא איז דאס אטעמען הויך? דער נושא איז שלום בית?!
מ'רעדט דא פון לעבען, פראסט און פשוט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: דייעט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 8:34 pm
דורך טאמבל סאס
פליקער האט געשריבן:דייעט
ווען איינער זאמעלט עסן דורכן מויל מער וויפיל זיין גופ'ס געברויך ווערט ער א פעשער



......ספעציעל פאר אלע נאכט פויגל וואס עסן שפעיט און אלעס שלעפט מען מיט צים בית דין של מעלה ווען מען ברויך דארט אינטערשרייבן די חטאים, א שרעק וואס דאס לייגט אויפן וואג-שאל.




500


[emoji23]

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: דייעט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 9:11 pm
דורך פליקער
ווי מיר ווייסן שוין אלע איז שטילע גארנישט אזוי שטיל, איך פלעיג אויך זיין א דזשאלי גראבליכער, יעדער איינער האט זיין קראך ווי עס ווערט אים נמאס צי זיין פעש, און זיך ארים שלעפן מיט איבריג פלייש ווייל פיר יאר ציריק האט ער געגליכען אייז קרים, וכן אז ווייל א שטיק צייט האט ער געגליכן סטארמי סעדוויטשעס איז אלעס געשטארבן, דו לייג זיך שלאפן פארמאך דיין אויג, ששש, אבער וויסן זאלסטו שטימער, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט עס שוין גארנישט אזוי גלייכן, שמח בחור ווייל ווען פליצלינג וועסטו מיזן ניצן א בעינקל צי שלאפן, פריי זיך ווינטער ווייל באלד קומט זימער ווען עס הייבט אן צי שוויצען אויף ערטער וואס דו ווייסט ניטאמאל אז דו פארמאגסט, הייב זיך אן איינחזרן די ווארט דייעביטיס, ווייל עס וועט דיר שטארק ציניץ קומען אמאל, זיי נישט קיין שוואנץ שטילער, מען שטארבט נישט פון גראבקייט, מען בלייבט לעבען און מען מיטשעט זיך.

קוק זיך אים אויף אנדערע גראבע, ווען זיי פרעסן ביז זיי שלאפן איין מיטן קאפ אינעם קישקע פארשמיציגטן טעלער, דאן וועסטו איינזען אז זיך לייגן די קאפ צווישן די פיס העלפט נישט, ווייל דו גייסט נישט קענען ריטשען, ווען דו הייבסט אן זיכן עיצות ווי אזוי אנטיען די זאקן און א שטעקעלע קוקט אויס ווי א זיסע אפציע, אדער הייבסט אן נישטערען אויף גוגעלע ווי אזוי גראבע ווישן זיך אפ אויב מען גרייכט מער נישט, איז עס מער גארנישט פאני, גיי מאך א סליוו ביטע ווי לאנג עס איז נאך דא פאר וועם, איך קען געניג גראבע וואס האבן געגעסן עד מקום שידם מגעת און זענען שוין נהנה מזיוו השכינה.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 12:19 am
דורך ליפא
איך האב פונקט נעכטן דאס געזען

http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... -loss.html

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 12:21 am
דורך ליפא

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:13 pm
דורך פליקער
פליקער האט געשריבן:איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... 0&referer=


און איצט קומט אריין די נייעס אז עמי ליווינג האט פלאגערירט די ארטיקל

בילד

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 3:20 am
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... 0&referer=


און איצט קומט אריין די נייעס אז עמי ליווינג האט פלאגערירט די ארטיקל


איך האב געלייינט די ארטיקעל דע וואך אין עמי און נישט געקנעט דארמאנענן ווי איך האב עס שוין געזען פארדעם. כ'וואלט געמעגט אליינס וויסען אז ק"ש איז דער פלאץ. ייש"כ.

למעשה איז מיר אינטערסאנט צי וויסען פארוואס איר זענט נישט מסכים. ווי איעדער וואס האט שוין געלערנט כל הבשר מיט העור והרוטב ווייסט אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס און די מער וואס מ'דייעט אלס מער נעמט מען צו און איך רעד פון עקספעריענס גדול כבוד הבית האחרון יותר מן הראשון במנין ובבנין...

וואס זיי שרייבן איז לכאורה די איינציגסטע זאך וואס מאכט סענס.

Re: דייעט

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 4:33 pm
דורך פליקער
מיין הצלחה און די פאקט אז איך קען פיל וואס זענען יא שיין מצליח זיך צי האלטן סקיני, זיי אליין רעדן דאך פונעם דארן באבע, און ווען זיי פאלן דורך משום הפרעסער וואס איז מונח בכופסם ווער איז שילדיג, אז מען עסט נישט בלייבט מען דאר, אוודאי איז עס שווער, אבער פארט א פאקט אז עס איז מעגלעך.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:15 pm
דורך וואלווי
אפשר טאקע מעגליך אז מ'דארף זעך צווינגען און מ'קען אפשר אבער ביטער שווער ווייל עס גייט קעגען די נאטור פון די גוף ווי זיי שרייבן

פליקער האט געשריבן:און איצט קומט אריין די נייעס אז עמי ליווינג האט פלאגערירט די ארטיקל


יעצט ווען פריעדמאן פון די צייטונג פלעגערירט אין "אויפאסונגען" אנדערע אזוי געריפענע "אנגלא אידישע" פרעסע אזוי ווי עמי אדער משפחה אן זאגן זייער מקור איז עס א בחינה פון א גונב מן הגנב וואס אויף דעם זאגען חז"ל פטור מן ה"כפל" דהיינו אז מ'איז פטור פון פלעג'עריזם...

Re: דייעט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:08 pm
דורך פליקער
איך האב די וואך דאכצעך צים ערשטן מאל געקויפט דעם מאמענט, געוואלט האב איך ליינען איבער סענדר דייטש, (סארי בערעלע מיין פעווערעט באס דרייווער נאך יאסי פאללאק) און איך האב אריין געבלאנדזשעט און א ארטיקל וואס ווי עס זעט אויס גייט שוין אן א לאנגע צייט, ווי צוויי חברה גייען אויף דייעט דארט, צדוק האמבורגער א קליינער ראלי פאלי האט אנגעהויבן זיין דייעט ביי 223, פאר א געוויקס פון 5.3 איז עס גאר פעש, זיין ציל איז 199 זייער א שוואכע ציל ווען ער ברויך אנקומען צי 155 לענ''ד, אבער שוין, ער האלט שוין ב''ה איצט ביי 227 דאס איז שוין א חידוש, שיין צוגענימען ב''ה, ער שרייבט דארט מיט ביטערניש אז ווי לאנג ער האט געשמאלצן פינט האבן זיינע ארטיקלעך נישט געקריגן קיין חיזוק, אבער ווי נאר ער נעמט צו זענען אלע אים גרייט צי פארלאכן זיין וועיג, איך פארשטיי פון ווי ער קומט, אבער ער איז נישט גערעכט, קיינער שרייבט נישט גארנישט נאר עטליכע יאכנעס וואס זארגן זיך אז פרויען זאלן נישט גיין אנגעטיען פריצעסדיג אדער אז מען זאל זיך אויפפירן ווי די באבעס פון דערהיים, ער טאר עס נישט נעמען פערזענלעך, ווען ער וועט ליינען דא וועט ער וויסען וואס ביטערנישט מיינט, און וועט שעפן הויפענעס חיזוק.

שמחה פליישמאן דער צווייטער געווינער פון פונט, שוין א שלאנקער פון 5.10, אנגעהויבן ביי 227 נישט אזוי געפערלעך, זיין ציל איז אויך 199, גאנץ כמעשה, אבער ב''ה לעצטע וואך האט שמחה געזייגערט 239, שמחה פליז וואס איז דאס מיט דיר, געב זיך א נעם רעד נישט און עס נישט אזוי סך, נאר טו צו די זאך העסטו פארלירן.

בילד

Re: דייעט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 4:14 pm
דורך פליקער
ביטער שווער צי גיין אויף דייעט.

http://cloud.tapatalk.com/s/5820f2f1aed4a/VID-20161107-WA0001.mp4

Re: דייעט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 11:46 pm
דורך פליקער
ב''ה מיט גרויס פרייד ווילציך מיר געבען א קנאק אין ריקן מיינע, אז עס איז שוין נאך איין דורך און איך האב געקניידעלט איבער צוויי יארן אויף דייעט, און איך זייגער נאך אלס אויף שטוינענדע נידריגע ציפערען, זאל דער בורא עולם געיבן כוח און מוח אויף הלאה, עס זאל זיך מיר נישט פארגליסטן קיין קאקאש מיט ראלאש אדער סיי וועלכע פרעס וואס איך בין עלול איינצונעמען, און איך זאל האבן א גרינג יאר. רבותי איך בין נאך אלס פאמפט אפ, מען גייט זיך האלטן דאר, מען גייט נישט חלילה נעמען אין מויל אריין גאר נישט נאך ניינע. מען גייט נישט טועם זיין ביי קיין קידושים, מען גייט ווייטער נישט מתקן זיין קיין איין איינציגע נשמה איי דאנט גיוו עי שיט ווי גרויס די נשמה איז, אדער אפילו די נשמה באווייזט זיך מיר אין חלום, ווייל נישט נאר ונתנו גייט אהין און ציריק, תחת גייט אויך הין און ציריק, אז מען פרעסט, ווערט עס גרויס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 11:50 pm
דורך נאטירליך
האט שוין איינער געליינט Allen Carr אויף דייעט? ער האט בעיקר געמאכט זיין שיטה אויף רייכערן און דארט ארבעט עס נפלא'דיג.
איך האב געזעהן אז ער האט אויך געמאכט א בוך אויף דייעט איך בין נייגעריג צו עס איז גוט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:04 am
דורך יעלה ויבא
פליקער האט געשריבן:ווייל נישט נאר ונתנו גייט אהין און ציריק, תחת גייט אויך הין און ציריק, אז מען פרעסט, ווערט עס גרויס.


Line of the year[emoji106] [emoji106]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:30 am
דורך נאטירליך
ביי רייכערן פארלאנגט ער בכלל נישט קיין will power ער קלערט אויף און מען הערט אויף רייכערן ווי גארנישט אויב ער האט אויך אזא מהלך אויף דייעטען איז עס גאר א גוטע זאך