בלאט 5 פון 11

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
היות איך וויל נישט וויי טון קיינעם אין אזוי אויך כדי עס זאל נישט פארפארן קיין צימעס האב איך עס פארמעקט ,
אבער יעצט אז איך זעה אז די האסט פילינגס , דאן ביטע רעספעקטיר אנדערע חברים'ס געפילן יישר כח ,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:היות איך וויל נישט וויי טון קיינעם אין אזוי אויך כדי עס זאל נישט פארפארן קיין צימעס האב איך עס פארמעקט ,
אבער יעצט אז איך זעה אז די האסט פילינגס , דאן ביטע רעספעקטיר אנדערע חברים'ס געפילן יישר כח ,

דער געוואגטער יונגל: יישר כח פאר עדיטן דיין הודעה און ארויסנעמען די נעגאטיווע זאכן...כ'וויל דיך נאר דערמאנען אז ווען דו האסט מגלה געווען אז דו האסט סענסיטיויטעטן לגבי סקווירא און דעם היינטיגן רעבי'ן האב איך אויך אויסגעמעקט א הודעה און כ'האב בפירוש געשריבן אז איך האלט מיך צוריק פון שרייבן איבער געוויסע חסידי'שע הויפן און רעבעס, כדי נישט וויי צו טון פאר עטליכע מענטשן וועלכע האבן א סענסיטיוויטעט צו די זאכן...דער זיכרון איז אן אינטרעסאנטע באשעפעניש. צומאל געדענקט ער נאר וואס פאר איהם איז גוט. און ער פארגעסט אנדערע זאכן וועלכע זענען ארויס פון זיין קאמפארט זאון...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:03 pm
דורך ירח בן יומו
לאמיר צוריק גיין צו די נושא פון אינערסאנטע מנהגי ישראל
(הגם אז זיך ארום צורייסן לויט טייל פוסקים איז אויך א יודישע מנהג)

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:38 am
דורך [NAMELESS]
דער מהרי"ל שרייבט א מנהג. אז מען פירט זיך צו געבן דעם מחצית השקל געלט.צו העלפן פאר אידן וואס ווילן מאכן אן "עליה" קיין ארצינו הקדושה, אין אזוי אויך שרייבט דער ספר 'יוסף אומץ' אז.כן נהגו בהרבה קהילות, וזכר על מה שנתנו בזמן המקדש את המחצית השקל לירושלים,

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 9:58 am
דורך הוגה
איר קענט ביטע אראפ ברענגן די לשון המהרי"ל? יישר כח.

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
וזה לשון המהרי"ל.ואת מחצית השקל החזיקו לסייע בו אל העולים לארץ הצבי לשם שמים.
[ומוסיף תלמידו. שלא ראיתי זאת לפני זמן המהרי"ל.אבל בספר יוסף אומץ כתוב. שכך נהגו בהרבה קהילות בישראל,

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:14 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער מהרי"ל שרייבט א מנהג. אז מען פירט זיך צו געבן דעם מחצית השקל געלט.צו העלפן פאר אידן וואס ווילן מאכן אן "עליה" קיין ארצינו הקדושה, אין אזוי אויך שרייבט דער ספר 'יוסף אומץ' אז.כן נהגו בהרבה קהילות, וזכר על מה שנתנו בזמן המקדש את המחצית השקל לירושלים,

ס'קען נישט זיין. דאס האבן זיכער די תלמידים פון הרב קוק און די ציונים אריינגעשמוגלט. פונקט אזוי ווי זיי האבן אריינגעשוערצט א פאר שורות אין די הקדמה צום ספה"ק ויואל משה, אויף דף ח'. פרעג נאר ביי "הרב" ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ-פלאפ...!

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 2:19 pm
דורך שמעון וואלף
אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 2:55 pm
דורך ירח בן יומו
שמעון וואלף האט געשריבן:אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך

בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 4:12 pm
דורך יונה כהן
אין מהרי"ל איז דער לשון העולים לארץ 'הנני' לשם שמים.

לענ"ד איז דא אין דער דרוק א טעות הדפוס עס וואלט געדארפט שטיין העולים לארץ הצבי לשם שמים. און לכאורה איז דאס א ראיה צו די וואס האלטען אז נאר ערליכע אידען לשם שמים זאל מען העלפען עולה זיין אין דאס איז מער איינשטימיג מיט דער שיטה פון סאטמאר רב אין ויואל משה, עכ"פ לגבי ענין עליה לסתם אנשים.

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 4:43 pm
דורך געפילטע פיש
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך

בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה

ווען ס'וואלט געווען א מנהג צו טרונקען אזש בין מ'ברעכט און ס'קומט די גרינע גאל וואלט מען אויך געברענגט א ראי' פון אסתר ירקרוקת היתה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:13 am
דורך ציבעלע-קיגל
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
יונה כהן האט געשריבן:אין מהרי"ל איז דער לשון העולים לארץ 'הנני' לשם שמים.

לענ"ד איז דא אין דער דרוק א טעות הדפוס עס וואלט געדארפט שטיין העולים לארץ הצבי לשם שמים. און לכאורה איז דאס א ראיה צו די וואס האלטען אז נאר ערליכע אידען לשם שמים זאל מען העלפען עולה זיין אין דאס איז מער איינשטימיג מיט דער שיטה פון סאטמאר רב אין ויואל משה, עכ"פ לגבי ענין עליה לסתם אנשים.

אין מיין מהרי"ל שטייט טאקע העולים לארץ הצבי לשם שמים. אזוי ווי איך האב שוין אויבן אראפ געברענגט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:28 pm
דורך berlbalaguleh
-

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 10:28 am
דורך שמעקעדיג
סארי אויב איינער ווערט אפענדעד, אבער כ'קען זיך נישט אינהאלטן כ'מוז שרייען,

פארוואס קענען נישט געוויסע ניקס זיך איינהאלטן און פארדרייען יעדן נארמאלן אשכול צו די מצומצמ'דיגע דרעקישע צימעס חזיריי?????
מ'קען צודרייט ווערן!!!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 10:32 am
דורך ירח בן יומו
ברוך השם אז [tag]שמעקעגדיג[/tag] היט אז ס'זאל בלייבן א ריח פון נארמאלקייט דא. והריחו ביראת ה'.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:17 pm
דורך חסיד
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך

בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה

דער מנהג איז פון צאנזער רב זצוק''ל, שושן פורים ארומצוגיין צו גוטע פריינד און אנשים חשובים וואס דאס ווערט געריפן 'רימפלען', דער צאנזער רב פלעג להרבות שמחה (מ'קען אלע ענינים פון דאס פארברענען זייד ל''ג בעומר ביי הדלקות והיתרם דא אויך אויסשמיעסן באריכות ואין כאן מקומו) דער ענין האט אויך שייכות מיט די הלכה פון מזיק בפורים.
כ''ק אדמו''ר מהר''ש מבאבוב זצוק''ל אלץ רב אין שטאט ווישניצא (בגאליציע) האט אויך מתחילה געטוען אזוי, אבער משום מעשה שהי' אז דער בעה''ב אביסל א מער מאדערנע האט עס פארדראסן, האט ער אויפגעהערט זאגנדיג אז דער דייטש (מאדערנקייט) האט זיך שוין אריינגעכאפט און נאר צובראכן גלעזלעך. די לעצטע יאר פארן קריג האט בנו כ''ק אדמו''ר מהרב''צ זצוק''ל שושן פורים צובראכן די לעצטע גאנצע שארב (פענטסטער) בביתו פון החסיד המפו' ר' עזריאל מנדלבוים זצ''ל (מלחין החופה ניגון הידוע ועוד, און ברודער פון החסיד ר' יוסעלע ז''ל מחבר איזהו מקומן ועוד). פאריאר האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א צוריק איינגעפירט ביים רימפלען אין די מתיבתא עץ חיים אין ציבראכן צוויי שארבן (און שוין אזוי אויך היי יאר).

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:10 pm
דורך צדיק נסתר
.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
ביסט א מבין? כ'ווער משוגע דא!
ביטע אלע צימעס חברה טראגט אפ פון דאנעט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ביסט א מבין? כ'ווער משוגע דא!
ביטע אלע צימעס חברה טראגט אפ פון דאנעט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

וואסי שוין יעצט ראנג. (נאך ב.בע"ג.'ס קאמענט...?)...!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:56 pm
דורך berlbalaguleh
חסיד: א קליינע הערה. (אויב ס'ארט דיך נישט. במחכת"ה.) דו מיינסט צו זאגן שויבן ... און דו זאגסט שארבן. ...ס'א גרויסער חילוק. די צווייטע איז א כלי חרס. א שארבן. די ערשטע איז די גלאז פון א פענצטער...!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:סארי אויב איינער ווערט אפענדעד, אבער כ'קען זיך נישט אינהאלטן כ'מוז שרייען,

פארוואס קענען נישט געוויסע ניקס זיך איינהאלטן און פארדרייען יעדן נארמאלן אשכול צו די מצומצמ'דיגע דרעקישע צימעס חזיריי?????
מ'קען צודרייט ווערן!!!

יישר כוח שמעקי פארן טון צום זאך,
איך האב מורא אז די פראבלעם איז דא אז עס איז א בחינה פון אתונו של בלעם, עפעס א פארהוילענע שווערד שטייט דא אין וועג און דער "פערד און וואגן" האלט זיך אינאיין פארקירעווען צי די זייטיגע מאראסטיגע ברוינע בלאטעס...

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 12:07 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: דו און דיינע קאלעגעס ציבעלע קוגל און להבחל"ח מנשה'לע ע"ה האבן א סענסיטיוויטעט צו סקווירא. יא סקווירא. דאמאלס פארוואס פארשטייט עטץ נישט אז א צווייטער (אזוי ווי איך,למשל.) האב א סענסיטיוויטעט צו סאטמאר. נישט אז סאטמאר דארף אז איך זאל מיך אננעמען פאר זייער כבוד. אבער דאס אוממענטשליכקייט און ריינע (אדער שמוציגע) שנאה וואס גיסט זיך פון ענקער מויל איז מבהיל את הרעיון. וויאזוי אידישע יונגעלייט וועלכע זענען נתחנך געווארן עפ"י דרך התורה והחסידות קענען האבן אזא בייזוויליגע שנאת חינם אויף א צווייטע גרופע פון ערליכע אידן. יא. א ביסעלע הומאר אויף יענעמ'ס חשבון איז גאנץ א גוטע זאך. אבער עטץ פארפאסט נישט קיין געלעגנהייט אויפצוברענגען אלע אמת'ע און אויספאנטאזירטע אזוי גערופענע חטאים פון סאטמאר. ווען אין די זעלבע צייט ווילט עטץ חס זיין אויף ענקער גרופע'ס כבוד המחולל...? אנא. ביטע ענטפערטס אויף אט די הארבע פראגע...!