בלאט 5 פון 49

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:00 pm
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:בילד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=leCAy1v1fnI[/youtube]

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:23 pm
דורך פידלער
[left]Amazing! He might very well die young (hopefully not), but at least while he's alive, he's alive![/left]

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:23 pm
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה וּמַה שֶׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ.

בילד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=y0CRWAz09r8[/youtube]

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:49 pm
דורך געפילטע פיש
די ענטוזיאיזם וואס מ'זעט דארט זעט מען היינט נאר ביי עפל, און אינטרעסאנט אז מ'זעט נישט קיין פרויען דארט אין די אודיענץ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:33 pm
דורך ונבנתה העיר
אדאלף אייכמאן ימ"ש אין תפיסה.

בילד

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:56 pm
דורך פידלער
[left]The banality of his sneakers...[/left]

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:36 pm
דורך יאיר
גראדע אין דעם בילד זעט ער ענדערש אויס ווי אן אבסענט-מיינדעד פילאזאף.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:30 pm
דורך ונבנתה העיר
מִי לִי בַשָּׁמָיִם וְעִמְּךָ לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ.

בילד

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:49 pm
דורך אחד העם
[tag]ונבנתה העיר[/tag], סתם פאר אינטרעסאנט'קייט, נעמען נישט די ווערטער וואס די שטעלסט צי צו די בילדער אוועק פון זייער חשיבות, צו זיין בילדער העכער פון אותיות, דער געדאנק איז דאך אז די בילדער זענען אזאנע, וואס דער מענטש קען גלאצען אויף זיי, און ווערן אינספערירט ערגעץ ווי במעמקי הנפש, און א פלאץ ווי אותיות און טערמינען אדער באגריפען עקזעסטירן נישט, א ריינע אינספעראציע אן קיינע לבושים?
בין כך ובין כך, ונבנתה א דאנק פאר די ארבייט, ונבנתה גיי אן מיט די ארבייט, ווייל די אינספערירסט מיר טעגליך, און יעדן טאג איז דאס א נייע סארט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:54 pm
דורך כוכב
די ווערטער פון ונבנתה זענען אויך בילדער אויף וועלכע מ'קען גלאצן וכו'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 7:04 pm
דורך יאיר
בילד
Antievolution books on sale in Dayton, Tenn., during the Scopes Trial, 1925.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 7:06 pm
דורך אחד העם
כוכב האט געשריבן:די ווערטער פון ונבנתה זענען אויך בילדער אויף וועלכע מ'קען גלאצן וכו'.

איך הער, דיין תגובה איז גאנץ געקינצעלט, וגם יש בה משום אמת.
אבער למעשה לאמיתו של דבר, ווערטער וועלן אלעמאל בלייבען א געוויסע לבוש און געוויסע צימצום, מה שאין כן עמקות ופנימיות הנפש, וואס ווערט נתעורר בשעתן קוקען אויפן בילד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 7:08 pm
דורך יאיר
כוכב האט געשריבן:די ווערטער פון ונבנתה זענען אויך בילדער אויף וועלכע מ'קען גלאצן וכו'.

אודה ולא אבוש אז צומאל גלאץ איך און גלאץ און פארשטיי נישש דעם שייכות צווישן דעם בילד און די אותיות. אפשר דאס איז טאקע די כונה. ונבנתה זאגט אונז: קוקט, דאס איז די בעסטע קעפשאן וואס איך האב געטראפן, מוז דאך זיין אז עס איז נישטא קיין אותיות צוצושטעלן דערצו.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 7:38 pm
דורך אחד העם
יאיר האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:די ווערטער פון ונבנתה זענען אויך בילדער אויף וועלכע מ'קען גלאצן וכו'.

אודה ולא אבוש אז צומאל גלאץ איך און גלאץ און פארשטיי נישש דעם שייכות צווישן דעם בילד און די אותיות. אפשר דאס איז טאקע די כונה. ונבנתה זאגט אונז: קוקט, דאס איז די בעסטע קעפשאן וואס איך האב געטראפן, מוז דאך זיין אז עס איז נישטא קיין אותיות צוצושטעלן דערצו.

הייסט עס אדרבה, טאקע מיט די קעפשאן'ס ברענגט ונבנתה ארויס און איז אונז ממחיש דעם געדאנק אז די בילדער זענען העכער פון אותיות!
יאיר א גאונות!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:20 pm
דורך ונבנתה העיר
אידן ווערן באפרייט פון א נאצישע באן.

בילד

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
אחד העם האט געשריבן:[tag]ונבנתה העיר[/tag], סתם פאר אינטרעסאנט'קייט, נעמען נישט די ווערטער וואס די שטעלסט צי צו די בילדער אוועק פון זייער חשיבות, צו זיין בילדער העכער פון אותיות, דער געדאנק איז דאך אז די בילדער זענען אזאנע, וואס דער מענטש קען גלאצען אויף זיי, און ווערן אינספערירט ערגעץ ווי במעמקי הנפש, און א פלאץ ווי אותיות און טערמינען אדער באגריפען עקזעסטירן נישט, א ריינע אינספעראציע אן קיינע לבושים?
בין כך ובין כך, ונבנתה א דאנק פאר די ארבייט, ונבנתה גיי אן מיט די ארבייט, ווייל די אינספערירסט מיר טעגליך, און יעדן טאג איז דאס א נייע סארט.

אחד העם: אזוי ווי דו ביסט דאך א ספרא רבה, וויל איך דיר מעורר זיין איבער א וויכטיגע נקודה. דאס ווארט...Inspire/inspired...ווערט אויף אידיש ארויסגעזאגט און געשריבן..."אינספירירט"...אנדערש ווי "אינספערירט"...!...כצ"ל לפענ"ד...!

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:08 am
דורך אחד העם
ונבנתה, דיין לעצטע בילד וואס די האסט געשטעלט פארמאגט און זיך עפעס אן אינסוף'דיגער טיפקייט, דאס פנימ'ל פון דעם קליין קינד קען מען באטראכטען שעות, די השראה וואס קומט ארויס פון דעם איז א ביטערע/פרייליך בערבוביא, מען שטייט אנטקעגן דעם צוטומעלט און פארלוירען, די בילד איז כולל און זיך כמה מיני רגשות, להשלמה וואלט איך זייער געוואלט וויסען די היסטאריע אונטער דעם בילד.

בערל, שכויח פאר די הערה, וועט מען דארפען מעיין זיין, גוגל פירט מיך צו ביידע, און די ריכטיגע דארף מען לכאורה בעסער זוכען.

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:55 am
דורך שבת אחים
סאוט אפריקע אין די 1950 יאהרן

[בילד

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 5:11 am
דורך שבת אחים
Dec. 21, 1933
אמעריקאנער פייערן די ענדע צו די אַלקאָהאָל פּראָהיבישאָן

בילד

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 5:23 am
דורך שבת אחים
!!!A LIGHT IN THE DARKNESS
אידן, אין אַ טראַנזיט לאַגער אין האָלאַנד אין 1943 צינדען אָן די מנורה לכבוד חנוכה.


בילד

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:15 am
דורך שבת אחים
א מערב בערלין טאַדלער פראָבירט צו עפענען אַ פארזיגעלטע טיר פון אַ הויז וואָס איז געווארן אַ טייל פון די בערלינער וואנט אין אויגוסט 1961
בילד

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:27 am
דורך שבת אחים
אַ פרוי וואס האט אנטלויפן צו מערב בערלין רעדט צו איר מוטער וואס איז נאך פארבליבן אין מזרח בערלין אין אויגוסט 1961

בילד

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:02 am
דורך שבת אחים
אינמיטן די קאָנסטראָקשען פון די עמפּייער סטעיט בילדונג אין מאנהעטן

בילד