בלאט 5 פון 9
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:[justify]
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט פארגעסן קויפן יקנה"ז ליכט, פאר הבדלה מוצאי שבת שחל להיות ביו"ט.
אדער קען מען זיך שפארן די צוויי דאלער, נוצן געהעריגע לעכט און מאכן דערויף א בורא מאורי האש, אזויווי אידן האבן געטון אלע יארן ביז איינער איז אויסגעקומען מיט דעם געניאלע ביזנעס איינפאל.
.[/justify]
פארט וואלט איך געזאגט, אז כאטש מ'קען געוויס נוצן געהעריגע לעכט
וכדברי [tag]הוגה[/tag] כאן, איז פארט גוט צו קויפן יקנה"ז לעכט וואס געבט אריין א געוויסע געשמאק ביי דיר קינדער, "מ'קויפט די 'ספעשל יקנה"ז לעכט' די יום טוב",
וכשיטת הוגה בכל מקום...
ס'איז נאך א אקטיוועטי, א קריעטיוו אקטיוועטי, ביי די קינדער וואס קוקן ארויס פאר די מאדנע לעכט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך שרייב עס פאר די וועלכע נוצן טרעוול ליכט אדער נרונים וואס איז שווער צו מאכן מיט זיי א גזירה שווה און מדמה זיין מילתא למילתא...
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:27 pm
דורך הוגה
[justify][tag]אדנירם[/tag], איך האב נישט געמיינט אוועק צו מאכן די וואס קופן די יקנה"ז לעכט, ספעציעל די וואס טוען עס מיט די כוונה פאר די חיות ושינוי שבו. אבער מען מוז געדענקן און אנזאגן די קינדער אז עס איז נישט דא קיין מצווה צו קויפן א ספעשל ליכט, ווייל אז נישט וועט מען ביז נישט לאנג שטיין ביים רב ערב יו"ט מיט די יקנה"ז ליכט פרעגן אויב עס איז א הדר שבהדר וכו', כמנהגינו מקדמת דנא, און איינער וואס וועט נישט נוצן א יקנה"ז ליכט וועט זיין א קאלטע אויפגעקלערטער...
אגב, [tag]שמעקעדיג[/tag], מען קען מאכן א בורא מאורי האש אפילו אויף א סינגעל טרעוועל ליכט, ספעציעל בליל יו"ט, וכן נוהגין בהרבה מקומות.
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]הוגה[/tag] טייערע, כ'האב נישט געקלערט עפעס אנדערש אין דיין כוונה, כ'האב נאר געמאכט א וויץ ארויסצוברענגען א הוגה'דיגע שטיקל כראוי לההוגה בחינוך הבנים, נאכדערצו אז ס'קומט בתורת הגה אויף הוגה'ס ווערטער...
--------
בנוגע דיין ווארט איבער טרעוול לעכט, מהיכן דנת? ס'פעלט נישט אויס קיין אבוקה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:55 pm
דורך הוגה
[justify]
אדנירם האט געשריבן:בנוגע דיין ווארט איבער טרעוול לעכט, מהיכן דנת? ס'פעלט נישט אויס קיין אבוקה?
איך בין נישט קיין פוסק אבער איך ווייס אז אין געוויסע מקומות פירט מען זיך צו מאכן די ברכה צו א סינגעל לעכט בליל יו"ט. אין סתם א מוצ"ש מעג מען אויך ע"פ שו"ע, די אבוקה איז נאר א לכתחלה. (מצוה מן המובחר לברך על אבוקה ויש מי שאומר שאם אין לו אבוקה צריך להדליק נר אחר לצורך הבדלה חוץ מהנר המיוחד להאיר בבית. סי' רצ"ח)
.[/justify]
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 1:54 pm
דורך [NAMELESS]
נישט פארגעסן צו מאכן זיכער אז אלע מומעס און עלטער מומעס האבן פלאוערס און טשיז קעיק לכבוד יו"ט.
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:44 am
דורך שמעקעדיג
היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.
(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:46 am
דורך ביליג
איז עס ווערט צו טוהן ?
איך האב עפעס פון בלייבן בייווינדאוס 7 ?
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:51 am
דורך עפעס אזוי
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.
(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)
דאכצעך מיר אז די ביסט מיט א חודש צו פרי, עס איז ביז July 29 נישט June 29

Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 11:30 am
דורך טמיר
הייסן הייסט עס אז עס לוינט זיך נישט צי אפגרעידן עכ"פ פון 7. א גרויס חלק פון 10 איז אז מייקראסאפט האט מער קאנטראל צי שפיאנירן אויף די באנוצערס אקטיוויטעטן. וועגן דעם שטיפן זיי אזויפיל
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:01 pm
דורך עפעס אזוי
ביליג האט געשריבן:איז עס ווערט צו טוהן ?
איך האב עפעס פון בלייבן בייווינדאוס 7 ?
טמיר האט געשריבן:הייסן הייסט עס אז עס לוינט זיך נישט צי אפגרעידן עכ"פ פון 7. א גרויס חלק פון 10 איז אז מייקראסאפט האט מער קאנטראל צי שפיאנירן אויף די באנוצערס אקטיוויטעטן. וועגן דעם שטיפן זיי אזויפיל
וואס איך וואלט ממליץ געווען איז.
מאכטס א image backup פון ענקער הארד דרייבס, אפגרעידס, און נאכדעם פשוט Restore די image,* אזוי טאמער איין טאג גייסטו ווילן אינסטאלן Windows 10 האסטו עס כאטשיג פאר פרי, פארוואס עס נישט מאכן? סאיז בחינם.
*עס ווערט געסעווט די אקטיוועישן אויף מיקרוסאפט סערווערס, סאו ווענעווער מען אינסטאלט שפעטער (נאכן אפגרעידן איינמאל) ווינדוס 10 ווערט אוטומאטיש עקטיוועיטעד (חוץ טאמער מען טוישט הארוועיר).
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:28 pm
דורך שמעקעדיג
עפעס אזוי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.
(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)
דאכצעך מיר אז די ביסט מיט א חודש צו פרי, עס איז ביז July 29 נישט June 29

גערעכט! טעיתי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:18 pm
דורך קאמענטירער
הלואי זאל מען זיך שוין איינמאל נעמען
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 10:37 am
דורך א איד
ווינדאוס 10 איז נאך אומזיסט?
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 10:44 am
דורך שמעקעדיג
יא, נאך א חודש, ביז יולי 29.
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 11:16 am
דורך [NAMELESS]
אויב איך האב שוין דאונלאדעד די אפדעיט נאר נאכנישט אינסטאלירט גייט מיר עס אויך קאסטן?
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי.
This is יונתן שווארץ
You all remember me that few years ago I was scammed with over $200.000 when i received emails that they changed the bank account. Since then i received 100's of phone calls with similar stories that had a good ending and some that had a bad ending.
But this week was BRUTAL. I received over 7 phone calls from ppl that I know asking me for help since they wired their hard earned money to a crook that emaild them that the bank account has been changed. Yesterday alone 2 ppl that I spoke with lost $147.000
They are doing it much smarter now than ever before.
The are hacking in to your email and also to your suppliers email and the email is a perfect mach to what you have on your email list.
What to do.
NEVER NEVER NEVER send money to a new account without verifying with your company BY A PHONE number that matches the business card or catalog.
You should call them, even if "the company" called you don't believe it.
After calling your company alwals Communicate via Skype, Wechet, What's app, to verify and make sure that this is the real company.
Always with a new account number send a small wire with a funny amount like $5.13 and then call your company and ask them how much they got.
Anyone with more ideas please share.
התורה חסה על ממונם של ישראל
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 3:28 pm
דורך ביליג
נישט פארגעסן זיך אפצושערן
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
תושבי ניי ווילימסבורג נישט אריינפאלן אין א פאניק 15 מינוט פאר די זמן הדלקת הנרות ועוד פעם בזמן הדלקת הנרות ווען מען וועט הערן קולו של פייפער וועט זיך צופייפן עס איז קלאר נישט שופר של משיח,
עס איז פשוט נדבת הנגידים יאקאבאוויטש לבית סאטמער, צו החזיר זיין עטרה ליושנה דאס געלויפעריי און צוזאמשטויסעריי אויף די גאסן בשעת די פייפעריי.
נישט מאכן ליצנות דאס געלויפעריי ער"ש בין השמשות האט א שטארקע מקור אין די גמרא ( ב"ק פרק המניח ) אזוי ווייט אז מען איז פטור אויב שעדיגט מען איינעם בשעת הצוזאמשטויס.
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 7:28 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:תושבי ניי ווילימסבורג נישט אריינפאלן אין א פאניק 15 מינוט פאר די זמן הדלקת הנרות ועוד פעם בזמן הדלקת הנרות ווען מען וועט הערן קולו של פייפער וועט זיך צופייפן עס איז קלאר נישט שופר של משיח,
עס איז פשוט נדבת הנגידים יאקאבאוויטש לבית סאטמער, צו החזיר זיין עטרה ליושנה דאס געלויפעריי און צוזאמשטויסעריי אויף די גאסן בשעת די פייפעריי.
נישט מאכן ליצנות דאס געלויפעריי ער"ש בין השמשות האט א שטארקע מקור אין די גמרא ( ב"ק פרק המניח ) אזוי ווייט אז מען איז פטור אויב שעדיגט מען איינעם בשעת הצוזאמשטויס.
עמעזאן: פארצייל עס נישט פאר די באדי שאפס און אינשורענס קאמפעניס. זיי דארפן מאכן פרנסה...!
אויך. די גמ' אין מסכת בבא קמא רעדט נישט פון 15 מינוט פאר'ן זמן שבת. דארט רעדט זיך פרייטיג אינדערפריה...!
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 8:10 am
דורך מפוזרי
ר' בערל, במחכ״ת די גמרא רעדט פון בין השמשות, ווען ס'איז שוין שבת, אינמיטן לכה דודי.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 11:46 am
דורך berlbalaguleh
מפוזרי האט געשריבן:ר' בערל, במחכ״ת די גמרא רעדט פון בין השמשות, ווען ס'איז שוין שבת, אינמיטן לכה דודי.
מפוזרי: לויט ווי איך פארשטיי די משנה און די גמ', איז עס א גאנצן טאג. פון אינדערפריה אנגעהויבן. ס'שטייט נישט פון ווען מ'קומט ארויס פון מקוה און מ'זעצט זיך אריין אין עס.יו.ווי...און מ'שמייסט אראפ לי עוו. אדער 14'טע עוו...!
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:45 pm
דורך מפוזרי
ר' בערל, די גמרא איז ב״ק דף לב, מ'רעדט נישט פון זיך צוגרייטן אויף שבת, נאר פון די עצם קבלת שבת אליינס.
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז דער מנהג צו שפרינגען ביי לכה דודי מיט גרויס עקסטאז, גאנץ אלט.