בלאט 5 פון 9

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:38 pm
דורך הדד בן בדד
וואס הייסט אוואו?

(מן הסתם ביי די לוי')

יעדער וואס קומט גייט געהאלפען ווערן. איך דארף א הויעך מצבה..

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 7:41 pm
דורך יאסל ראקאווער
,

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:02 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט פון א צוזאג אז ער גייט העלפן יעדע בחור ובתולה וואס גייט אויסזאגן תהלים מיט א שידוך? ער זאגט ממש צו, א איד און די פערציגער (אזוי אלט איז ער געווען ווער ער האט דאס געשריבן) זאל זיין אזוי זיכער מיט זיך? זייט נאך די קריג איז נישט געווען קיינער אזוי צו רעדן, אפשר די ריבניצער...... וואס איז פשט

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:11 am
דורך chusid
רבי נחמן פלעגט צו זאגן ווען מען איז אריינגעקומען צו אים פאר יחידות, זאג מיר וואס איך דו און די באשעפער ווייסען (מיינענדיג ער זאל זיך מתוודא זיין אויף די חטאים). איך הער אז מוהרא"ש פלעגט טוען די זעלבע..

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:11 am
דורך קאצקע ציקער
ווי זעהסטו ער זאגט צו?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:18 am
דורך [NAMELESS]
צענטע דף : אני מבטיח להם שימצאו את זיווג מן השמים ואני חזק בזה מאוד.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:20 am
דורך יאיר
די הבטחה איז אויך פאר גרושים? אויב יא דארף מען אויסצאלן א טיקעט פאר אונזער גרוש ני"ו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:22 am
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:וואס איז פשט פון א צוזאג אז ער גייט העלפן יעדע בחור ובתולה וואס גייט אויסזאגן תהלים מיט א שידוך? ער זאגט ממש צו, א איד און די פערציגער (אזוי אלט איז ער געווען ווער ער האט דאס געשריבן) זאל זיין אזוי זיכער מיט זיך? זייט נאך די קריג איז נישט געווען קיינער אזוי צו רעדן, אפשר די ריבניצער...... וואס איז פשט

עס איז ניכר אז ער האט געהאלטן אז לאחר מיתה בלייבט די נפש ביי מקום קבורתו וואס ווערט אנגערופן השארת הנפש און הערט אויס אלעס וואס מען זאגט, סוי האט ער געהאלטן אז אויף די ענין וואס איז אים געווען קרוב ללבו בחייו וועט ער קענען העלפן לאחר פטירתו, און אזוי ווי ער קען זיך נישט מחייב זיין פאר יעדע בחור ובתולה איבערצודרייען וועלטן נעמט ער זיך אויס א תנאי אז מען זאל זאגן גאנץ תהלים בלי הפסק לטובת נשמתו וועט ער מכיר טובה זיין,
מערק אן אז ער זאגט נישט צו אז ער וועט דאס אויספירן, נאר ער וועט זיך משתדל זיין לפי כוחותיו פארשטייט זיך,
און דאס איז אוודאי נישט קיין דמיון צום ריבניצער וואס האט געפראוועט מופתים,

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:29 am
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט שלאפן, יעצט גענדיגט ליינען די צוואה און איך האב ספיקות און אמונת צדיקים, איך וויל נישט רעדן ווייל איך וויל נישט נידון ווערן בצואה רותחת כדין איינער וואס רעדט אויפן מוהרא"ש (לויט ווי ער שרייבט און די צוואה) במילא בין איך און א מוראדיגע דילעמא. ברסלבער זאל ביטע ארויס געבן אפאר בענדער אשר בנחל מיט א פירוש אויפן צוואה.
אויב איינער וויל מאכן אפאר דאלאר קען ער איבערדריקען די מוהרא"ש'ס קונטרסים און פארקויפן, ער געבט רשות.
אויב איינער דא מוטשעט זיך מיט פרנסה און וויל אויך קויפן א דירה זאל ער מופן קיין יבניאל, די מוהרא"ש זאגט צו פרנסה בריווח מיט א אויסגעצאלטע הויז ווער עס גייט אהין

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:31 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:וואס איז פשט פון א צוזאג אז ער גייט העלפן יעדע בחור ובתולה וואס גייט אויסזאגן תהלים מיט א שידוך? ער זאגט ממש צו, א איד און די פערציגער (אזוי אלט איז ער געווען ווער ער האט דאס געשריבן) זאל זיין אזוי זיכער מיט זיך? זייט נאך די קריג איז נישט געווען קיינער אזוי צו רעדן, אפשר די ריבניצער...... וואס איז פשט

עס איז ניכר אז ער האט געהאלטן אז לאחר מיתה בלייבט די נפש ביי מקום קבורתו וואס ווערט אנגערופן השארת הנפש און הערט אויס אלעס וואס מען זאגט, סוי האט ער געהאלטן אז אויף די ענין וואס איז אים געווען קרוב ללבו בחייו וועט ער קענען העלפן לאחר פטירתו, און אזוי ווי ער קען זיך נישט מחייב זיין פאר יעדע בחור ובתולה איבערצודרייען וועלטן נעמט ער זיך אויס א תנאי אז מען זאל זאגן גאנץ תהלים בלי הפסק לטובת נשמתו וועט ער מכיר טובה זיין,
מערק אן אז ער זאגט נישט צו אז ער וועט דאס אויספירן, נאר ער וועט זיך משתדל זיין לפי כוחותיו פארשטייט זיך,
און דאס איז אוודאי נישט קיין דמיון צום ריבניצער וואס האט געפראוועט מופתים,

קוק די צענטע דף ווי ער זאגט קלאר צו. פארדריי נישט קיין ווערטער. ס'פעלט דיר אמונת צדיקים

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:34 am
דורך [NAMELESS]
אז ס'גייען זיך דרייען דארטן אסאך בחורים ובחורות געהאלפן צו ווערן, עפעס גייט שוין ווערן דערפון...

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:37 am
דורך יאיר
מיינסט אז ווען יענער צדיק כגעדענק שוין נישט ווער האט פארשפראכן גאלדענע גליקן פאר דעם וואס רירט אן די קלאמקע פון זיין טיר האט מען נישט געלאכט פון אים? איך זאג אייך אז אין הונדערט יאר ארום וועט מענדל רייך אפרעכטן נסיעות קיין יבניאל וואו מאסן אידן וועלן געהאלפן ווערן על פי הבטחת איש האלקים מוהראש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:44 am
דורך [NAMELESS]
נאכן ליינען די צוואה וויל איך נאכמער מער פארשטיין פארוואס מ'מוז דא אנהאבן זיידענע הענטשעך רעדענדיג פון אים, און אז נישט ווערט צוזעצט דורך די אנגעזעהנע דא, מ'מאכט גאר חוזק פון אייער וועלט...... כ'מיין אלעס האט א שיעור ווען א סאטמערער אדמו"ר אפילו רבי יואל שרייבט אזא צוואה וואלט שוין געווען א אשכול פון אריבער 100 זייטען מיט ליצנות און פארדאמונג......... ווייל ער איז געווען קאנטעוועירשאל און קעגן די סיסטעם מוז מען האלטן פון אים..... קאם אן.......

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:17 am
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:וואס איז פשט פון א צוזאג אז ער גייט העלפן יעדע בחור ובתולה וואס גייט אויסזאגן תהלים מיט א שידוך? ער זאגט ממש צו, א איד און די פערציגער (אזוי אלט איז ער געווען ווער ער האט דאס געשריבן) זאל זיין אזוי זיכער מיט זיך? זייט נאך די קריג איז נישט געווען קיינער אזוי צו רעדן, אפשר די ריבניצער...... וואס איז פשט

עס איז ניכר אז ער האט געהאלטן אז לאחר מיתה בלייבט די נפש ביי מקום קבורתו וואס ווערט אנגערופן השארת הנפש און הערט אויס אלעס וואס מען זאגט, סוי האט ער געהאלטן אז אויף די ענין וואס איז עם געווען קרוב ללבו בחייו וועט ער קענען העלפן לאחר פטירתו, און אזוי ווי ער קען זיך נישט מחייב זיין פאר יעדע בחור ובתולה איבער צו דרייען וועלטן נעמט ער זיך אויס א תנאי אז מען זאל זאגן גאנץ תהילים בלי הפסק לטובת נשמתו וועט ער מכיר טובה זיין,
מערק אן אז ער זאגט נישט צו אז ער וועט דאס אויספירען נאר ער וועט זיך משתדל זיין לפי כוחותיו פארשטייט זית,
און דאס איז א וודאי נישט קיין דמיון צום ריבניצער וואס האט געפראוועט מופסים,

קוק די צענטע דף ווי ער זאגט קלאר צו. פארדריי נישט קיין ווערטער. ס'פעלט דיר אמונת צדיקים

למעשה אויפן נוסח המצבה וואס ער האט פארשטייט זיך מער מדקדק געווען שרייבט ער נישט קיין הבטחה, אינעם צוואה לכאורה איז עס א פליטות הקולמוס זייענדיג אין צופלאמטע מצב וואס איז ניכר דארט, קיין בהמה איז ער נישט...

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 5:00 am
דורך דער שכן
עזריאל האט געשריבן:צענטע דף : אני מבטיח להם שימצאו את זיווג מן השמים ואני חזק בזה מאוד.


ווי קאן מען זעהן די גאנצע צוואה זיינע?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 5:56 am
דורך איש את רעהו
[tag]יאיר[/tag] פ''וו דארפסטו אפלאכען פון גרויסע אידן, צדיקים ושרפי מעלה ?
ניין עס איז קיין פארגלייך ווען די תלמידי בעש''ט האבן געזאגט אזעלכע זאכן

[tag]עזריאל[/tag] האסט א פוינט

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:20 am
דורך שבת אחים
איש את רעהו האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag] פ''וו דארפסטו אפלאכען פון גרויסע אידן, צדיקים ושרפי מעלה ?
ניין עס איז קיין פארגלייך ווען די תלמידי בעש''ט האבן געזאגט אזעלכע זאכן


[tag]עזריאל[/tag] האסט א פוינט


זיי מסביר פארוואס ס׳איז נישט קיין פארגלייך ? ווייל ס׳איז געוועהן צוויי הונדרעט יאהר צוריק ?? ווייל מנחם מנדל גץ האט פאַנטאַזירט מעשיות כדאי צו מאכן פּרנסה ?
טראכט אריין !!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:03 am
דורך קינד_אן_קייט
כ׳האב דעם איד נישט געקענט אבער ס׳שמעקט פון העכערקייט אילוזיע.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:31 am
דורך לעיקוואד
קינד_אן_קייט האט געשריבן:כ׳האב דעם איד נישט געקענט אבער ס׳שמעקט פון העכערקייט אילוזיע.

ביי אונז אין חדר האט מען נישט געקענט די אלע פענסי פסיכאלאגישע טערמינען, מען פלעגט דאס פלעין רופען גאווה..
סתם להערה בעלמא, בלי קשר צו דער מענטש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:33 am
דורך לעיקוואד
אבער אז איר טרעפט א רב אדער רבי וואס טראכט מען וועט שרייבען אנדערש אויף זיין מצבה אדער איז מחנך זיינע תלמידים צו טראכטען אנדערש וועגן זיינע שונאים, וועט דאס זיין א חידוש. בסך הכל שרייבט ער אפען דאס וואס אלע טראכטען און שפילען דיפלאמאטיש און חתמ'נען בשם דער משמש לכבוד כ"ק אדמו"ר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:45 am
דורך קינד_אן_קייט
לעיקוואד האט געשריבן: וואס אלע טראכטען און שפילען דיפלאמאטיש און חתמ'נען בשם דער משמש לכבוד כ"ק אדמו"ר.

דער חלק פון פליען אין די הימלען און איבערמענטשליכע/העכערע כוחות לאזט מען נישט פאר׳ן משמש, דאס לאזן זיי אלע פאר זיך, און ע״פ רוב הערשט דערין נישט קיין שום דיפלאמאטיע, פארקערט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:47 am
דורך לעיקוואד
דער רב פון יבנאל ר' סיני מאיר פרנקל (זיין טאטע האט נישט גע'חלומ'ט ווי גוט די ראשי תיבות פון זיין נאמען וועט מצליח זיין..) זאגט ער איז מוחל פאר מהרא"ש און פראבירט מאכען א שלום לאחר מיתה.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=79490

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:55 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז געווען די מחלוקת? ווער איז דארט געווען קודם? די נוסח הקללות המוהרא''ש האט מיר דערמאנט פון די ברך משה.... מיט א שמוץ אריבער די ברך וואלט דאס אין קיין צוואה נישט געשריבן און פינעף מינוט נאכן שעלטן האט ער שוין חרטה געהאט, הרב אבער פאראייביגט דאס אין זיין צוואה וואס ער איז מסכים מפרסם צו זיין, זה פלא!