בלאט 5 פון 5

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:32 pm
דורך גאנצל
און וואסערע חידשים גייט מען הערן ביים פראטעסט היינט ?

דעס איז נישט קיין קשיא ער איז געקומען אדרעסן א אישו איידער מ'גייט עפעס טון אין די אישו

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 12:35 pm
דורך גנדי

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 3:12 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:די עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.

ירח בן יומו: זיכער. דער אמעריקאנער קאנגרעס איז נישט דער עדיטאריעל באורד פון בלאט אדער איד...!
אויך. ער רעדט א גוטן ענגליש. נישט א צוקאליטשעטן... :roll:

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?

ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן

וואו וועט ער זאגן זיין דרשה אין סאטמאר'ע בית המדרש אויף ראדני. אדער אויף קיעפ סטריעט...?

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
געזען: קאנגרעסמאן טשארלס רענגעל...! כאטש ער איז געווען אויף די רשימה פון די וועלכע גייען באיקאטירן נתניהו'ס ספיעטש...נטורי קרתא וועט שוין נישט גיין צו איהם נאך א נדבה...!

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 4:07 pm
דורך אפטעמיסט
אה! ב"ה איינער האט באריכטעט די פראטעסט
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4633150,00.html

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 5:07 pm
דורך פרייוויליג
פרייוויליג האט געשריבן:גאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!

למעשה האט ביבי גארנישט מחדש געווען, און אבאמא איז גערעכט אז ביבי האט דא גארנישט מוסף געווען. ביבי האט קלאר געזאגט, אז די אלטערנאטיוו איז נישט מלחמה, "נאר א בעסערן דיעל", ער האט אבער נישט געזאגט וואספארא דיעל. אויב רייסטו אראפ אבאמא'ס דיעל, דאן דארפסטו האבן א בעסערן דיעל, און אויף די ליין האט זיך די אבאמבא אדמיניסטראציע ארויף געכאפט.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 5:33 pm
דורך משה פיטות
[center][left]My best Key quotes: Benjamin Netanyahu's address to Congress[/left]

[left]But I can guarantee you this, the days when the Jewish people remained passive in the face of genocidal enemies, those days are over. We are no longer scattered among the nations, powerless to defend ourselves. We restored our sovereignty in our ancient home.[/left]

As prime minister of Israel, I can promise you one more thing: Even if Israel has to stand alone, Israel will stand. But I know that Israel does not stand alone. I know that America stands with Israel.

Netanyahu to Elie Wiesel: 'I wish I could promise you, Elie, that the lessons of history have been learned'[/center]

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 6:15 pm
דורך ישראל קאפקע
גנדי האט געשריבן:סאטמאר האט אן אייגענעם דיקשאנערי פאר די ווארט ״רייצען״

א פריים-מיניסטער ווערט איינגעלאדענט צו האלטן א רעדע איבער די סכנה וואס לויערט אויף זיין לאנד. ער קומט זיך ״רייצען״.
פראטעסטירין און ווארפען אייער. דאס איז נישט ״רייצען״.

אינטערעסאנט, וואו האט קריס מעטיוס געטראפן א סאטמארע דיקשאנערי (נאך דערצו אין ענגליש)?

Speaking to Thomas Roberts shortly after Netanyahu’s speech ended, Matthews said definitively, “This man from a foreign government walked into the United States legislative chamber and tried to take over foreign policy.”

“He said you should trust me, not your president on this,” Matthews continued, describing the tone of Netanyahu’s remarks. “I’m the man you should trust, I’m your true leader on this question of U.S. geopolitics. If you want to protect yourself, you must listen to me and not this president.”

Calling the situation “startling,” Matthews said, “It’s a remarkable day when the leaders of the opposition in Congress allowed this to happen. Think it through, what country in the world would let a foreign leader come in and attempt to rest from the president control of U.S. foreign policy?”

“This was a takeover attempt by Netanyahu with his complying American partners to take American foreign policy out of the hands of the president,” he concluded.
http://www.mediaite.com/tv/chris-matthe ... icy-today/

נענסי פעלאוסי נאכן רעדע.
Screenshot_2015-03-03-14-19-46~01.png
Screenshot_2015-03-03-14-19-46~01.png (87.91 KiB) געזען געווארן 750 מאל


עס איז גאר מעגליך אז די רעדע גייט נאר בעקפייערן.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 11:10 pm
דורך smart
אבאמא איז אזוי אנציקט געווארען פון נתני' דרשה אז ער פלאנט צו מאכן אן עליה ...

נאדיר א בילד וואו אזוי ער וועט אויסעהן וואוינענדיג אין ארץ ישראל

10996272_833212670083855_2079920481562286735_n.jpg
10996272_833212670083855_2079920481562286735_n.jpg (115.23 KiB) געזען געווארן 695 מאל

די מגילה פין 2015

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 11:11 pm
דורך smart
איראן (פרס) וויל פארלענדען די אידן (להשמיד את כל היהודים) מיט איין שאס (ביום אחד), אין דער פרעזידענט וואס שטאמט פין אפריקא (כיש), גייט איין אויף א אפמאך (והמלך והמן ישבו לשתות), האט זיך אויפגעשטעלט א איד (איש יהודי) פאר'ן קאנגרעס וואס הייסט בנימין (איש ימיני) אין צושטערט זייער פלאן.
ךופהנו אוה רשא וטלשי םידוהיה המה םהאנושב,

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 11:52 pm
דורך געוואלדיג
לכאורא וויבאלד קאנגרעס האט גערופן ביבי רעדן, אויב וואלט ער נישט געקומען וואלט דאס אפשר געווען התגרות באומות? :lol:

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס האבען אלע פארגעסען צו דערמאנען די עיקר נייעס פונ'ם טאג? ביבי, סאטמאר נטרונא, דאס איז אלס די קליינעקייטען פונ'ם געשיכטע.
דער עיקר איז דאס וואס פאפא האט באוויזען אין ליכט פון די אלע פאסירונגען.

אנדערע מבינים זאגען אז דאס איז גאר געווען ביבי'ס אריגינעלער ציל.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
;)

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
_ (1).jpg
_ (1).jpg (66.57 KiB) געזען געווארן 500 מאל
ליידער מעשה שטן הצליח די ביידע אראבער חוסיין אבאמא אין חמינאי פארשטייען זיך גאנץ גיט אז מדארף ח"ו מכלה זיין שונאיהם של ישראל
נישטא קיין ווערטער אבער זייט נןדט געזארגט בשם ה' נעשה ונצליח אין אזוי וי סאיז געוועהן אפנע נסים ביי די זעקס טעג מלחמה אין אלע אנדערע מלחמות וועט אויך אזוי זיין דא מיט אמריקה אין אן איר
אין אלע שונאי ה' ושונאי ישראל אינקלאדינג מדינת ישראל זאלען פארשווינדען ווערען פון די וועלטס מפה וכן יאבדו כל אויביך ה'