בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:49 pm
דורך כוכב
קום אין המלאכה מרובה.

עס דארף נאך געשאפן ווערן א קליינע סומע ביז צום ענדגילטיגן ציל, אויב ווילט איר ספאנסארן פון דרייסיג דאלער אין העכער ביטע קומט אין אישי.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:53 pm
דורך נתן מנחם
כוכב האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!


דער דעדליין איז נאכנישט פאריבער סחורה האלט אין איין שטראמען און סחורה האלט אין איין אנגענומען ווערן.
נתן מנחם, ווען שיקסטו דיין ארטיקל?


איך בין פשוט נישט קיין שרייבער איך בין א גוטע ליינער. איי קענט וועיט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:28 pm
דורך מה הוא
שרייבערס אויס ווילט איר זיין זיכער מיט מיט אייער ארטיקל און איר ווילט אז אייער ארבעט זאל זיין שיין אהערגעשטעלט
לאזט נישט אויף די לעצטע מינוט און גיבט אייך א יאג צו און שיקט עס שוין צו ר' כוכב זז"ג

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:30 pm
דורך בן נריהו
מיין ארבעט - דאס צוגעזאגטע שרייב ווערק - וועט באלד זיין גרייט פאר דער רעדאקטער צו ערהאלען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:16 pm
דורך שמעקעדיג
משבק האט געשריבן:די לעצטע מאל איינער האט געזאגט ידו כידי האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט

קוק נאר ווער עס שרייבט עס.. דער משבק אליין..

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:35 am
דורך איך אויך
חכם איינער ,ער איז פון די אנדערע.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:37 pm
דורך כוכב

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 7:57 pm
דורך כוכב
קלארשטעלונג: אלע פה-סח ארטיקלען וועלן עווענטועל ארויסגעשטעלט ווערן דא אויפ'ן ווירטואלן שטיבל. אויסער זייער ערשיינונג אינעם מאגאזין קומט זיך פאר די טייערע שרייבער אז מ'זאל קענען לייקן און קאמענטירן אויף זייערע ווערק.
אבער הערשט נאך יו''ט צו געבן די פארדינטע מאס אנערקענונג פאר דער אויסגאבע, און צוביסלעך, נישט אלעס אויף איינמאל, ליתן רווח בין פרק לפרק.
די שרייבער וועלן איטליכער באקומען אין אימעיל זייער ארטיקל אינעם רעדאגירטן פארעם. עס איז אלעמענס אויסוואל און בחירה צו נוצן וועלכע ווערסיע ער באגערט.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 8:12 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואלט געווען א גוטע עצה טאמער די קונטרוס קען ארויס קומען ווי פריער, דארף מאכן כמה קאפיעס אין שיין צאמלייגן, איינס לייגן ביים שווער איינס ביים טאטן איינס אין ביהמ״ד, אין איינס פאר מיין שכן.
עכ״פ זאל זיין צייט זיך צו קענען רירן, נישט יעדער האט א פרינטער אין די היים אין דארף גיין צו א פרינטער געשעפט
תודה
שטילע

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 8:42 pm
דורך געפילטע פיש
שטילע, איך גלויב אז ווי מער מענטשען לייגן צו א פלייצע צו די ארבעט וועט עס ווערן געענדיגט פריער. און כ'גלויב אז זיי נעמען נאך אן וואלונטירן.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
דורך כוכב
שטילע איך ווארט פאר דיין נדבה.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:49 am
דורך chusid
איך געב נאר צדקה ווען מען באקומט צירוק דאפלט, איז פה-סח אין כלל?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 3:41 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כוכב האט געשריבן:שטילע איך ווארט פאר דיין נדבה.

געשיקט

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:15 pm
דורך נתן מנחם
כוכב טייערע,
אפשר וואלט געווען א עצה טובה צו געבען א סטעטוס באריכט ווי עס האלט און ווען עס וועט ארויסקומען און ווי עס וועט זיין אינעם גרויסען שטיבל.
איך פיהל מיר זייער נישט באקוועם אז פונקט אני הקטן וואס האט נישט געשריבען קיין שרייבווערק פאר די פה-סח (מחמת די שוואכע פעדער וואס איך פארמאג) איז דער וואס פרעגט.
אבער "הכל שואלים חוץ מחרש שוטה וקטן".

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:44 pm
דורך כוכב
אן אפדעיט: ''אלע'' ארטיקלען זענען שוין רעדאגירט, גראפירט און אויסגעשטעלט. עס ווערט יעצט צוגעענדיגט דער דעקל און לעצט מינוטיגע רעדאגירונגען אויף איין געוויסע ספעציפישער ארטיקל.
נעקסטע פאזע איז אויסשטעלן מיין אריינפיר וואס איז אגב נאכנישט גרייט... מסדר זיין די סדר הדפים און שרייבן א מפתח, און דערנאך...
הערט מיר אויף צו דאנקען, די קרעדיט איז פאר [tag]מה הוא[/tag], אן אים בין איך ווערדלאז און איך בין מתפלל ער זאל ווייטער האבן צייט און הצלחה. און געוויס אלע ספאנסאר און שרייבער.
דער פלאן איז עס זאל ערשיינען מארגן מיטוואך. האפנטליך וועט מען זיך קענען האלטן צו דער צייט.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:49 pm
דורך אפטעמיסט
אפדעיט # 2 (קרעדיט: קא"ק וריעתו אסף)

ווי עס זעט אויס וועל איך בלית ברירה שרויפן, בעסער באקאנט אלס סקרוען, די סיסטעם, און מיין ארטיקל וועט נישט זיין גרייט און ערשיינען אינעם מאגאזין. כאטש האב איך מנדב געווען אפאר גראשן. אית מאן דפרע בגופו ואית מאן דפרע בממונא.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:50 pm
דורך ראש הישיבה
אויב איך מעג געבן עצות וואס מען האט מיר נישט געגעבן, וויל איך מציע זיין אז מען זאל מאכן ערסטרע אפטיילונגן פאר די פה-סח. יעדער אפטיילונג זאל נישט האבן מער ווי 50 עמודים אינקלודינג די דעקל און בעק פעדזש. די סיבה דערצו איז אז ווען מען דריקט ארויס אויף אונזער פרינטער און מען וויל עס סטעפלן ווערט עס שווערער ווען מען וויל צוזאם שטעלן א דיקערע קונטרס.

יישר כחכם

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:03 pm
דורך כוכב
ביטע אוועקלייגן אלע עצות פאר תשע''ו.
הילף קען מען נאך נוצן, ווער עס האט גראפיקס עקספיריענס זאל קומען אין אישי.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:32 am
דורך [NAMELESS]
אויוויי, טאטע זיסע!

כ'קען נאר קלאפן קאפ אין וואנט, אז כ'האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן אינעם 'קאווע שטיבל' אזוי שפעט. יעצט קען איך שוין נישט מיטטיילן מיינע זאפטיגע ארטיקלען אינעם מאגאזין וואס וועט האפנטליך ארויסקומען.

העט איך ווען זיך איינגעשריבן פריער, העט ווען דער עולם זיך געקענט טשאטשקענען מיט א שפרודל'דיגע מאמר, זאפטיגע היסטארישע באריכט, אדער בייסיגע ארטיקל, וואס איך וואלט צושטייער געגעבן פארן ציבור היקר והחביב. נו, וועט מען דארפן ווארטן פאר א קומענדיגע געלעגנהייט.

המקום ינחם אותנו בתוך שאר ירקות, אבער הלילה הזה - די נאכט פון פסח וכו'.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:59 am
דורך [NAMELESS]
[tag]אדנירם[/tag] א זאפטיג ארטיקל זעמער גרייט צו לייענען אפילו עס ערשיינט נאר דא אויפן פורום חול המועד,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:04 am
דורך [NAMELESS]
אודאי געוויס.

נא-וואסזשע-דען? ארטיקלען קען מען אייביג ארויפלייגן, און מענטשהייט'ס נאטור איז אפצושטיפן: "מחר יהי' האות הזה". אבער ווען ס'איז דא א דעדליין פאר א מאגאזין, איז עפעס אנדערש.
ואיבעית אימא, סברא הוא. אז די הרגשה וואס מ'האט ווען מ'זעט 'מעשי ידי להתפאר' אין א שיינעם מאגאזין, איז באינו דומה צום הרגשה פון 'מעשי ידי טובעים בק"ש'...
און די תוצאות זענען בהתאם לזה...

היום יום א' לאפריל

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:15 am
דורך געוואלדיג
רבותם, סתם להערה בעלמא היינט מיטוואך (קוקט אויף די זייגער) איז אפריל 1 איך האב מורא אז די גאנצע פה-סח רעדאקציע איז חלק ב' פון #גנדי געיט סומאטוכע, עס ווארט אונז אפ עפעס א פרישע שטיקל, לאזט ענק נישט פארנארן, קיין שום אויסגאבע קומט נישט ארויס, עפעס גיימער ווערן סורפרייזט,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אקעי יוצא געווען, כ'קום אריין דא יעדער פאר מינט צו זעהן טאמער די פה-סח איז שוין פארהאן
ווען בערך גייט דעיס זיין גרייט? כ'וויל עס דריקען אין אפיס אין מארגן קום איך נישט אריין אין אפיס