בלאט 5 פון 8

כי ביצחק יקרא!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:26 am
דורך ירא שמים
די קונטרס האט ער געשריבען ווען ער איז נאך דא געווען. אדער נאך פארדעם

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:26 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:כהאב געליינט דעם קונטרס און כקען ממש נישט גלייבען אז סאיז דער זעלבער וואס פלעגט שרייבען אין ק״ש … סקוקט מיר אויס ווי מארגענשטערן סטייל.

לייען דא וועסטו פארשטיין (אדער נישט פארשטיין) דעם שילוב.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:57 am
דורך גאנצל
לאמיר צוריק ארויפברענגען עפעס נארמאלס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:22 am
דורך moshav zekeinim
די אלע קנאים דא אין שטיבל קעגן השכלה, דארפן וויסן אז לעקוואד איז א געהעריגער משכיל בלי שום פיקפוק, טאקע א דורכגעוויקטע חסידישע משכיל, אבער פארט א משכיל. פאר א פוילישער סטייל איד וועלעכע האבן זיך ע"פ רוב פארטראגן מיט די זאפטיגע פוילישע משכילים (למעט בית גור ואלכסנדר) דארף היינטיגע זאפטיגע השכלה אויך נישט שטערן, אבער פאר א אונגארישער סטייל טעכנישער איד, וועלעכע האבן זיך געאמפערט מיט טעכנישע משכילים, קען קיין משכיל נישט אקצעפטירט ווערן. לויט רוב היימישע יהדות היינט איז ער א כופר בעיקר. ער האט דא כמעט נישט באהאלטן אין זיינע לעצטע טעג אין קאווע שטיבל, און אין פעיבבוק באהאלט ער דאס אינגאנצן נישט (זיינע מיינונגען זענען נישט מאדערן ארטעדאקס, נאר ממש כפירה וואס קיין שום מודערן ארטעדאקס רב וואלט נישט טאלירירט).

איר קענט אלע ווייטער האלטן פון אים, אבער איר אלע פרומאקעס זאלט וויסן אז ער איז לויט די אנגענומענע ארטעדאקסישער מהלך המחשבה א כופר ממש וואס איז מנסך יין און מורידין ולא מעלין.

איך אלץ א לייבוביץ' סטייל דתי האב נישט קיין שום פראבלעם מיט אים. (הגם זיין ניצן די פרשיות וחגים פאר זיינע הערליכע טיפע רעיונות על החיים והמציאות נערווירט מיר, ווייל איך גלייך מער צו רעדן איבער די זאכן לא מתוך הקדמות מטקסטים דתיים המבלבל את מוח החוקר האמיתי, נאר גראד צום ענין אליין כנתנתן מסני, בלי תיבולים וקישוטים) אבער איר הייליגע אידן, וואס האט איר מיט אים בכלל???

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:45 am
דורך קאווע טרינקער
moshav zekeinim האט געשריבן:ווייל איך גלייך מער צו רעדן איבער די זאכן לא מתוך הקדמות מטקסטים דתיים המבלבל את מוח החוקר האמיתי, נאר גראד צום ענין אליין כנתנתן מסני, בלי תיבולים וקישוטים

וואס האט מען געגעבן בסיני, אויב נישט טקסטים דתיים....??

#כלזמנשמזקינים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:57 am
דורך moshav zekeinim
כנתנתן מסיני איז א אלטער מליצה אויף א ארגינעלער פארשטענדליכער רעיון שאין בו דופי וואס איז זיך נישט מסתמך אויף קיין דין ודברים. למשל די תקנות און הלכות ע'י מנהיגי ישראל עד ימי הלל ושמאי ווערן אנגערופן כנתנתן מסיני, ווייל זיי זענען געווען ארגינעל ושאין בו דופי.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:23 pm
דורך כוכב
מזל טוב למרן שליט"א בשם אלפי חסידים השותים בצמא את דבריו.
#חילי_הייב_אן_קול_רנה

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז דער מזל טוב?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:36 pm
דורך כוכב
מרן נתארס עם זיווג הגון בשעה טובה ומוצלחת.
יה"ר שהזיווג יעלה יפה יפה אמן.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:40 pm
דורך נולד מאוחר
לינק?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
מזל טוב!

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:29 pm
דורך יואליש
כוכב האט געשריבן:מרן נתארס עם זיווג הגון בשעה טובה ומוצלחת.
יה"ר שהזיווג יעלה יפה יפה אמן.


יעצט גערעדט מיטן רב און ער האט באשטעטיגט דעם תדשן עצם. און זיך אויסדעדריקט בלשונו "מגייט מערצשעם צושטעלן א געהעריגע פארטי לכל אנש נאך פסח".

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מזל טוב!

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:19 am
דורך טאמבל סאס
הייס

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:40 am
דורך פארוואס?
מזל טוב!
א קשר של קיימא, און א בית נאמן בעולם.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:54 am
דורך נהורא נפישא
מזל טוב, בשעה טובה ומצלחת.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 10:27 am
דורך קל וחומר
מזלא טבא וגדיא יאה
להאי חכימא דיהודאי
רזין צפונין וטמירין
לאנפוהי פרישין ואגליין
ומגו דלנפשיה זכי
מזכי נמי לאחריני
ובהאי זכותא נפישא
איזכי לזיווגא קדישא
מן קדם אלקין יהא רעוה
דיסיק יפה יפה
ויזכה לרוב ברכה
גילה רינה וחדוה.
אמן.

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 4:18 am
דורך [NAMELESS]
לייב! לייב! קריך ארויס פון דיין הייל

עס איז צייט דא צו נעמען אנטייל

יעצט בעת חדוה א מזל טוב איך טייל

קוועטש הענט, בריכעם טיע, לאנג א מייל

וויפיל אידן פרייען זיך מיט דיר, ביטע צייל

איך וויל נאר אנוואונטשן לרגל דעם נייעם ארבטייל

דו זאלסט בלייבן פארשטאכן מיטן ליבע פייל.



---
הגה"צ מורינו רבי יצחק הליוואי שליט"א רבה של [tag]לעיקוואד[/tag], מכובד צו געבן די נעקסטע דרשה...

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 8:39 am
דורך קל וחומר
הרב שש, כ'הער אז זינט ער איז א חתן געווארן איז אים נשתכח געווארן אידיש. טייטש עס איבער אויף לשה"ק ביטע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 5:52 pm
דורך לעיקוואד
התודה והברכה לכל המברכים והשמחים ואי"ה בשמחתכם ישמח ליבי גם אני.
חג כשר ושמח.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:03 pm
דורך זבולון
לעיקוואד האט געשריבן:ואי"ה בשמחתכם ישמח ליבי גם אני.

ניין! נאר דאס נישט.
דער עולם טוהט דא ממש א חסד של אמת, מ׳וואונטשט אינגרויסן, אבער מ׳ציטערט אין די הויזן אז אנדערע זאלן טוהן מיט אונז די זעלבע.

געמישטע געפיהלעכצער

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 12:35 am
דורך דער שכן
יעך האב דורך געלייענט דעם געהענגל פון דעקל צו רעקל, פון רעכל און מעכל צו דעקל..און די געפיהלן זענען מיר אינגאנצן אויפגעשוידערט, קודם געלאכט, נאכדעם איז געקומן א שטיקל שרעק, נאכדעם געווען א מאמין ואינו מאמין, דערנאך האב׳ך געלאכט ווי א זיבעלע נישט וויסענדיג פארוואס. שוין די פינגערס שפרינגן מיר ארום אזש כקען נישט מער. ובזה אשים קנצי למילין.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 3:53 pm
דורך ירא שמים