בלאט 5 פון 94
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם וועב-זייטל, לייג איך עס ארויף דא לתועלת הציבור השותים קפה.
http://2016.presidential-candidates.orgעס איז זייער אינטרעסאנט, זיי האבן אין זייער ליסטע באלד דאפעלט קאנדידאטן, ווי די אפיציעלע קאנדידאטן וואס ווערן געדעקט דורך די מעין סטרים מידיע, און זענען שוין געווארן געדעקט אין קאווע שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
פיש כאפער האט געשריבן:היינט קומט די נייעס אז גאווערנאר קריס קריסטי גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פאר׳ן פרעזידענטשאפט, אזוי פרי ווי דער קומענדיגער וואך. גארטלטס אייך אונטער. ס׳גייט זיין הויעך יו״ט!
צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:17 pm
דורך lazar
פריעד באטשי האט געשריבן:צו זיין מער פונקטליך, ער איז ערווארטעט צו מעלדן זיין קאנדידאטור דעם קומענדיגע דינסטאג הבעל״ט, און מיט דעם וועט ער ווערן דער 14׳טער אפיציעלער קאנדידאט אין די עלעקשענס.
צו זיין נאכמער פונקטליך, דער 14'טער קאנדידאט אויפן 'רעפאבליקאנעם' טיקעט.
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
ענדליך האבן מיר זוכה געווען אין דער גרויסער גאווערנער פון ניו דזשערסי, קריסס קריסטי, וואס איז זייער באקאנט צוליב די ברידזש-וואטער סקאנדאל אין אויך צוליב זיין קי-נאוט רעדע ביי די רעפאבליקאנע קאנווענטשען, האט היינט בערך 11:30 געמאלדן זיין קאנדידאטאר פאר די פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, ווערענדיג דערמיט די 14׳טע קאנדידאט אויף די רעפאבליקאנע טיקעט.
(ער האט פאר די אפיציעלע רעדע, געהאט א טעלעפאון קאנפרענס מיט זיינע גרויסע געלט שטיצער זיי צו מעלדן אז ער גייט מעלדן אז ער גייט לויפן)
נא [tag]lazar[/tag] בינעך גענוג פונקטליך?
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:43 pm
דורך lazar
צו ס'איז "גענוג" פונקטליך?
גענוג איז עס נישט, אבער ס'איז פונקטליך.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 3:10 pm
דורך ראוונע
ביים מעלדען
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 5:09 pm
דורך שבת אחים
כבין זייער העפי אים צו זעהן לויפן , ממש א נחמה פאר א אמעריקא אז מיר האבן אזעלכע העלדן ווי קריסטי און טראמפ. וויאזוי וואלט אמעריקא געוועהן אן זיי ?

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.
איך נישט!
(אפשר זאל מען טאקע אנפאנגען צו דעבעיטן די קאנדידאטן איינס ביי איינס, דא אין די קאווע שטיבל)
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:46 pm
דורך ראוונע
די גאווערנאר פון מעין Paul LePage האט היינט אין ניו העמפשיר אינדארסט קריסטי פאר פרעזידענט (דאכט זיך מיר סאיז די ערשטע פרעזידענטליכע אינדארסמענט דעם וואל סעזאן)
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:48 pm
דורך ראוונע
שמעקעדיג האט געשריבן:נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?
די פראבלעם מיט קריסטי איז אז בשעת ער האט א גרויס מויל אין רעדט אסאך האט ער ממש גארנישט אנצוצייגען אין ניו דזשערזי וואס ער האט אויפגעטון
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?
ראוונע האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:נו, הייב אן. וואס באדערט דיר פון אים און וואס האלסטו אז אנדערע זענען בעסער?
די פראבלעם מיט קריסטי איז אז בשעת ער האט א גרויס מויל אין רעדט אסאך האט ער ממש גארנישט אנצוצייגען אין ניו דזשערזי וואס ער האט אויפגעטון
לזה כוונתי ועוד יותר, די עקאנעמי אין ניו דזשערסי איז טיף אין דער ערד, זיין ברידזש סקאנדאל איז שרייענד ביזן הימל, אין חוץ מזה איז ער צו א מעסיגער פאר מיר ווייל איך בין א שטיקל רעכטע רעכטער (קאנסערוועטיוו בלע״ז), אין אויך איז ער שולדיג אז אבאמא איז אריין אין זיין צווייטע קאדענץ כידוע לכל.
לעומת זה ריק פערי האט א גאר רויטע רייכע היסטאריע, א געלונגענע גאווערנער פאר יארן לאנג אין טעקסעס וואס איז איינער פון די גרעסטע שטאטן אין אמעריקא, ער האט עס געמאכט פון א דורכפאל צו דער בעסטע אקענאמיע אין אמעריקא (יא, רוב פון די אמעריקאנע רעקאווערי פון וואס אבאמא רעדט און האלט זיך אזוי גרויס, איז צו פארדאנקען פאר טעקסעס/ריק פערי), ער איז א אמת׳ע קאנסערוואטיוו, א שטארקע פירער, אין ער האט נישט קיין פיטער אויף זיין קאפ חוץ פון די באקאנטע ״אופס מאמענט״ וואס האט אים אוועקגעלייגט אין די 2012 עלעקשענס (נאר אדאנק די לינקע מידיע וואס האט פארשמירט און פארשפרייט די נער׳ישע קליינע טעות)
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 4:57 pm
דורך [NAMELESS]
ראוונע האט געשריבן:די גאווערנאר פון מעין Paul LePage האט היינט אין ניו העמפשיר אינדארסט קריסטי פאר פרעזידענט (דאכט זיך מיר סאיז די ערשטע פרעזידענטליכע אינדארסמענט דעם וואל סעזאן)
איך גלייב אז רוב פון די אינדארסמענטס וואס קריסטי גייט באקומען גייט זיין פון גאווערנערס, ווייל ער איז די הויפט פון די גאווערנערס אסויסיעישען.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
קען זיין כ'בין נאך סטאק אינעם מיטל אלטער...
viewtopic.php?f=4&t=2312
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 8:29 pm
דורך shem-tov
בוש קלינטאן = בושה וכלימה
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 8:55 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:גראדע האלט איך פון אים, כאטש איך בין א קנאפער פאליטיקאנט.
וואס האלטסו פון אים? האסט שוין אמאל געזעהן די באוואוסטע קליפ פון אים ווי א טיטשער אין ניו דזשערסי פרעגט אים ביי א קאנפרענץ פארוואס ער האט געשניטן די געהאלט פון די טיטשערס?
כ׳וועל עס אויפזוכן און ארויפלייגן דא אויב כ׳וועל נישט פארגעסן
דו וועג וויאזוי ער ענטפערט איר איז א גרויל און א עקל, ער פארט איר פערזענליך אריין אין באבעס באבען אריין בשעת ווען זי האט אלע רעכטע צו פרעגן פארוואס מ׳האט איר געשניטן די וועידזשעס , ער רעדט צו איר ווי א נידערטרעכטיגע מאפיא געגנגעסטער מיט די גרעסטע מאס ביטול , און וואס איז פשט פון פארמאכן לעינס אויף דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש און אנמאכן טרעפיק ווייל ער האט געוואלט זיך פערזענליך אפרעכענן מיט איינעם? ווילסט אזא איינער זאל פירן דיין לאנד ??? איך נישט! איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן אזא שטאלצע ארגאנט פאליטישאן אן קיין טראפ געפיל פאר די מענטשהייט! שומו שמים אז ער זאל געווינען!
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 9:03 pm
דורך לבלר
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:49 pm
דורך שבת אחים
איר הערט וואס ער שלאגט פאר ? אז אלע טיטשערס אין ניו דזשערסי זאלן נעמען א פעי פריז פאר א יאהר צייט, נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה ער שלאגט פאר אזא זאך און וואס דער מאטיוו איז , א מענטש וואס קען אפילו פארשלאגן אזא זאך אז טויזענטער משפחות אין ניו דזשערסי וואס דיפענדען אויף זייער וויקלי פעי טשעיק און רוב פון זיי לעבן פון פעי טשעיק צו פעי טשעיק זאלן נעמען א פעי פריז???
חוץ פון דעם די וועג וויאזוי ער רעדט איז ממש א גרויל! א דיקטאטער!
ער גייט לכאורה נישט געווינען די פריימעריס עכ״פ אזוי האף איך.
הרב [tag]שמעקדיג[/tag] ? וואס זענען זיינע מעלות ? לאמיר הערן.
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:55 pm
דורך chaims
שבת אחים האט געשריבן:איר הערט וואס ער שלאגט פאר ? אז אלע טיטשערס אין ניו דזשערסי זאלן נעמען א פעי פריז פאר א יאהר צייט, נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה ער שלאגט פאר אזא זאך און וואס דער מאטיוו איז , א מענטש וואס קען אפילו פארשלאגן אזא זאך אז טויזענטער משפחות אין ניו דזשערסי וואס דיפענדען אויף זייער וויקלי פעי טשעיק און רוב פון זיי לעבן פון פעי טשעיק צו פעי טשעיק זאלן יעצט אויף א גאנץ יאהר נישט באקומען באצאלט!!!!
חוץ פון דעם די וועג וויאזוי ער רעדט איז ממש א גרויל! א דיקטאטער!
ער גייט לכאורה נישט געווינען די פריימעריס עכ״פ אזוי האף איך.
הרב [tag]שמעקדיג[/tag] ? וואס זענען זיינע מעלות ? לאמיר הערן.
They get paid just not raised
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:16 am
דורך שבת אחים
You might be right, I will listen to it again, still he's a arrogant prick
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
קריסטי איז א שלעכטע אויסוואהל ווייל ער ניצט דעם לב מער ווי די מח. א היציגער קען נישט זיין די פירער פון די פרייע וועלט. ער איז פון די נוקם סארט חברה וואס שלעפן אראפ מיט זיך יעדעם אויפן שיף. איך זעה אויך נישט ווי אזוי ער קען צוקומען צו געווינען די פריימערי. פאר די לינקע איז ער צו רעכט, פאר די רעכטע איז ער צו לינק, און די חברה אינדערמיט זענען לכאורה נישט נתפעל פון בריזשגעיט.
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:02 am
דורך מרדכי
חלק ב איז אויפן וועג.[emoji1]
