בלאט 5 פון 5
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:14 pm
דורך ישראל קאפקע
איש צדיק תמים האט געשריבן:שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.
שוין דו וואלסט לכאורה געזען אין שריפת חמץ רעגולאציעס א גאז קאמער.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:30 pm
דורך געוואלדיג
איש צדיק תמים האט געשריבן:שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.
יא און נישט נאר ער נאר רוב רבנים אין יענעם דור האבן אויך נישט געהאלטן און אפילו ר' מנחם זעמבא איז אויך נישט קלאר וואס ער האט געהאלטן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:14 pm
דורך shem-tov
איך עפען א נייע ארגאניזאציע בלאק די בלאק די בלאק די בלאק וואוטס...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
לויט ווי ווידער לייגט עס אראפ, און צונעמט עס שיין, בין איך חוזר מקצת על דברי.
מ'דארף טאקע נישט גיין עד קצה האחרון, און פארגלייכן אפאר עגאיסטן צום היסטארישער איוועל אין די האלאקאוסט, אבער זעט איר דאך אז דער וואס פייניגט דארט צום סוף אינעם ווידיאו, איז לדבריו אויך א יוד, און טאקע אזעלכע קרעץ, זענען די גורם אויף די צרות זאלן שפראצן, און מ'דארף האלטן א וואכזאם אויג, און א קאנטראלירטן האנט - טאקע ווי אונזער חשובער רב ווידער זאגט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:02 am
דורך שמעקעדיג
עס טוט זיך ווידער אויף טישן און בענק. א חסידישער אינגעלע איז געקראכן אויף א מעמאריעל שטיין, אן אנדענק פאר די 9/11 אומגעקומענע, אין עפעס א פארק אין העווערסטראו, א 15-20 מינוט אוועק פון מאנסי. דער קאונטי עקזעקוטיוו דער שונא ישראל עד דעי האט ארויסגעשטעלט א בילד דערפון אויף זיין פעיסבוק פעידזש, כאילו מען האט דא געטון די חמורה שבחמורות. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און עס האבן אנגעהויבן שטראמען דערויף העסליכע קאמענטס מלא וגדוש מיט שנאת ישראל, א גרויל צו ליינען.
מצד שני האבן אסאך קאמענטירער באשייגעצט דעם עד דעי פארן אנזייען קנאה ושנאה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:13 am
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:נו שוין א מחי. נאר פשוט א שאד א שאד אז די קלוגע מאנסי עסקנים זענען נישט געווען אוועילעבעל מיט זייערער ווידיאוס די לעצטע צוויי טויזענט יאר. פרעה. המן. ת"ח ות"ט. היטלער וכו. אזויפיל גזירות רעות און הריגות און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס זיי וואלטן אונז צאמגעשפארט. שוין. בעסער לעיט דען נעווער. אשרי לנו וואויל פאר אונזער דור אז מיר האבן זוכה געווען צו די קלוגע אפגעריסענע פערדן קליינקעפיגע היץ קעפ וואס פארשטייען צו עסקנות און צו היסטאריע ווי איך צו א ספעיס שאטעל. מאכן חורבנות פארן גאנצן שטאט. זעץ דיך לערנען א דף גמרא דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען די קענסט דעם גוי נישט פייטן. שלא אחד בלבד עמד עלינו. השכים והערב והן כלין מעליהן. דאס איז דאך בדוק ומנוסה. איך בין א מיליאן פערצענט זעכער אז די חברה האבן נאך פון די חז"ל ניטאמאל געהערט. דער יוד טוט וואס ער דארף צו טאן.
שם טוב: איך בין מחולק מיט דיר. דער פסוק השכם והערב עליהן לבית המדרש איז געזאגט געווארן אויף אידישע שונאים. די גוי'אישע אנטיסעמיטן דארף מען אמאל ווייזן אז אונז אידן באהאלטן זיך נישט אין די מייזן לעכער איעדעס מאל אן אנטיסעמיט מאכט אויף זיין טמא'נעם פיסק. התגרות באומות טאקע נישט. אבער אפענטפערן די שונאי ישראל איז אמאל יא א נוצליכע מעטאד...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:38 am
דורך מנשה לוסטיג
לינק פליז
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:09 am
דורך ישראל קאפקע
דזשעי פי אפדעיטס רייסט אראפ עד דעי'ס אנטי חרדים פעיסבוק פאוסט.
http://jpupdates.com/2015/04/08/editori ... community/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:35 am
דורך מאטי
For if you remain silent at this time, relief and deliverance for the Jews will arise from another place,’ but your party’s success will perish and your power to influence will be diminished.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 2:23 am
דורך אפטעמיסט