עס איז נישט די שאלה צו וועם מען אפילירט אדער מארקעט. מ'מעג אמאל טראכטען סתם נארמאל אויך אן אזוינע חשבונות. יעדער איינער דא (עכ"פ רוב..) לעבט אין א מציאות אין א סביבה אין א משפחה אין א בית מדרש אין א חברה וכו', מיר לעבן נישט אויף קאווע שטיבל ווירטואליע. אז איך דרוק א מאגאזין צו ליינען אויף יום טוב איז נאטורליך עס וועט ליגן עס וועלן עס זעהן אנדערע איך וועל עס וועלן משתף זיין פאר משפחה פאר חברים וכו', איך וויל עס קענען דיסקוסירען בין גברא לגברא, וכו', און אזוי האט דאס נישט קיין טעם פשט אדער חן.
הרב [tag]לעיקוואוד[/tag], אנטשולדיגט אבער קוק אריין אין א צייטונג פון הונדרעט יאר צוריק, אלע פרומע צייטונגען זענען פול מיט ניק'ס. נישט אז ראובן כ''ץ. אדער שמעון לוי, נאר אחד המדברים, צו תלמיד קטן, אא''וו. ווייז דיין טאטע ווי דער חזו''א האט געשריבען וכדו' און אלע טענות וועלען צופאלען ווערען.
איך וויל מציע זיין נאך אן עצה. מ'זאל ארויף לייגען דער פה-סח אויף createspace.com מ'זאל קענען דרוקען אויף א קונטרס אופן פאר ביליג, און נאך אפשר פארדינען אפאר דאללאר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לעקוואד וואס איז דיין/טאטעס פראבלעם די פאני פען נאמען אדער אז מאיז זיך נישט מגלה ? איך פיל עפעס אז דיך באדערט מער אז מאיז זיך נישט מגלה אין מיט דיין געשליפען צינגעל מאכסטו חוזק פון אונז מיט וואס די קענסט #שלוםבערגער
[tag]ברסלבער[/tag], ברזל! איך בין אנגעקומען צו לייענען בלויז דיין מהרא"ש ארטיק'ל. אויסערגעווענדליך גוט און הארציג געשריבן. דו ברענגסט גוט ארויס וויאזוי ברסלב האט געקוקט אויף איהם לעומת וויאזוי ער אליינס האט געקוקט אויף זיך, און דו צייכנסט אן דעם גורם פאר זיין זעלבסשטענדיגע מהלך. אגב, אין איינער פון די פסח'דיגע פיקטשער רבנים מאגאזינען האב איך געזעהן א בילד פון מהרא"ש אלץ בחור, נאך וואס דו שרייבט איבער זיינע יונגע יארן זעהט זיך דער בילד אנדערש.
קודם כל פארשטייציך א גרויסן ייש"כ פאר "כוכב" און "מה הוא" פאר די אבסאלוט אויסטערלישע און פראפעשינאל דזשאב. ימים על ימי כוכב/מה הוא תוסיף.....
איך וועל שרייבן לויט מיינע פערזענליכע געפילן און האף נישט צו פוגע זיין אין קיינעם.
למען תספר 1) די צושטערטע שבת הגדול דרשה מייסטערפול געשריבען מיט אן אמת וואס וואלט געמעגט ארויסגעברענגט ווערן סאך אפטער. 2) דער טעם הכמוס פון צאנזער רב אויף "מאשין מצות" נאר אנגעכאפט אפס קצהו. אפשר מחמת חוסר מקום אבער וואלט געקענט געדעקט ווערן רייכער 3)מנהג געבראקטס זייער באלערנד. האט בארייכערט מיינע ידיעות אין דעם ענין 4) פסח על שום מה? I got the point. אבער דער ארטיקל פליט אין די הויכע ספערן און פארלאנגט צופיל פאר רואיגע ליין מאטריאל 5)כל המרבה לספר געוואלדיג!!! ברענגט ארויס דער מצוה במלא הדרה. אילו זכיתי וואלט איך דעס געליינט ערב פסח. ס'וואלט געטוישט דער גאנצער סדר. 6)והגדת לבנך ברענגט ארויס דער אמונה פשוטה פאר יעדער אין סיי וועלכע מדרגה צו רילעיטן 7)איינדרוקן פון פסח Great point
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.