איך האב נישט געוואלט שרייבן ווי לאנג די בלוט איז געווען ווארעם, ווי מאנכע פירן זיך צו באשולדיגן דעם אדער יענעם תוך כדי דיבור ווען די נשמה איז קוים ארויסגעפלויגן. איך האף איך בין נישט צו אפענסיוו מיט מיינע ווערטער, והוא רחום יכפר.
מיט א 2 וואכן צוריק האט וויליאמסבורג געליטן א שוידערליכע, אויסערגעווענליכע טראגעדיע. א אומשולדיג יונג קינד, שלא טעם טעם חטא, איז געפאלן צו זיין טויט פונעם פינפטן שטאק רח"ל. לשבחם יאמרו – סיי אויף די בעלי מספידים און סיי אויף די טיפיקעל אייוועלט שרייבער – אז זיי האבן נישט געבלעימט קיינעם, ניטאמאל טעכנאלאגיע, כדרכם בחושך.
פאר ווער עס ווייסט נישט, יענע וואך – ממש א טאג-צוויי בעפאר די טראגעדיע – איז פארגעקומען א ריזיגע מסיבה פאר אלע מאמעס פון סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג. די פלאקאטן אין די גאסן האבן געשריבן און פארפירט אז דער דור גליטשט געפערליך, ומה יעשה הבת שלא תחטא, מען מוז אננעמען מיטלען דערוועגן. די טאטעס האבן געהאט די זעלבע אסיפה 2 וואכן בעפאר ("וישמרך בבנות"), און נאכן רעדן אלע דברים שאין להם שחר, ווי בלעימען סמארטפאונ'ס ביי די עלטערן און וואקאציעס אין פלארידע, איז געווען איין געלונגענע דרשה פון הר' אנשיל אשכנזי וואס האט מחזק געווען די טאטעס צו האבן א נאנטן קשר מיט די טעכטער.
צוריק צו די צווייטע אסיפה פאר די "נשים צדקניות" (קרעדיט שמעון וואלף), די מאמעס, וואס זענען געקומען הערן די סיבה פארוואס זייערע טעכטער טוישן ליידער לבוש נאך די חתונה און פארוואס זיי פארלאזן אידישקייט, האבן די 3 רעדנערינס געבלעימט, ווי דען אנדערש, די סמארטפאונס פון די מאמעס. מיט א בנין אב אז דאס לאזט נישט האבן א ריכטיגן קשר מיט די קינדער. אפילו טעקסט איז סם. אז די מאמע איז אויף טעקסט גרופעס מיט די משפחה מיטגלידער איז גורם נישט ווייניגער אז די טעכטער זאלן זיך שמד'ן! גיי פארשטיי.
נו, זיי זענען דאך עפעס נשים צדקניות, האבן זיי אויפן פלאץ! אויפגעגעבן זייערע סמארטפאונס, ווי אויך די טרייפענע טעקסט פליפ פאונס, און מען האט זיי אנשטאט געגעבן "שפאגל נייע" מאושר פאונס, וואס קען נאר קאלן צו קול הלשון און טל של תחי'
(אזוי מיין איך), דער איד האט איבערגע'חזר'ט דעם מעדזשיק ווארט "שפאגל-נייע" אפשר 20 מאל, אפשר אזוי וועט איינער ווערן עקסייטעד פאר די מאושר פאון, אמער, ס'איז דאך שפאגל ניי (ווי כאילו כ'האב ערווארטעט אלטע צעקריצטע פאונ'ס). אלענפאלס, ווי די עסקנים געבן איבער, איז זינט דעמאלס איז קיין איין אידישע טאכטער נישט אראפ פון וועג! וואונדער איבער וואונדער. מען האט געכאפט דעם טוטער.
ערנסט גערעדט. אזא אקציע וואלט געדארפט בוקע רקיעים זיין. טויזענטער מאמעס געבן אויף זייער משומר סמארטפאון, און הונדערטער אפילו טעקסט! אזש איין פרוי שרייבט א בריוול אין דער איד, אז מחמת איזה סיבה האט זי נישט געקענט ערשיינען צום מעמד, און אומגלויבליך, א טאג שפעטער שיקט זי א מעסעדזש אויפן טעקסט גרופ, און קיינער פון אירע געשוויסטער האט נישט רעספאנדעט! זיי זאגן איר אז זיי האבן געסטאפט מיט די זאכן!!!
נאך אזא סוקסעספולע אסיפה, וואלט דער באשעפער לכאורה געדארפט זיין גאר פרייליך און צופרידן, לכה"פ פאר אפאר חדשים! און דערווייל האט פאסירט וואס האט פאסירט, בלויז 2 טעג דערויף. ער קוקט עפעס נישט אויס צופרידן!!
האלא? וואו זענען יעצט די אלע טעכנאלאגיע מספידים פארשוואונדן? איך וויל וויסן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, בשל מי הרעה הזאת??
פאר מער דרוקט דא.