בלאט 5 פון 6

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 4:50 pm
דורך שמעקעדיג
בקיצור, לאמיר מאכן א שטיקל ססך הכל פון די לעסאנ'ס פון די לעצטערע טראגעדיעס:

מען טאר נישט שווימען אן א לייף גארד,
מען טאר נישט ספידן אויף קענט עוו אין ווילימסבורג,
בחורים טארן נישט גיין קיין קערעסטיר,
מ'טאר נישט האבן א פלאטע אנגעצינדן שבת,
מען מוז האבן סמאוק דעטעקטאר'ס וואס ארבעטן,
מ'טאר נישט זיין א סלאמלארד,

וואס נאך האב איך אויסגעלאזט?
כ'מיין אז מיר האבן שוין געכאפט די מעסעדזשעס, יעצט קענען שוין די טראגעדיע'ס אויפהערן :?

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:09 pm
דורך פליקער
עס איז א גרויסע סכנה צי לעבען, ווייל מען קען שטארבן.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:00 am
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:עס איז א גרויסע סכנה צי לעבען, ווייל מען קען שטארבן.


אדנירם דא האט געשריבן:מיין טאטע האט מיר לעצטנס געזאגט, אז ער וויל איינפירן די היפוך פונעם דבר. דהיינו, אויב ס'איז דא 'דבר והיפוכו', און דער 'דבר' איז שוין ברייט באקאנט, דאן וויל ער איינפירן דעם 'היפוכו' וואס קען זיין וויכטיגער פונעם זאך זעלבסט. לאמיך ברענגען אפאר דוגמאות:

  • מיר זענען בארינגלט מיט סכנות מבית ובמחוץ. מיין טאטע טענה'ט, אז ס'איז א סכנה צו לעבן, 'מ'קען נאך חלילה שטארבן'...

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:15 pm
דורך כלבאשבוע
די שאלה איז, אויב גייט די טראגעדיע אריין אין כלל פון אִם כְּמוֹת כָּל הָאָדָם יְמֻתוּן אֵלֶּה וואס שטייט אויף בעלי מחלוקה.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:28 pm
דורך שמעון וואלף
די טינט אין די אשכול איז קוים פארטריקענט פון די פאריגע טראגעדיע און ווייטער קומט עס ארויס אין געדאנק היינט ווען צוויי יונגע לעבנס זענען פארשניטן געווארן ה"י. רבותי, וואס קען מען טון אז די בעלי מחלוקת זאלן קומען צום שכל און אויפהערן גורם זיין קרבנות ביי כלל ישראל?! עד מתי יהי' זה לנו למוקש?!

אחי ורעי, מ'דארף געבן אן אולטימאטים פאר די אנשי ריב אז טאמער ביז 48 שעה איז נישטא קיין שלום אפמאך גיימיר אויפנעמען נייע מנהיגים.

מי לד' אלי

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:50 pm
דורך קל וחומר
טראגעדיעס גייט לכאורה געשעהן ביז ימות המשיח, ס'וועט אלעמאל זיין זאכן אויף וואס צו קענען תולה זיין.
די קונץ איז צו קענען זיך זעלבסט פראקן און מתקן זיין, נישט זיין ביזי מיט יענעמס עבירות.

שטעל דיך פאר ס'גייט אריבער פינעף יאר וואס ס'האט נישט פאסירט קיין איין איינציג טראגעדיע, ס'וואלט פארמאכט די טיהר פאר די מינים ואפיקורסים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:01 am
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:די טינט אין די אשכול איז קוים פארטריקענט פון די פאריגע טראגעדיע און ווייטער קומט עס ארויס אין געדאנק היינט ווען צוויי יונגע לעבנס זענען פארשניטן געווארן ה"י. רבותי, וואס קען מען טון אז די בעלי מחלוקת זאלן קומען צום שכל און אויפהערן גורם זיין קרבנות ביי כלל ישראל?! עד מתי יהי' זה לנו למוקש?!

אחי ורעי, מ'דארף געבן אן אולטימאטים פאר די אנשי ריב אז טאמער ביז 48 שעה איז נישטא קיין שלום אפמאך גיימיר אויפנעמען נייע מנהיגים.

מי לד' אלי


וואס האבן די צוויי יונגע מענטשען וואס זענען אוועק מיט די אנשי ריב??? וואס איז די קינד שולדיג? ווען גאט וואלט דערהארגעט אלע מאלעסטערעס, גנבים, און שווינדלערס וואלט מען געקענט זינגן מי כמוך מיט אז ישיר צוזאמען אבער דערווייל קוקט עס נישט אויס ווי ער זיפט אדורך די ראבעל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:43 am
דורך שמעון וואלף
אויבן האב איך געברענגט מקורות אז מחלוקת ברענגט טראגעדיעס
שמעון וואלף האט געשריבן: שטייט אין ליקוטי תורה בשם מדרש אז בשעת החורבן "שאלו מלה"ש להקב"ה, רבש"ע, כתבת בתורתך, ושפך את דמו וכסהו בעפר, וכאן כתיב שפכו דמם כמים, כי דמה בתוכה וגו'. כתבת בתורתך, אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, וכן כתיב הבנים נשחטים וכו', כתבת בתורתך, וצוה הכהן ופנו את הבית, וכאן וישרפו בית האלקים וכל כלי מחמדיה להשחית, א"ל הקב"ה, כלום יש שלום בעולם, הואיל ואין שלום אין כלום"

רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:13 am
דורך שלום על ישראל
האט איינער געהערט די לוויה פון מרס. ראזענבוים?! איך בין דיהיידרעט'ד פון טרערן!

רבודע"כ, וויאזוי קען מען דאס דורכטראגן?!

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:19 am
דורך שלום על ישראל
.

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:45 am
דורך א איד
ווי קען מען עס הערן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:37 pm
דורך שלום על ישראל
אויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:38 pm
דורך קנאק-יענקל
שלום על ישראל האט געשריבן:אויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924

מ'קען עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס, ביטע??

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:39 pm
דורך יעקב מענטש
שלום על ישראל האט געשריבן:האט איינער געהערט די לוויה פון מרס. ראזענבוים?! איך בין דיהיידרעט'ד פון טרערן!

רבודע"כ, וויאזוי קען מען דאס דורכטראגן?!

איך הער אז זי האט נאך נעכטן נאכט קעיר גענומען פון מיידלעך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 6:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט געוואלט שרייבן ווי לאנג די בלוט איז געווען ווארעם, ווי מאנכע פירן זיך צו באשולדיגן דעם אדער יענעם תוך כדי דיבור ווען די נשמה איז קוים ארויסגעפלויגן. איך האף איך בין נישט צו אפענסיוו מיט מיינע ווערטער, והוא רחום יכפר.

מיט א 2 וואכן צוריק האט וויליאמסבורג געליטן א שוידערליכע, אויסערגעווענליכע טראגעדיע. א אומשולדיג יונג קינד, שלא טעם טעם חטא, איז געפאלן צו זיין טויט פונעם פינפטן שטאק רח"ל. לשבחם יאמרו – סיי אויף די בעלי מספידים און סיי אויף די טיפיקעל אייוועלט שרייבער – אז זיי האבן נישט געבלעימט קיינעם, ניטאמאל טעכנאלאגיע, כדרכם בחושך.

פאר ווער עס ווייסט נישט, יענע וואך – ממש א טאג-צוויי בעפאר די טראגעדיע – איז פארגעקומען א ריזיגע מסיבה פאר אלע מאמעס פון סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג. די פלאקאטן אין די גאסן האבן געשריבן און פארפירט אז דער דור גליטשט געפערליך, ומה יעשה הבת שלא תחטא, מען מוז אננעמען מיטלען דערוועגן. די טאטעס האבן געהאט די זעלבע אסיפה 2 וואכן בעפאר ("וישמרך בבנות"), און נאכן רעדן אלע דברים שאין להם שחר, ווי בלעימען סמארטפאונ'ס ביי די עלטערן און וואקאציעס אין פלארידע, איז געווען איין געלונגענע דרשה פון הר' אנשיל אשכנזי וואס האט מחזק געווען די טאטעס צו האבן א נאנטן קשר מיט די טעכטער.

צוריק צו די צווייטע אסיפה פאר די "נשים צדקניות" (קרעדיט שמעון וואלף), די מאמעס, וואס זענען געקומען הערן די סיבה פארוואס זייערע טעכטער טוישן ליידער לבוש נאך די חתונה און פארוואס זיי פארלאזן אידישקייט, האבן די 3 רעדנערינס געבלעימט, ווי דען אנדערש, די סמארטפאונס פון די מאמעס. מיט א בנין אב אז דאס לאזט נישט האבן א ריכטיגן קשר מיט די קינדער. אפילו טעקסט איז סם. אז די מאמע איז אויף טעקסט גרופעס מיט די משפחה מיטגלידער איז גורם נישט ווייניגער אז די טעכטער זאלן זיך שמד'ן! גיי פארשטיי.

נו, זיי זענען דאך עפעס נשים צדקניות, האבן זיי אויפן פלאץ! אויפגעגעבן זייערע סמארטפאונס, ווי אויך די טרייפענע טעקסט פליפ פאונס, און מען האט זיי אנשטאט געגעבן "שפאגל נייע" מאושר פאונס, וואס קען נאר קאלן צו קול הלשון און טל של תחי' (אזוי מיין איך), דער איד האט איבערגע'חזר'ט דעם מעדזשיק ווארט "שפאגל-נייע" אפשר 20 מאל, אפשר אזוי וועט איינער ווערן עקסייטעד פאר די מאושר פאון, אמער, ס'איז דאך שפאגל ניי (ווי כאילו כ'האב ערווארטעט אלטע צעקריצטע פאונ'ס). אלענפאלס, ווי די עסקנים געבן איבער, איז זינט דעמאלס איז קיין איין אידישע טאכטער נישט אראפ פון וועג! וואונדער איבער וואונדער. מען האט געכאפט דעם טוטער.

ערנסט גערעדט. אזא אקציע וואלט געדארפט בוקע רקיעים זיין. טויזענטער מאמעס געבן אויף זייער משומר סמארטפאון, און הונדערטער אפילו טעקסט! אזש איין פרוי שרייבט א בריוול אין דער איד, אז מחמת איזה סיבה האט זי נישט געקענט ערשיינען צום מעמד, און אומגלויבליך, א טאג שפעטער שיקט זי א מעסעדזש אויפן טעקסט גרופ, און קיינער פון אירע געשוויסטער האט נישט רעספאנדעט! זיי זאגן איר אז זיי האבן געסטאפט מיט די זאכן!!!

נאך אזא סוקסעספולע אסיפה, וואלט דער באשעפער לכאורה געדארפט זיין גאר פרייליך און צופרידן, לכה"פ פאר אפאר חדשים! און דערווייל האט פאסירט וואס האט פאסירט, בלויז 2 טעג דערויף. ער קוקט עפעס נישט אויס צופרידן!!

האלא? וואו זענען יעצט די אלע טעכנאלאגיע מספידים פארשוואונדן? איך וויל וויסן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, בשל מי הרעה הזאת??

פאר מער דרוקט דא.

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 11:16 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. קומענדיג פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל ה'טעכנעלאגיע. (פארצייטנס , נאך בימי הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל בית ישמעאל, האט מען געשריבן ..."ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני" נאר דער פסוק האטציך געטוישט ווייל די סטיילס און די קאסטומערס האבן זיך געטוישט.
איך בין זייער שטארק צופרידן פון די פארמערטע אסיפות וועלכע פארשן פארוואס דער הייליגער באשעפער כביכול איז נישט צופרידן מיט אונזער הנהגה. מ'האמיר שוין ב"ה פעסטגעשטעלט (מיט די הילף פון די חשוב'ע רבנים שיחיו, שטייצעך) אז איינס פון די הויפט סיבות איז ווייל די נשים צדקניות טראגן רויטע טורבאנס און די יונגלעך פארן אויף שייגעץ בייקס. די סמארטפאונס און טעקסט פאונס זענען שוין אויכעט ב"ה מסודר. לאמיר האפן אז מיט די צייט וועללן די חשוב'ע רבנים אויך צוקומען נאכצופארשן וואס ס'טיצעך מיט די פאלשע קארופטיר'טע שאוס וועלכע איצא שייגעץ פיהרט אן אונטער'ן שלייער פון אזוי-גערופענע דין תורה'ס...און נאך אזעלכע קלייניגקייטן ווי ארומווארפן זיך מיט אידישע קינדער. און איך מיין נישט פון די בחינה פון נחום דער נח"ש. נאר פשוט אידישע קינדער וועלכע האבן נישט א פלאץ וואס זיי קענען אנרופן זייער ישיבה...!
שיעור פארגעסן. מ'האמיר שוין אויך ב"ה קעיר גענימען פון שטערן/שפאקטיוו. און אונז האלטן אן עינא פקיחא אויף דעם וואכן בלאט וועלכער רופט זיך ..."מאמענט"... ער איז עפעס לעצטנס געווארן צו שטארק אויפגעקלערט. ער ברענגט אראפ ארטיקלען און באשרייבונגען פון אזוי-גערופענע חסידות'ן פון וועלכע אין רוח ..."חכמים" נוחה מהם. אויך ברענגט ער אראפ באשרייבונגען פון מאדערנע מגולחים וועלכע האבן נישט קיין צולאטשעטע פיאות אזוי ווי די אדווערטייזמענטס פון דזשי ענד דזשי און קרויס שטריימלעך...! להוי ידוע אז אין די אפיסעס פון התאחדות זעמיר שוין פולשטענדיג גרייט ארויסצוגיין אין א מערכת הקודש און מלחמת מצוה אקעיגן די אויפגעקלערטע ציונים (מסתמא ארוינים) וועלכע זיצן אויף זייערע באקוועמע בענקלעך אין זייער רעדאקציע און פארשפרייטן דעות כוזבות, רח"ל. הרב מנשה פיליפ און זיין מיליטער זענען שוין פולשטענדיג גרייט צו ווארפן די פאשקווילן און נאך אנדערע, שטרענגערע טעראר מיטלען...ראו הוזהרתם...!

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 6:26 pm
דורך יעלה ויבא
ר' שמעקעדיג, דיין ארטיקל פארט שוין ארום אויף whatsapp

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:35 pm
דורך שמעקעדיג
און עודך. אלל אווער עגעין.
לעצטנס פארגעקומען א רייע שווערע טראגעדיעס אין קרית יואל וואס מאכט יעדע אידיש הארץ צאפלען. יונגע יתומים ואלמנות, קליינע מיידלעך אומגעקומען מיט מיתות משונות, השם ישמרנו...

דער אייבערשטער מאנט, ער פאדערט....

נו וואס טוען די כעלעמער נאכאמאל? יא, קרית יואלע הנהלה פאררופט אן אסיפה פאר די.... פרויען!
און וואס איז מען מעורר? איר האט צוגעטראפן: צניעות און טעכנאלאגיע. די זעלבע 2 באורינג סובזשעקטס.

מאריה דאברהם! וואו נעמט מען אביסל שכל?

און לאמיר שוין צולינקען צו מיין אנדערן אשכול איבער דעם ענין:
viewtopic.php?f=24&t=10038

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל עפעס פארציילען.

אין מיטען אלול, בינאיך געזעצען אין א ביהמ"ד איין טאג מיט מיין חברותא, און אין מיטען בינאיך געגאנגען בית הכסא׳ן און איך זעי איינער שטייט דארט אויפגעשוידערט. א איד האט געפיהרט א טאו-טראק און א מיידעל פון דריי יאר האט ארויס געגליטשט אויף איהר ביציקעל אין גאס, און דער דרייווער האט נישט געהאט קיין טשאנס זיך אפצושטעלען און ער האט איהר איבערגעפיהרט. דער קערפער איז געליגען אין גאס פאר אומגעפער דריי שעה ביז דער פאליציי האט גע׳ענדיגעט פארשען דער געשיכטע. איך האב במו עיני געזע׳ען ווי זי ליגט אונטער א ליילאך.

ס'האט מיר פארשטייט זיך אויפגעשוידערט ביז גאר, און הגם דער פאליציי האט באשטעטיגט אז דער דרייווער איז נישט געווען אויפ'ן טלפון, מ"מ האט עס מיר אויפגעוועקט ווי שנעל עפעס קען פאסירען ביים דרייווען. איך קען נישט זאגען איך בין יעצט פערפעקט, אבער איך בין פיהל מער מחמיר נישט צוצורירען דער טלפון ביים דרייווען זייט דעמאלס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:32 pm
דורך החוקר
שמעקעדיג האט געשריבן:דער אייבערשטער מאנט, ער פאדערט....

נו וואס טוען די כעלעמער נאכאמאל? יא, קרית יואלע הנהלה פאררופט אן אסיפה פאר די.... פרויען!
און וואס איז מען מעורר? איר האט צוגעטראפן: צניעות און טעכנאלאגיע. די זעלבע 2 באורינג סובזשעקטס.

דא איז אין פלאץ אראפ צוברענגן וואס חז"ל זאגן שבת קלט.:
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו' . רשעים הן אלא שתלו בטחונם במי שאמר והיה העולם לפיכך מביא הקב"ה עליהן ג' פורעניות כנגד ג' עבירות שבידם שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:03 pm
דורך שמעקעדיג
יא יא, כ'האב דאס צוגעברענגט אין מיין אנדערן אשכול, עיי'"ש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:קרית יואלע הנהלה פאררופט אן אסיפה פאר די.... פרויען!
און וואס איז מען מעורר? איר האט צוגעטראפן: צניעות און טעכנאלאגיע. די זעלבע 2 באורינג סובזשעקטס.

דא האט איר א ציטאט פון אייוועלט:
פארפלאנטערט האט געשריבן:א פלאמפייערדיגע דרשה איז נעכטן נאכט געהערט געווארן פון הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א, ווי ער האט במשך א שעה אנדערטהאלבן געשטורעמט איבער צניעות ביי נשים, און בעיקר איבער זיך שמירן די פנים, ווי דער רב שליט"א האט בקול חוצב אין קלארע רייד ארויסגעברענגט די שרעקליכע פירצה.

באזונדער איז געווען א פחד צו הערן ווי דער רב שליט"א האט אויסגעשריגן אז די אלע וואס שמירן זיך די פענימער אדער גייען נישט בבגדי צניעות האבן געהאט א חלק אין הארגענען די 3 נפשות מישראל.


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1554920

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:24 pm
דורך מפוזרי
שוין איך האב נישט קיין ברירה און מוז אריינווארפן אן עפ"ל אין דעם פי האתון.
איין צדיק בסדום איז דא דארט אויף אייוועלט וואס האט זיך דערוואגט ארויסצוברענגען אז ס'איז נישט צו דער זאך.