בלאט 5 פון 7
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:07 pm
דורך איך אויך
שבת אחים האט געשריבן: איך בין שוין היפש אפאר יאר א אט״ד
כאטשיג האסטו די באללס צו זיין האנעסט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:24 pm
דורך הקטן
באללס צו וואס???
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:44 pm
דורך איך אויך
האנעסט = אויפריכטיג.
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:53 pm
דורך נאסע ליילעך
הקטן האט געשריבן:נאסע ליילעך האט געשריבן:איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.
איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי
עיין בתגובה האחרונה שלי (אם זה מעוניין).
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:32 am
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:נאסע ליילעך האט געשריבן:איך האב געמאכט אסאך ריסורטש דערוועגן און אנגעפרעגט א פאר חברים מיינע דארט, זיי טענה'ען אז יא! זיי שפירן גליקליכער. איך זיך נישט דא סתם צו פארשפרייטן קיין ליגענטס. איך האב קראנטע באווייזן דערויף וואס איך קען נישט דא ארויפשטעלן.
איך ווייס נישט וואו אזוי די האסט געמאכט דיין ריסערטש, איין זאך איז זיכער אז דארך פרעגן דעם אטד "זאג ביסטו היינט מער גליקליכער"? איז נישט דער וועג צי מאכן דעם ריסערטש
גראדע איז יא דא זייער אסך סייענטיפיק ריסערטש אין די לעצעטע פאר יאר וואס זאגט אז "רעליגעזע מענטשן זענען מער פריילעכע מענטשן" ס'איז דא אסך סיבות פארוואס דאס איז אזוי
פלוצים גלייבסטו אין סייענטיפישע ריסערוטש? ביי עוועלאציע ווען די גאנצע סייענטיפישע קאמיונטי זאגט איין זאך שרייעסטו דאך חי וקים אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן און דא פלוצים קויפסטו אפ די סייענטעפישע ליגענט?
ביטע געב מיר א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר פרייליך? איך האב עס קיינמאל נישט געזעהן.
איך פרידיקט אז דו גייסט ענטפערן אז נאר געוויסע סייענטיפישע ריסערוטש וואס שטימט מיט דיין רעליגע/אגענדא נעמסטו אן אלץ סייענס די איבריגע איז דאך שטותים מיט לאקשן אזש אפילו ר׳ אביגדור מיללער און יענקל ברוך טורנהיים האבן געלאכט פון סייענטיסטן וואס זאגן אז מענשטען זענען אייניקלעך פון מאנקיס.
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:55 am
דורך שלום על ישראל
דו מישט צוזאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס, וואס די שפעטערע איז נאר דאס וואס די נאמען זאגט. אפילו מאמינים גלייבן נישט מער ווי דער גלויבן אליינס.
איינפאלס, גיב א זוך אויף גוגל און דו וועסט טרעפען מיליאנען ארטיקלען וואס באשטעטיגט אז רעליגיעזע מענטשן זענען מער צופרידן מיטן לעבן. ופשוט הוא. סיי וועליכער צרה אדער פארלוסט אין לעבן, שפירט זיך נישט אזוי שווער אויב מ׳טראכט אז ס׳איז געקומען פאר א גוטע סיבה, ועוד כמה טעמים, ואכמ״ל.
.
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:03 pm
דורך שבת אחים
איך מיש צאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס? וועלכע איז טעאריע און וועלכע איז א שטודיע, הקטן האט געשריבן אז ס'איז דא "סייענטיפישע ריסערטש" אז רעליגעזע מענטשן זענען מעהר גליקליך, אבער עוועלוציע וואס איז יא אימפירקעל סייענס לאכט ער דערפון! ווער מישט די יוצרות?
ברענג איין לינק געבעקט ביי קאנטעמפארערי סייענס אז רעליגעזע מענטשן זענען מעהר פרייליך! איין לינק ביטע?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:44 pm
דורך שלום על ישראל
שבת אחים האט געשריבן:איך מיש צאם סייענטיפישע שטודיעס מיט סייענטיפישע טעאריעס? וועלכע איז טעאריע און וועלכע איז א שטודיע, הקטן האט געשריבן אז סאיז דא ״סייענטיפישע ריסערוטש״ אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר גליקליך, אבער עוועלאציע וואס איז יא אימפירקעל סייענס לאכט ער דערפון!, ווער מישט די יוצרות?
ברענג איין לינק גע׳בעיקט ביי קאנטעמפארערי סייענס אז רעליגעזע מענטשען זענען מעהר פרייליך! איין לינק ביטע?
כאטש וואס אוואלוציע ווערט גערופן אימפירקעל, איז עס א אימפירקעל טעאריע, נישט אימפירקעל סייענס.
רעליגיעזע מענטשן האבן שטערקערע סאציעלע שייכות און לעבען אין א ארגענעזירטע סאסייעטי (מקור:
פּסיכאָלאָגיע-היינט).
דאס עצם תפילה און בטחון ברענגט א מער פאזיטיווע מענטאליטעט, א שליסל אינגרידיענט צו צופרידענקייט (מקור:
לעב-טיימס).
עס ווערט באטראכט אז א זייטיגע בענעפיט פון רעליגיע, איז א געזונטערע לעבנס-שטייגער, ווי למשל קיין דראגס, קיין ווילדע שיכרות, קיין [בלוי-העמד] פארברעכן, און נאך. מקורות:
טיים מעגעזין, און נאך אסאך (כ'האב נישט קיינע לינקס).
די
לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס האט געטראפן (2008) אז מענטן וואס גלייבן אינען בורא הכל און זעהן אים אלס א ערענסטע חלק אין זייער לעבן, זענען - אין אלגעמיין - מער צופרידן מיט זייער מצב, ווען פארגלייכט מיט אנדערע מענטשן אין די זעלבע פינאנציאלע מצב, יאהרגאנג און אנדערע דעטאלן.
אין די בוך
איז רעליגיע מסוכן?, ברענגט ער פון פיו ריסורטש און אנדערע אז מענטשן מיט ספיריטואליטישע לעבנס-שטייגער זענען דאפעלט אזוי אויסגעשטעלט זיך צו פאררופן אלס "זייער צופרידן". ער שרייבט אז דאס איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך אריבער 200 שטודיעס וואס ווייזן אז שטארק-רעליגיעזע זענען אין א נידריגערע אויסזיכט צו זעלבסמארד, דראגס און נאך.
די בוך
האנטבוך איבער רעליגיע און געזונט פון קאניג\קעניג\קארסאן (700+ דפים), באארבייט א שטודיע פון 1992 וואס האט אריינגעקוקט אין די לעבנס פון אפגעפארענע, און ס'קוקט אויס ווי זייער אומצופרידענקייט האט נישט קיין דירעקט שייכות מיט רעליגיע. (איך וואלט געוואלט זעהן מער פרטים פון די שטודיע און די ספעציפישע שאלות מ'האט געפרעגט, ווייל עס דא - מער ווי איבעראל - מאכן א חילוק פון הימל און ערד.) איינפאלנס, אינעם בוך ברענגט ער א אנדערע שטודיע פון 1993 וואס האט געפונען אז מענטשן אהן קיין רעליגיעזע אפיליאציעס האבן א העכערע אויסשטעלונג צו דעפרעסיע, און דאס ווערט באשטעטיגט דורך אריבער 147 אינדעווידואלע פארשונגען.
עניוועי, צייט פאר טועמיה, און דאס איז נישט אימפירקעל נאר וועט באשטעטיגט ווערן דורך די לאַבאָראַטאָריע פון מיינע טעסט-באָדס.
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:51 pm
דורך שבת אחים
ברענגסט נישט קיין שום ״סייענטיפישע ריסערוטש״ אז מענשטען וואס זענען רעליגעז זענען גליקליכער.
דעס איז אלעס פרייוואטע מיינונגען און ביכער.
פון נעמסטו אז עוועלאציע איז א טעיאריע? דו טשערי פיקסט וואס דו ווילסט ס׳זאל זיין אמת און וואס נישט?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:13 pm
דורך שלום על ישראל
געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (
זעה וויקיפעדיע)
וויאזוי קומסטו זאגן אז איך האב דיר נישט געברענגט קיין ריסערטש? Psychology Today איז א הויך-רעספעקטירטע דזשארנאל, לעב-טיימס אויך. טיים מעגעזין איז גענוג פראגרעסיוו? די לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס איז די העכסטע אוטאריטעט פון די סארט שטודיעס. האסט געבעטן "א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש" לייען און קליק די אלע וואס איך האב געברענגט.
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:14 pm
דורך שבת אחים
פאר מיר איז די גרעסטע ראי׳ אז סאיז נישט אמת אז רעליגעזע מענשטען זענען מעהר גליקליך און צופרידן, קוק נאר וויפל מענשטען האבן אפגעלאזט רעליגע זייט 1990, אין אמעריקע אליינס האבן אזא 25 מיליאן מענשטען אפגעלאזט זייער רעליגע און טראדיצענאלע וועגן, אין אייראפע איז די נומבערס אסאך העכער, אויב וואלט געוועהן אמת אז ״פאר יעדעם״ איז בעסער רעליגע וואלטן נישט אזויפיל מענשטען אפגעלאזט רעליגע!
סאיז זיכער דא מענשטען וואס ציען צו רעליגיע, קאנסערוועטיזים, סטרוקטשער, פאמילע וועליוס, ספירוטשעלטי וכו׳ און די וועג איז זיי בעסער אין לעבן און ס׳מאכט מעהר סענס פאר זיי, איז אבער נישט קיין כלל אז פאר א יעדעם איז דעס גוט סאיז דא אסאך מענטשען וואס האלטן אז פאר זיי איז בעסער צולעבן ליבעראל און פריי פון רעליגע, און סאיז זיכער נישט אז אלע מענשטען וואס זענען רעליגעז זענען מעהר גליקליך און צופרידן אין זייער לעבן, יעדער איז אנדערש!
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:16 pm
דורך שבת אחים
שלום על ישראל האט געשריבן:געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (
זעה וויקיפעדיע)
וויאזוי קומסטו זאגן אז איך האב דיר נישט געברענגט קיין ריסערטש? Psychology Today איז א הויך-רעספעקטירטע דזשארנאל, לעב-טיימס אויך. טיים מעגעזין איז גענוג פראגרעסיוו? די לעגאַטום פּראָספּעריטי אינדעקס איז די העכסטע אוטאריטעט פון די סארט שטודיעס. האסט געבעטן "א לינק פון סייענטיפישע ריסערוטש" לייען און קליק די אלע וואס איך האב געברענגט.
נאכאמל, קיין איינע פון די זאכן זענען נישט סייענטיפיקלי פראווען, סאיז אלעס מיינונגען... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:17 pm
דורך שלום על ישראל
שבת אחים האט געשריבן:... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!
אזוי? כ'מיין ס'איז נאך שטערקער.
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:25 pm
דורך שבת אחים
שלום על ישראל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:... שטודיעס איז נישט קיין אימפירקעל סייענס!
אזוי? כ'מיין ס'איז נאך שטערקער.
פארוואס? דו ווייסט וויאזוי שטודיעס ארבעט?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 3:35 pm
דורך שבת אחים
שלום על ישראל האט געשריבן:געוויסע חלקים פון די ווארט "עוואלאציע" איז באשטעטיגט, אבער די חלק ה'עוואלאציע וואס שטאמט פון מאלפעס איז נישט באשטעטיגט אלס א פאקט. (
זעה וויקיפעדיע)
ווען די וואלסט יעצט געזעהן דיין אור אור עלטער זיידע, 19,000 דורות ארויף וואלט ער אויסגעקוקט מעהר ענדליך צו א מאלפע ווי א מענטש, זיי האבן געוואוינט ווי חיות אין וואלד און זיך אויפגעפירט ווי חיות אן קיין טראפ מענשטליכקייט און וויסענשאפט אין זיי.
פון ווי ווייס איך עס? כהאב עס געליינט אין א שטודיע פון די טיימס מעגעזין, און אין עפעס א בוך וואס איך גלייב זייער שטארק דערניען וואס לויט מיר איז עס אימפירקעל סייענס
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 4:17 pm
דורך שלום על ישראל
שבת אחים האט געשריבן:פארוואס? דו ווייסט וויאזוי שטודיעס ארבעט?
מער ווייניגער. מען רעדט צו לעבעדיגע מענטשן, היינטיגע צייטן, נישט מ׳כאפט אהן א שטיקל פאסיל און מ׳שאצט מיט קארבאן דעטינג וואס קען נישט פאקטיש איבערגעוויזן ווערן (ווייל די חכמה איז נאכנישט אזויפיעל יאהר ווי די שטודיע).
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 8:26 am
דורך מאיר הערש
שלום על ישראל האט געשריבן:מאיר הערש האט געשריבן:און וואס איך האב געפרעגט נעכטן, זענען די פאניטעיל-שטריימלעך חברה אויך פון אייער OTD גרופע אדער זיי מאכן שבת פאר זיך? זיי רעדן א היימישע זאפטיגע אידיש אבער צו וועלכע גרופע בעלאנגען זיי?
דער ערשטע מאל כ'הער פון אזא פענאמענאן. אקעי, די צווייטע (נעכטן די ערשטע).
פרטים? ווי זעהט מען דאס?
מען האט זיי געזען אין א"י אין צפת און אין ירושלים מיט די גאנצע שמונה בגדים און ווי איך האב געשריבן רעדן זיי א גוטע היימישע אידיש. אז ווייניג מענטשן ווייסן פון זיי זענען זיי אפשר נאר א קליינע גרופע.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 9:03 am
דורך מאיר הערש
שבת אחים האט געשריבן:אבער נאכאלץ איז מוראדיג שווער צו באמת וויסן אויב זיי זענען גליקליך און צופרידן.
סאוסייד איז א קליניקל דיפרעשאון וואס זייער אסאך מענשטען אויף די וועלט ווערן געבוירן מיט דעם
א נארמאלע מענטש וועט נישט זיין גליקליך אויפ'ן חשבון פון א צווייטן, חוץ טאמער ער איז היי...
ווי קען א מענטש זיין גליקליך און האבן אן אמת'ע שמחת החיים ווען מען ווייסט אז די עלטערן וויינען און קלאגן נאך זיי אן אויפהער? די גילטי קאנשענס פון די אפגעפארענע רייסט דאך שטיקער פון זיי [פון די אטד'ס] טאג און נאכט - וואס טאקע ברענגט א סך פון זיי צו נעמען זייער לעבן - און זיי גיין אונז נאך אריינבאבקן אז זיי זענען גליקליך? באלויני!
סאוסייד איז טאקע א קליניקל דיפרעשאון וועגן דעם קען מען פארשטיין פארוואס אזוי פיל קליניקל דיפרעסט גיין אראפ פון וועג ל"ע און דאן נעמען זיך זייער לעבן. אלע דיינע פשט'לעך פון סייענטיסטס שמייענטיסטס זענען גארנישט ווערד ווי די פאקטן וואס ווייזן קלאר. "רעשיו-ווייז" זענען נאר א קליינע פערסענט פון פרומע אידן וואס האבן זיך גענומען זייער לעבן און צוגלייך צו די גרויסע פערסאנט וואס האבן זיך גענומען זייער לעבן פון די וואס זענען אראפ פון אידישן וועגן ל"ע. און דו ווייסט דאס גאנץ גוט.
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 9:34 am
דורך טאמבל סאס
נע, אברך משי האט בעסער געטויגט
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 11:14 am
דורך שבת אחים
ווער האט געליינט די ארטיקל אין די פארוועטס וועגן פייגי געלבשטיין?
http://forward.com/news/national/344500 ... ar-brookl/
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:09 pm
דורך mevakesh
איך האב עס יעצט געלייענט איך קען איהר נישט אבער איך קען איהר ברודערקע
Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 2:22 pm
דורך א איד
ווער איז איר ברודער?
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 2:35 pm
דורך מאיר הערש
א איד האט געשריבן:ווער איז איר ברודער?
בעסער דו ווייסט נישט. קען זיין ס'זענען דא נאך געשוויסטער אבער צוויי קינדער (זי מיט א ברודער, האפנטליך נישט מער) האבן נעבעך גרויס צער געברענגט פאר די עלטערן, כלל ישראל און רבש"ע.