נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 8:06 am
ווען מ'געוואוינט זיך צו צו א געוויסע מצב, מיינט מען אז נאר אזוי קען עס זיין. דער ישועה אינ'ם לאגער איז געווען אז דער דייטש זאל געבען נאך א האלבע שטיקעל ברויט, טראכטען וועגען א ישועה שלמה איז נישט מעגליך. אזוי אויך מיינען מיר אז מ'דארף וואוינען אין וומסב"ג (ב.פ, מאנסי, לעיקוואוד ועוד) ווייל דארט זענען דא עסקנים וואס מאכען מוסדות פאר אונזער קינדער.
דערווייל, ווי אויבען געשמועסט, מוסדות ווערען לויט'ן נויט. ווען מענטשען דארפען עס האבען, איז עס גאנץ נישט לייכט אבער דורכפירבאר, מ'טרעפט ביי זיך כוחות וואס מ'ווייסט נישט מ'האט און ס'ווערט געבויט. ס'איז דא גענוג יונגעלייט צו ווערען מלמדים, מ'קען זיך אנפרעגען עצות ביי מענטשען וואס האבען שוין געטוהן אין דעם, ס'איז נישט אינדערויסען פון דער מציאות.
אבער נאך מער ווי דעם. דער גאנצע נויט פאר מוסדות איז א מאדערנע ערשיינונג. פארצייטנ'ס האט מען פארשטאנען אז מ'דינגט א פריוואטע מלמד, און דער וואס האט געהאט געלט אדער מסירות נפש פאר חינוך האט צוגעצאלט פאר א קלענערע כתה פון זעקס אדער זיבען תלמידים. דער גאנצע מציאות אז יעדע מוז זיין אין א קלאס ווייל אן דעם קען מען נישט לעבען אינ'ם געזעלשאפט איז א חלק פון די פראפאגאנדע וואס פארטייפיהרער'ס האבען אונז דערשטיקט דערמיט כדי אנצוהאלטען זייער מאכט.
אוודאי איז דאס אסאך טייערע, אבער קוק אריין אין דער חילוק פונ'ם לעבען אין א גרויסע שטאט ווי א קליינער שטאט. וויפיל געלד שווענדסטו יעדער ערב שבת אויף געבעקס וואס גייט אין מיסט? וויפיל קויפסט צוקערלעך מיט טשאקאלאדע'ס פון די אלע געשעפטען אין יעדער ווינקעל וואס איז אדער נישט געזונט אדער גייט עס אין מיסט אריין? וויפיל קאסט דיר די אלע טעי"ק או"ט וואס מ'קויפט 'ווייל ס'איז דארט און איך בין הונגעריג' וואס אין א קליין שטאט קענסטו שפארען? וויפיל דאפרסטו באצאלען אויף באקליידונג פאר דיר דיין ב"ב און קינדער ווייל אזוי פאדערט דער מאדע און מיין משפחה מעג נישט זיין 'יאנטשי' וואס טוישט זיך יעדער פאר מאנאטען? אין א קליין שטאט האלטען די אלע זאכען צוריק מיט יארען. ס'איז נישט כדאי צו אינוועסטירען אין א קליינע ציבור.
מאך דער חשבון און ס'וועט בלייבען גענוג געלד צו געבען אויפ'ן חינוך פון אונזער קינדער, גענוג אויף צו בויען בתי מדרשים ישיבות און כוללים כדי מ'זאל לעבען אן ערליכע אידישע לעבען. מ'וועט זיך אויסטרעפען אז די 'ווענט' אויף וואס מ'האט זיך אנגעליינט האבען גאר זיך אנגעליינט אויף אונז.