בלאט 5 פון 9
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 3:54 pm
דורך גאלד
בערל וויין רעדט וואו דער גלח אין תיפלה רעדט פון די בייבל
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 3:56 pm
דורך נאטירליך
גאלד האט געשריבן:בערל וויין רעדט וואו דער גלח אין תיפלה רעדט פון די בייבל
סתם געשאסן
נ.ב. איך האב פארגעסן צו צולייגן אז ער וואוינט נישט אין וויליאמסבורג......
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל האט געשריבן:שטעל דיך פאר איינער וועט אפשרייבן אין 100 יאר ארום די היסטאריע פון די סאטמארע מחלוקה און ער וועט נאר שרייבן לויט וואס ער ליינט אלטע היסטארישע דאקומענטן פון דער בלאט וואספארא @היסטאריקער איז ער ?
ניבא ולא ידע...
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט די גאנתע קשיא אויף הרב שך. האסט דען געמיינט אז יעדער איינער האט א רעכט צו א מיינונג און אפילו ווען אנדערע פאלגען איהם און ער האט א כאריזמא וואס מאכט אז מ'זאל איהם נאכגייען הגם ער איז נישט ראוי, דארף מען שווייגען? דאס איז אן אמעריקאנער גלויבונג פון דעמאקראטי"ע נישט קיין אידישע. ווען הרב שך דינגט זיך אויף איינער און וויבאלד ער האלט יענער איז נישט גערעכט ממילא פארפיהרט ער אז יענער טויג נישט און איז 'פארכאפט' וכו', האסטו א טענה. ווייל ער זאגט עפעס נישט ריכטיג ממילא איז דער גאנצע מענטש פסול? אבער ביים ליובאוויטשער רבי האט ער געהאלטען אז דער גאנצע זאך האט נישט געטויגט, דער מהלך זיינער, די קוואליפיקאציע"ס צו זאגען דעות, און וואס ס'ליגט באמת אונטער זיין דעות. פאר דעם איז הרב שך דער אדם גדול שבענקים און מיר קליינער מענטשען וואלטען געווען נעריש צו זאגען א דעה אין א זאך וואס מיר האבען נישט דער אינפארמאצי"ע. ביי הרב שך'ס אנדערע מערכות, הגם ער האט זיך שטארק אויסגעדרוקט, אבער נישט אז דער גאנצער מענשט איז פסול, נאר זיין שיטה. בשעת דער מחלוקת איז הרב גריינעמאן טאקע געווען פסול, אבער נאך דעם פארשטייט מען אז ער איז א גרויסע אדם גדול און א תלמיד חכם מופלג. אפשר האט מען נישט מקבל געווען זיין הנהגה, אבער אן אדם גדול איז ער געבליבען. אבער ווען הרב שך האט פארשטאנען אז דער ליובאוויטשער רבי איז נישט קיין מענטש צום טיש, און זיין דעה איז נישט אויסגעהאלטען אין קיין שום זאך נישט, איז דאס א פסק פון א ת"ח און ס'איז נעריש צו פרעגען 'ווי איז זיין רעכט אזוי צו טוהן?' ער איז געצווינגען פון זיין פארשטאנד אז אזוי מוז זיין. נאר איינער וואס פארשטייט אז אלס איז נגיעות פרעגט 'ווי קענסטו האבען א נגיעות קעגען אזא גרויסע מנהיג?' דער וואס פארשטייט אז ריכטיג האט נישט קיין נגיעה פרעגט נישט אזוי.
אבער סאטמאר איז פארקערט. ס'איז נישט דא קיין קנה מדה פון אן אדם גדול, נאר דער וואס איז מסכים צו מיר. ווען זיי בארעדען א טשעבינער רב, איז דאס נישט ווייל זיי האבען עפעס א סבה צו גלויבען א טשעבינער רב טויג נישט. נאר ווייל זייער שיטה דארף זיגען דארף מען זאגען ליגענט פאר זייער קינדער און בארעדען גדולים וענקים.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:19 pm
דורך נאטירליך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
מורינו הרב על מה אתה מבסס את זה?? און אדרבה ווער איז בעסער פון אים אין אידישע היסטוריה (פון א חרדישע point of view)? כ'מיין פון אים קען מען באקומען גאנץ א גוטע און פונקטליכע overview אויף jewish history ניט וואר?
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גאנצל האט געשריבן: יא קעגן הר' שטיינמאן שרייבט ער געפערליך דאס איז וועגן זיין ליכטזיניקייט און די גיוס אישו צו ער איז גערעכט ? יא! מיין מיינונג ווייל דאס האט קלאר מיט קיין שיטה ס'האט מיט לייכטזיניקייט און אידישקייט
דאס אליינס אז פון אפאר האלבע מימרות האט מען געמאכט א גאנצע מגילה קעגען הרב שטיינמאן איז דער שקר פון דיין פארטיי. דו קענסט איהם נאר פון די כתבים פון די ליידיגייער'ס פון ירושלים, וביודעי ומכירי קאמינא. דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס, ואוס איך האב געקענט פערזענליך ווען איך האב געלערנט אין ירושלים. און שטייען גרייט צו בארעדען א איד אן אדם גדול און א ת"ח בלויז פון האלבע שמועות, וואס איז נסתר פון דער מציאות, קען נאר קומען פון א לייכטזיניקייט צו אמת.
שטעל זיך פאר א איד וואס איז זיך מסגף יארען לאנג און נעמט נישט גארנישט פון עוה"ז, און אויף א קול עלה נדף, א מעשה מיט א נחל חרדי וואס האט אפגעראטעוועט טויזענטער בחורים פון גייען אין מיליטער, וואס איז א המשך פונ'ם ריינעם דעת תורה מאז דער חזו"א ודעימיה אז מ'דארף ראטעווען בני ישיבה פאר אלעם, און מ'טאר נישט מסכן זיין די בחורי הישיבה אויף צו קענען צוריק האלטען 'אלע חרדים' פון גייען אין מיליטער, כמבואר לכל מי שרוצה לידע האמת. און אפילו איינער פארשטייט נישט ווי איהם, פאר דעם ווערט עס א לייכטזיניקייט צו אידישקייט?
שטיץ דיין פארטיי ווייטער אז דו ווילסט, אבער רוף עס נישט אן אמת ביטע. באלד וועט מען הערען דער פתגם הויך און קלאר 'איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער'. דעמאלס וועט מען וויסען אז דער תורה האט געזיגט.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאטירליך האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
מורינו הרב על מה אתה מבסס את זה?? און אדרבה ווער איז בעסער פון אים אין אידישע היסטוריה (פון א חרדישע point of view)? כ'מיין פון אים קען מען באקומען גאנץ א גוטע און פונקטליכע overview אויף jewish history ניט וואר?
הרב שלמה רוטנברג זצ"ל. און אפילו ווען ס'איז נישט דא, בלייבט ער נישט דער מ"ד דערוועגען. אין זיין ביכער איז קענטיג זיין אגענד"א, גראדע נישט קיין שלעכטע דוקא, אבער פארט אן אגענד"א. ס'שמעקט פון די טפשות וואס מ'הערט ביי אגודה קאנווענטשענ"ס פון 'בארימטע עסקנים' וואס א סיום הש"ס אין דער נייעס איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:52 pm
דורך נאטירליך
אינו דומה תולדות עם עולם לבערל וויין, תולדות עם עולם איז בכלל נישט קיין היסטערי עס איז נאכגעקאפיעט לשון הפסוקים וכו' בערל וויין גיט זייער א גוטע overveiw אויף היסטוריה אויפן מצב הדור אויפן בילד ארום,
אויף זיין אגענדע, איך פארשטיי אז ער איז נישט דיין טעיסט אבער פארט איז ער נישט קיין ליגנער אדער מסלף. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט ער קען נישט היסטוריה, זיי מער מסביר ביטע
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק יעצט נישט מיין אלע טענות, אבער ער איז, אדער האט, א גוטע שרייבער טאקע, אבער דער גאנג זיינער איז קטנות'דיג און ס'איז דער פארטיי רעדעכץ. דער וועלט איז געווען זייער דעפרעס"ד וועגען ש"צ און דער בעש"ט האט געהויבען דער מוט פון כלל ישראל. בחורים אין ישיבות זענען פארכאפט צו השכלה ווייל ס'האט זיי געגלאנצט די שיטות און אפיקורסות, נישט די תאוות. אזעלכע סארט מימרות אן קיין ראיות, נאר וואס נערישע חדר יינגלעיך גלייבען. איך געדענק נישט צו די אלע מימרות זענען דארט, אבער דער שטייגער.
אז מ'ליינט גרונטליך היסטאריא פון תשובות און מקורות, למשל דער טיילונג אין אונגארען. מ'קען זען די חילוקי דעות צווישען די גדולי עולם פון יענער דור. וואס דער מהר"ם שיק האט עכט געהאלטען פון אלע פרטים פונ'ם טיילונג. וואס דער חת"ס האט יא געזאגט און געהאלטען און וואס נישט. פון די אלע זאכען זעט מען אסאך פרטים און nuance וואס מ'זאגט אונז נישט אלס קינד. די זאכען האט וויין בכלל נישט. אז מ'וויל אן אויבערפלעכליכע בליק, ווען דער האט געלעבט און ביי וועמען האט יענער געלערנט, איז ער אפשר גוט. אבער פארשטייען סבה ומסובב קען ער בכלל נישט.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:18 pm
דורך נאטירליך
איך קען אים בעיקר פון זיינע טעיפס איך האב געהאט אינגאנצן אן אנדערע impression אויף אים, אבער איך בין מסכים אז ער איז נישט קיין חוקר, למשל ער האט נישט כפי ידיעתי קיין שום אייגענע מיינונג, ער ברענגט בעיקר שיין צוזאם, ער איז מער סיני ווי עוקר הרים
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:22 pm
דורך חאצקעל שניידער
כפלעג אויך הערן אסאך זיינע שיעורים און כווייס אז ער לייגט צו אסאך אייגנס נישט נישט מעשיות נאר הסברים
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:28 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן: יא קעגן הר' שטיינמאן שרייבט ער געפערליך דאס איז וועגן זיין ליכטזיניקייט און די גיוס אישו צו ער איז גערעכט ? יא! מיין מיינונג ווייל דאס האט קלאר מיט קיין שיטה ס'האט מיט לייכטזיניקייט און אידישקייט
דאס אליינס אז פון אפאר האלבע מימרות האט מען געמאכט א גאנצע מגילה קעגען הרב שטיינמאן איז דער שקר פון דיין פארטיי. דו קענסט איהם נאר פון די כתבים פון די ליידיגייער'ס פון ירושלים, וביודעי ומכירי קאמינא. דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס, ואוס איך האב געקענט פערזענליך ווען איך האב געלערנט אין ירושלים. און שטייען גרייט צו בארעדען א איד אן אדם גדול און א ת"ח בלויז פון האלבע שמועות, וואס איז נסתר פון דער מציאות, קען נאר קומען פון א לייכטזיניקייט צו אמת.
שטעל זיך פאר א איד וואס איז זיך מסגף יארען לאנג און נעמט נישט גארנישט פון עוה"ז, און אויף א קול עלה נדף, א מעשה מיט א נחל חרדי וואס האט אפגעראטעוועט טויזענטער בחורים פון גייען אין מיליטער, וואס איז א המשך פונ'ם ריינעם דעת תורה מאז דער חזו"א ודעימיה אז מ'דארף ראטעווען בני ישיבה פאר אלעם, און מ'טאר נישט מסכן זיין די בחורי הישיבה אויף צו קענען צוריק האלטען 'אלע חרדים' פון גייען אין מיליטער, כמבואר לכל מי שרוצה לידע האמת. און אפילו איינער פארשטייט נישט ווי איהם, פאר דעם ווערט עס א לייכטזיניקייט צו אידישקייט?
שטיץ דיין פארטיי ווייטער אז דו ווילסט, אבער רוף עס נישט אן אמת ביטע. באלד וועט מען הערען דער פתגם הויך און קלאר 'איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער'. דעמאלס וועט מען וויסען אז דער תורה האט געזיגט.
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] עס שטאמט פון ערליכע געהויבענע אידן דאס ווידערשטאנד קעגן ר שטינמן הגה''ק רבי בנימין זצ''ל האט גערעדט קעגן דעם מענטש פערסענלי ווייל ער האט מיטגעהאלטען ווי דער ר שטינמן ארבעט אויס א גאנג ווי פארשיקן בחורים חרדים אין צבא זאל ווערן א מציאות
יעדער סאטמארע איד וואס האלט אז דאס אנקניפען זיך אין ציונות דורך זייער געלט און כבוד וואס מען נעמט בא זייברענגט אן א חורבן פאר די חרדישע אידן אין ארץ ישראל
האט הינדערט פראצענט דאס רעכט צו האלטן אז דאס וואס אזא סארט מענטש ווי ר שטינמן זיצט היינט אויף אזא הויכע פאזיציע ווי אלע פארטייאישע צייטונגען און גדעלים זענען גרייט אז די גאנג פון שיקן בחורים חרדים אין צבא זאל ארבעטן און קיינער זאל נישט שטיין אין וועג פאר ר שטינמן
קומט זייער קלאר פון דעם וואס מען האט יארן לאנג קאלאבערירט אינעם בית עבודה זרה די כנסת המינים יד ביד מיט די אפיקורסים
@ליטוואק אז די ווילסטער דינגען קענסטער דינגען
אבער א סאטמארע חסיד און נאכפאלגער פון רבינו יואל זצ''ל האט די הינדערט פראצענטיגע רעכט צו גיין מיט די גאנג
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט פלוידערען וואס פארא מיינונג דו ווילסט, מיט וואס פאר א שרעקעדיגער ווערטער דו ווילסט, אבער ס'האט גארנישט מיט א לייכטזיניקייט אין אידישקייט. רוב גדולי ישראל האבען געהאלטען אז מ'דארף זיך שלאגען מיט די ציונים און זייערע פלענער צו שטערען שמירת התומ"צ, נישט שטייען אין דער זייט בבלע את הקודש, וואס דאס איז כולל גייען אין זייערע מויערען להוציא יקר מזולל צו ראטעווען וואס מ'קען. דאס איז נישט געקומען פון א לייכטזיניקייט אין אידישקייט, און הרב שטיינמאן איז נישט אנדעריש, באופן כללי, פון זיין פארגייער'ס אין דער געביט.
און דער וואס מאכט עס פערזענליך קעגען זיין אידישקייט, ווען ער האט זיך נישט באמיט צו זען ווי זיין אידישקייט קוקט אויס, האט א לייכטזיניקייט צו אמת.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:55 pm
דורך איש את רעהו
ר שטינמן איז א מענטש וואס מען האט פערזענליך אים אנגעגריפן
די גדולי רבנים וואס האבן געזען די חורבן פון ארבעטן שלובי יד מיט די מינים אינעם בית עבודה זרה האבן נישט אזוי אנגעגריפען פערזענליך דעם גדול ווי רב שך ז''ל און אנדערע גרויסע רבנים פון אגודה דגל
פאר א סיבה האבן נאר די מיטארבעטער מיט די פלאן פון מגייס זיין בחורי הישיבות לדוגמא די בעלזאער און ר שטינמן זוכה געווען צו פערסענעל אנגריפן
די סיבה איז א פשוטע
זיי זענען מוסר בחורי ישראל לשמד השלטון
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:59 pm
דורך איך אויך
טיפיקל ס''ח דעמאגאגישע רעטאריק.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:05 pm
דורך איש את רעהו
אה
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך דארף צו לייגען צו די ווערטער
קוד: וועל אויס אלע
דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס,
. איך מיין די מענטשען און זייער זיידע'ס, ודו"ק.
דיין הגה"ק זצ"ל באשטייט נאר פון דעם אז ער האט ווידער געשטימט מיט דיר, נישט ווייל דו האסט עפעס א נאז אויף אן ערליכע איד. ווען ער האט געהאט א מטה בחירות ביי זיך אין שטוב אין נייטין הייזער האסטו אויך איהם אנגעקוקט אלס 'הגה"ק', צו נאר נאכ'ן נעמען ארבעט ביי ר' אהרל'עך איז ער אזוינס געווארען.
ווי טרעפט מען נאך א [tag]נאר,, פרייליך[/tag] אויף אזעלכע שלעגערייען
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:13 pm
דורך איך אויך
דאס איז דאך דער גאנצע יסוד על רגל אחת די חילוק צווישן סאטמאר און כלל ישראל.
איבעראל אויב איז יענער א הגה''ק בלייבט ער אזאנס צו ער איז מסכים מיט דיין אגענדע צו נישט ,ווידער אין סאטמאר ברצותו מגבה וברצותו משפיל אלעס געוואנדן צו ער האלט פונעם שיטה הק' און אז דער רבי איז געווען דער גרעסטער/ערליכסטער/הייליגסטער/גערעכסטער וכו. מאז בריאת העולם ועד תשל''ט.
אבער לטוואק , עס איז באמת אוממעגליך צו פארלאנגן פון א סאטמארע כל ימיו דאס צו פארשטיין ,עס איז א פארט פון זייער די. ענ. עי.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:17 pm
דורך איש את רעהו
איך אויך האט געשריבן:דאס איז דאך דער גאנצע יסוד על רגל אחת די חילוק צווישן סאטמאר און כלל ישראל.
איבעראל אויב איז יענער א הגה''ק בלייבט ער אזאנס צו ער איז מסכים מיט דיין אגענדע צו נישט ,ווידער אין סאטמאר ברצותו מגבה וברצותו משפיל אלעס געוואנדן צו ער האלט פונעם שיטה הק' און אז דער רבי איז געווען דער גרעסטער/ערליכסטער/הייליגסטער/גערעכסטער וכו. מאז בריאת העולם ועד תשל''ט.
אבער לטוואק , עס איז באמת אוממעגליך צו פארלאנגן פון א סאטמארע כל ימיו דאס צו פארשטיין ,עס איז א פארט פון זייער די. ענ. עי.
הער נאר וויאזוי די צד שכנגד פון ר שטינמן רעדט איבער אים
אדער הער נאר וויזוי די צד שכנגד פון די בעלזאער די מאכניווקער רעדן איבער אים
גדעלים וואס האבן געהאלפען אדער העלפן צו צי שמד איז אין עצה ואין תבונה נגד ד', מען איז נישט חולק כבוד
קוק נאר צוריק אין אייער חסידות וויאזוי מען האט גערעדט בתקופת המאור הגדול צדיק יסוד העולם הגה''ק רבי ישכר דוב זצ''ל קעגן מהרסי ומחריבי הדת.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא טאקע? וויאזוי האט הרב משה שמואל שפירא זצ"ל גערעדט וועגען איהם? וויאזוי רעדט נאך היינט הרב שמואל אויערבאך שליט"א וועגען איהם?
דיין 'הגה"ק'ער און זייערע אלע אייניקלאך זענען ווייט פון א 'צד שכנגד' זיינער, און די ערליכע אידען וואס האלטען אנדעריש פון איהם אין נחל וכדו' האבען קיינמאל נישט געזאגט אז זיינס קומט פון א לייכטזיניקייט אין אידישקייט. דאס קומט פון מנשה סופר און נאך אזעלכע 'בני פלוגתא' פון הרב שטיינמאן.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:31 pm
דורך איש את רעהו
צד שכנגד איז די וואס שלאגן זיך קעגן די גזירת הגיוס
און יא די אידען דייקא די ליטווישע פירער ביי פלג הירושלמי רעדן זייער אפען נגד ר שטינמן ליין אביסל פורום אברכים פון די פירער פון פלג הירושלמי.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:34 pm
דורך איש את רעהו
דאס איז די שפראך ביי די וואס זעהן מיט די אויגן די חורבן וואס ווערט אנגעמאכט מגייס צו זיין בחורים אין צבא
די וואס דעקן זיך צו די אויגן מיט א שלייער און שרייען קדוש קדוש אן וויסן בחייכון פארוואס זאלען זיי רעדן אויף אים?
דאס איז אלס געווען ביי שבתי צבי אויכעט און ביי אלע גרויסע כוכבים וואס האבן פארפירט אידן, כל זמן מען האט זיך פארשלייערט די אויגן איןגעגאנגען ככסיל בחושך האט מען געשריגן קדוש קדוש
ווען מען האט געזען אביסל וואס דער יעניגער טוט האט מען אים מוקיע געווען בשער