מסעות ד'שש משזר.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

ביי בר ששת'ן אינדערהיים – סוף.

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייטער האט ער מיר געפרעגט איבער די 'הדרת נשים' אויף די באסעס אין ארץ ישראל. דארט האב איך ממש אויפגעשאסן: א חוצפה פון א טענה, משום מה איז דאס געלונגען אריינצוברענגען אין די 'שיח ציבורי' אז די חרדים פארשקלאפן און דערנידערן זייערע ווייבער. כ'האב אים געפרעגט צו די אלע מעשי אונס וואס קומען פאר אין ארץ ישראל קומען פאר ביי די חרדים אדער ביי די חילוני'שע קהל'ס פארזארגערס פאר 'הדרת נשים'. דערנאך האב איך אים געפרעגט צו ער האט שוין בייגעוואוינט אמאל אז א חרדי זאל באהאנדלן זיין ווייב ערגער פונעם חילוני, און צו דער עוורידזש חרדי האט שוין אמאל 'בוגד' געווען [-גע'טשיד] אין זיין ווייב און דאס זעלביגע מיטן חילוני. איי פארוואס מיר מאכן א באזונדערע ווייבער שול אין באס, איז פשוט אז דאס איז סך הכל נאך איין אמצעי אז די צוויי דזשענדערס זאלן האבן וואס ווייניגער שייכות איינער מיטן צווייטן, ווייל וואס נענטער – אלס מער שמוץ וועט פארקומען. נישט נאר דאס, נאר די גאנצע מושג פון 'הטרדה' קומט זעלטן פאר אדאנק די צעטיילטע זיצן.

האט ער מיר געפרעגט איבער דעם וואס מ'שיקט די פרויען אין די 'בעק', פארוואס זיצן זיי נישט אינדער'פראנט. האב איך אים געזאגט אז 'וואס איז מיט הדרת אנשים'?... אבער אמת'דיג, די סיבה פארוואס זיי גייען אין די בעק איז פשוט, וויבאלד זיי האבן געווענדליך די פיצלעך מיט זיך, און דאס קומט מיט מיט קערידזשעס, און סתם אזוי טפיהם תלוים עליהם, ממילא אנשטאטס בלאקן די גאנצע באס פון אנהייב גייען זיי אין די בעק. נאך א נקודה, ווען א פרוי זיצט אין די פראנט און מענער דארפן כסדר אדורכשפאצירן די זיצן פון די פרויען, דעמאלס איז ווייטער דא א שטיקל פראבלעם פון זען פרויען, און כאטש אויב איינער וועט לכבוד דעם 'רעיפן' א פרוי ווייזט דאס אויף א משוגענער, אבער פארט אלס הרחק מן הכיעור און כדי נישט צו האבן מחשבות זרות איז אלס בעסער נישט צו דורכגיין אלע פרויען. און צום לעצט האב איך אים געפרעגט, צו ער האט אמאל גערעדט מיט חרד'ישע פרויען און געפרעגט צו זיי שפירן זיך געטראפן פון די אזוי גערופענע 'הדרת נשים', אדער דאס איז סך הכל א מיטל פאר פרייע פאליטישאנס צו אנקעסירן נאך צוויי זיץ-פלעצער אינעם כנסת דורכן האקן אויף די חרדים'ס לעבנסשטייגער.

דערנאך האט ער מיר געפרעגט איבער די 'מוחים' פון ירושלים, אנטקעגן חילולי שבת, מצעד הגאוה, קברים, וכו'. זיי ווארפן שטיינער און פארברענען פחים [-גארבעדזש קענס], ווער זענען זיי? קיין טראפ כבוד פאר א צווייטן און זיין לעבנסשטייגער?! האב איך אים געזאגט אז מער פון וויפיל ער האט זיי פיינט, האב איך זיי פיינט. נישט ווייל איך בארעכטיג די חילולי שבת וכדומה, נאר ווייל איך האלט אויך אז דער חילוני וואס איז נישט ערצויגן געווארן אין א חרד'ישן שטוב האט נישט דיין געפיל, פארשטאנד, צו די מושגים ווי חילול שבת, און דאס וואס די חיות רעות פירן זיך אויף ווי שלעגערס טוט מיר מער וויי ווי אים, ווייל סוף כל סוף באשמוצט דער פרייער מידיא די 'פרומע' און נישט די פאר ליידאקעס אלס ליידאקעס. הכלל, האב איך אים געזאגט, קום אריין אין בני ברק, ביתר, מודיעין עילית, וכו', און דו וועסט זען אז די אלע שטיינער ווארפעריי איז לא יזכר ולא יפקד, און דאס האט גארנישט מיט די חרד'ישע געזעלשאפט אלס א כלל.

[center]***[/center]

מיר האבן נאך לאנג פארברענגט און געשמועסט, ער האט מיר אויסגעפרעגט איבער מיין לעבן, און ער האט מיר דערציילט איבער זיין לעבן און די נחת פון די קינדער זיינע, געוויזן בילדער פון זיין לעבן און זיינע קינדער ['דער' וואוינט אין אסטראליע, און 'דער' זעט אויס פונקט ווי די פלונית'טע...], ואטו כי רוכלא ליחשב וליזול.

ווייטער האט ער מיר געוויזן נאך עפעס אין זיין הויז: אויב זיינע מאלונגען זענען נישט געווען גענוג, אויב זיין רייכע קאריערע אין צבא האט נישט גענוג צוגעלייגט, אויב זיין הערליכע הויז האט נישט אוועקגעשטעלט א חותם, איז דאס זיכער געווען גענוג איבערצואוועגן דעם וואגשאל לכף זכות... נעמליך, ער מאכט אליינס היימיש געמאכטע 'מלפפון חמוץ' [-סאוער פיקעלס], אפילו פיקעלד טאמעיטאס, פיקעלד עגפלענטס, מייערן, כרוב [-קרויט], און 'זיתים'. ער שטעלט אליינס צאם 'סלטים' אינדערהיים מכל טוב וטוב, און ער איז בכלל א גוטער קעכער [כ'האב אים געזען צוגרייטן מאכלי שבת].

ער האט אין זיין שיינעם פעלד ביימעלעך פון בשמים, און פון טיי בלעטער, נישט סתם טיי, נאר בטעם 'לימון', און נאך געוויסע גאר ספעציעלע טעמים. ער האט מיר אויסגעריסן אפאר בלעטער און געריבן און מיר געגעבן צו שמעקן, און דערנאך מיר געגעבן אפאר בלעטער צו נוצן פאר א טיי. אויב תרומות ומעשרות וואלטן נישט געווען א פראבלעם, איז אבער דער שנת השמיטה זיכער געווען א פראבלעם, און כ'האב אים דאך גארנישט געקענט זאגן, סאו כ'האב געווארט ער זאל אוועקקוקן און כ'האב עס שנעל אריינגעווארפן צווישן זיינע ביימעלעך... בקיצור, אלס פרייער לעבט ער זייער א געשמאקע לעבן, כמעט א 'מושלם'...

נאך א רייכע פאר שעה, ביי בר ששת'ן אינדערהיים [מיר האבן נאך אסאך פארברענגט, אבער נישט אלעס געדענק איך. בפרט יעצט ווען מ'האלט שוין ביים פרישן וואקאציע...], האבן מיר זיך ענדליך געזעגנט מיט זיין פוילישן רעביצין, און ער האט אונז אהיימגעדרייווט צום מושב 'אליפלט'. לדאבוני האב איך פארגעסן בעפארן זיך געזעגענען פון אים, צו מאכן א פיקטשער פון אונזער גאנצער חד גדיא. דאס וואלט זיכער צוגעגעבן אסאך. אבער אי"ה נעקסטע מאל וועלמיר דאס קענען משלים זיין [כ'האב דאך שוין זיין נומבער]. עכ"פ מיר זענען אהיים צום לעצטן נאכט אין מושב, איידערן זיך ארויסלאזן צום נעקסטן – און לעצטן - סטאנציע אין ארץ ישראל: בני ברק.


אין נעקסטן קאפיטל: פון אליפלט קיין בני ברק.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

שליחה דורך אבי גערעדט »

אוי ביסטו געשמאק, מאכסט מיר דעם טאג מיט דיינע סחורה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייטאג פרשת בה"ב תשע"ה.

מיר זענען אויפגעשטאנען היבש שפעט, און אונז האבן געדארפט איינפאקן אלע פעקלעך צו אונזער לעצטן סטאפ – בני ברק. נאכן זיין גרייט האבן מיר גערופן בר ששת, און מ'האמיר זיך ארויסגעלאזט צום צווייטן מאל צום אתרא קדישא מירון. ביי 'רבי שמעונ'ען' [...] האב איך שנעל געדאווענט שחרית אזוי חצות צייט, און גלייך דערנאך בין איך אראפגעלאפן די בארג צום באס סטאפ – וואו מיין ווייב האט שוין געווארט מיט די רענצלעך פארן באס קיין ב"ב. נאכן ווארטן א גוטע צוואנציג מינוט יותר מן הצורך [יאויש! כ'וואלט דאך שוין געקענט צען מאל אנטון רבינו תם תפילין, און דאווענען נארמאל ביים ציון], איז ענדליך דער באס אנגעקומען – שוין היבש אנגעפילט, ווייל בעפאר מירון פארט דער באס ארום אין צפת.

גראדע האבן מיר יא עפעס געהאט אינטרעסאנט אויפן באס. וויבאלד גלייך ביים אנהייב איז נישט געווען קיין פלאץ פאר מיר מיט מיין ווייב איינער לעבן דעם צווייטן, און מיין ווייב האט זיך אראפגעזעצט לעבן א יונג מיידל מיט א חסיד'יש געשטאלט, אבער זי האט אנגעהויבן פרעגן עפעס פון מיין ווייב אויף עברית. מיין יודענע וואס פארשטייט גאנץ גוט עברית קען אבער נישט ארויסבעקעצן צוויי ווערטער נארמאלערהייט אין עברית, האט זי זיך פארענטפערט אז זי קען נישט קיין עברית, אפשר קען דאס מיידל אידיש? די מיידל האט אויפגעלאכטן, און אנגעהויבן רעדן א פליסיגע אידיש, זאגנדיג אז זי קען בעסער אידיש ווי עברית וואס עברית איז נאר איר צווייטע שפראך, נאר וויבאלד מ'קען נישט וויסן ווער ס'רעדט אידיש און ווער נישט, ממילא רעדט מען לכתחילה איינער צום צווייטן אויף עברית.

הכלל, זי דערציילט אז זי איז א טאכטער פון א צאנזער חסיד וואס וואוינט אין צפת [כידוע האט דער צאנזער חסידות א שטארקע אנוועזנהייט פון חסידים אין צפת. זיי האבן דעם מקוה וואו דער שינאווער רב זצ"ל האט זיך גע'טובל'ט זייענדיג אין ארץ ישראל, א פרשה פאר זיך]. און מיר האבן געהערט א שטיקל באריכט אויף צפת כהיום, אז דארט איז די לעצטע פאר יאר געווארן א גרעסערע צוקומעניש פון חסידות'ן אין ארץ ישראל, און ס'איז שוין נישט דער אפיציעלער פלאץ אפיליאירט מיטן ווארט 'משוגעים'... און ס'זענען דא נארמאלע חסידישע בתי חינוך וואו מ'לערנט אויף אידיש.

[center]***[/center]

נאך אונזער – שוין באקאנטן – וועג פון אריבער 3 שעה, זענען מיר אנגעקומען קיין בני ברק בשעטו"מ, און געגאנגען איינשטיין ביי א חשובע קרובה, אן אלמנה, בת הגה"צ רבי זלמן בריזל זצ"ל [נו, גילוי!...], וואס האט אונז שפעטער דערציילט פארשידענע אינטרעסאנטע מעשיות מיט איר גרויסן פאטער. מיר האבן געגעסן א פיינע טועמיה פון פלייש קוגל פערפל און טשאלנט [און דאס איז נאר 'טועמיה' בעפארן 'סעודה'], און מיר זענען שנעל געגאנגען צום – כמעט – איינציגסטן אינטרעסאנטן פלאץ אין ב"ב, נעמליך, דער בית החיים...

מיין עלטער זיידע און באבע ליגן דארט [נו, נאכאמאל גילוי!... זעט איר נאר, אז אפילו בגילוי שבתוך הגילוי, איז מיין ניק נאכאלס בהסתרה שבתוך ההסתרה...], און מיר האבן דארט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים, נאכהער זענען מיר געגאנגען צו נאך געציילטע גדולי ישראל – מחמת חוסר הזמן לפני כניסת השבת – ובתוכם מיין אלטער העלד, הרב שך זצ"ל [[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], [tag]קפה נמס[/tag], איר הערט?!...]. איך כאפ שנעל א מקוה, און היידא, געלאפן איבער די שטיקעדיגע הייסע גאסן פון בני ברק, צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט מו"ר רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

למעשה האב איך אים נישט אנגעטראפן, בין איך אנשטאטס דעם געגאנגען דאווענען אין איינע פון די ישיבות וואו איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, גראדע אין בני ברק [כמה גילוים לאדנירם עלינו...], וואו כ'האב אנגעטראפן איינער פון די ראשי ישיבה מיט וועם כ'בין געווען זייער היימיש אלס בחור, און האט נאך מעיד געווען בבחרותי גרויסע זאכן איבער הבה"ח אדנירם ני"ו. ווייניג וואס האט ער געוואוסט אז ברכת צדיק יעשה רושם. זאל ער נאר פרעגן תושבי אתר קאווע שטיבל... געציילטע קיבוץ בחורים האבן נאך געוואוסט נאכצודערציילן עובדות וסיפורי צדיקים מאדנירם בבחרותו, וואס זיי האבן מקבל געווען איש מפי איש ביז די כיתה פון אדנירם'ן זעלבסט.


אין נעקסטן קאפיטל: א שבת מיט מו"ר הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

שליחה דורך שמערל »

אויב האבן די טיי בלעטלעך געהאט א קדושת שביעית, ווי האסטו עס געמעגט מאבד זיין בידים?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב עס נישט מאבד געווען בידים, און ניטאמאל געווארפן אין מיסט וואס קען אפשר אריינגיין אין גדר מאבד בידים, כ'האב עס ס"ה אראפגעווארפן צווישן די ביימעלעך, וואס בעצם ווען איינער האט א שמיטה פרי וואס ער קען נישט נוצן [קליפה וכו'] דארף ער טון דאס זעלביגע.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אקעי איך ווייס שוין וועלכע ישיבה האסט געלערנט אלטץ בחור.... איך וועל עס נישט זאגן וועגן גילו :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב א געפיל אז אט אט גייט שוין נתגלה ווערן דעם גרויסן גילוי שבגלוי מתוך הגילוים, בפרט יעצט און די ימי הסתרה. און מ'וועט זוכה זיין צו דעם פתאום'דיגע גילוי שבתוך ההסתרה, ווי דער פסוק זאגט, והיה בנסתתר הנקוי כי אז נגלה המגלה מאת הנסתרים וששת עם אבותיך ובשיבתיך ובצאתך: אמן.
[NAMELESS]

ליל שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.

שליחה דורך [NAMELESS] »

א פרייטאג צונאכטס מיט רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

כידוע לתושבי בית הקפה, בין איך א שטארקער חסיד [אוי, כ'האב 'טשילס' פון די ווארט חסיד. ניין, 'כ'האלט שטארק'] פון רבי אלימלך בידרמן שליט"א [וואס ווי אויסגעשמועסט במקום אחר, וועל איך אי"ה באשרייבן זיין גרויסן דמות נאכן פארענדיגן דעם אמשינאוון אשכול. און יעצט 'גיי ווייס' ווען דאס וועט זיין...]. בקיצור, איך האב געפרעגט מיין ווייב אויב זי געט מיך רשות צו עסן ביינאכט מיט רבי מיילעך די סעודה, וויבאלד דעמאלס איז דער עיקר הנאה מיטצוהאלטן מיט אים, און בייטאג וועלן מיר עסן צוזאמען. בין כך ובין כך האבן מיר נישט געגעסן ראמאנטישע סעודות אליינס, נאר מיר זענען געגאנגען עסן ביי קרובים, איז ממילא נישט קיין גרויסע נפ"מ צו איך עס אויך מיט מיט זיי צו נישט. למעשה, האט מיר מיין ווייב געגעבן רשות ברוב צדקתה [קלאטשטס אלע: 'הארעי'! ניין, העכער: 'הארעי'!!!]. און כ'קען מעיד זיין אז דאס איז געווען גאר געשמאק פאר מיר.

אנקומענדיג צו זיין הויז, האב איך שוין געטראפן כמנין בחורים פלוס אפאר יונגעלייט זיצן דארטן און ווארטן אויף רבי מיילעך. כ'האב נאך געדענקט פון אלס בחור אז ער דאווענט אין לעלוב און ס'דויערט צייט ביז ער קומט אהיים, און דערווייל קומען בחורים ארויף און גרייטן זיך צו צום סעודה, און כ'האב גארנישט פארדעכטיגט. אבער ווען די זייגער האט זיך אנגעהויבן צו ריקן און ס'איז געווארן שפעט, האב איך זיך נאכגעפרעגט וואס דא גייט פאר, און מ'האט מיר מודיע געווען אז רבי מיילעך איז נישט געשלאפן נארמאל די לעצטע פאר טעג, און ער איז אהיימגעקומען מער טויט ווי לעבעדיג, און ממילא דארף ער זיך אביסל אויסרוען פשוט צו קענען פירן א סעודה. מיר איז דאס נישט געווען קיין חידוש, וויסנדיג אז רבי מיילעך'ס סדר היום באשטייט פון תורה, תפילה, חסידות, חיזוק, דרשות, אויסהערן א צווייטן, אבער איין זאך פארנעמט נישט קיין פלאץ אין זיין סדר היום, און דאס איז – רבי אלימלך בידרמן.

כ'האב באוויזן צו באטראכטן פון פריש זיין הויז, אדורכלערנען גאנצע קטעים פון שם משמואל, און צו האקן שטיקער גמ' תוס' מסכת נדה, אבער רבי מיילעך האט זיך נישט באוויזן. זעענדיג אז ס'איז נישט קיין תכלית, האט זיין זון אנגעהויבן צו זינגען די זמירות ע"פ נוסח רבי מיילעך און דערנאך געבעטן דעם עולם נישט צו ווארטן נאר מאכן אליינס קידוש און אנהייבן די סעודה. נאכן מפציר זיין אדנירם'ן אפאר מאל, האט אדנירם געזאגט אז ער קען נישט מוותר זיין אויפן 'ראש חבורה'ס' פלאם-פייערדיגע קידוש, און אויב מוותר זיין איז ער ענדערש מוותר אויף די חלה און פיש... למעשה נאכן מעכטיגן טועמיה וואס כ'האב אנגעראכטן למען כבודו ית"ש פרייטאג נאכמיטאג, בין איך גאנץ קנאפ הונגעריג געווען, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו...

למעשה איז רבי מיילעך הערשט ארויסגעקומען צום ציבור נאך 11:00 ביינאכט, און היות איך בין אביסל היימיש מיט אים, האב איך מיך געטרויט צו זאגן אז ער זאל איבערזינגען די זמירות, שהרי אינו דומה זה לזה... [למעשה האב איך מיך אסאך געטרויט דארטן. היינטצוטאגס רופן אים די בחורים 'די רבי', און בזמני פלעגט מען אים רופן 'רבי מיילעך' און שפעטער 'ראש החבורה'. די חילוק האט זיך אנגעזען דורכאויס די גאנצע סעודה בנוגע די קשר מיוחד צווישן די ערשטע תלמידים זיינע און די וואס זענען צוגעקומען די לעצטע פאר יאר].

א געווענדליכע שבת עסן ביי אים צווישן א מנין און צוויי מנינים מענטשן, און מ'דארף זיך נישט איינמעלדן פון פריער אז מ'קומט. ס'איז אן 'אפען דאר פאליסי'. די עסן שטעלט מען צו בהרחבה, גרויסע חלות, געפילטע מיט סעלמאן, הערינג און דיפס, און טשאלנט נאכן סעודה כיד המלך פאר ווער ס'איז נאך הונגעריג [נישט קיין אומגעווענדליכע פאסירונג, נאך די לאנגע סעודות שעות לאנג]. חוץ מזה, ווען בחורים און יונגעלייט, זקנים עם נערים, ענדיגן זייער סעודה, קומען אסאך אידן מיטהאלטן דעם סעודה ביי רבי מיילעך, ווען עס קענען זיך אריינקוועטשן צענדליגע מענטשן אויפאמאל, און רבי מיילעך וועט איבערזאגן געוויסע תורות אפאר מאל, ווייל ס'דא פרישע מענטשן וואס ווילן דאס זיכער הערן...


אין קומענדיגן אשכול: די סדר הלילה מיט רבי אלימלך בידרמן שליט"א.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פלאם פייער ביים סעודה פון רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

אויב אינעם אמשינאוון אשכול האב איך אראפגעברענגט כמה פעמים רבי מנחם'ל אמשינאווער'ס ווארט, פארוואס מ'שרייבט נישט אראפ די אמשינאווע תורות, 'ווייל די ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און די ווארט אנעם ברען איז נישט ווערט אראפצושרייבן', איז דא ביים באשרייבן א סעודה מיט רבי אלימלך די נקודה סאך שטערקער, וויבאלד דער עיקר ממש איז דער 'אופן', דער התלהבות, דער פייערדיגע עבודה, וואס האט עפעס אן אבנארמאלער מיזוג מיט פריינטליכקייט מיט יעדן איינעם. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך בקיצור באצייכענען די נקודות.

די קידוש וואס ווערט געזאגט בקול חוצב להבות אש, נאכן מודיע זיין יעדעס מאל פון פריש אז די זמן פון קידוש איז ספעציעל מסוגל לתשובה, וויבאלד מ'זאגט דאך יעצט עדות אויפן בריאה און מ'דארף זיין כשר לעדות, גיסט אויס גענוג וויין פון בעכער אז מ'זאל דאס פון פריש אנפילן בעפארן אויסטרינקען דעם כוס. ווייטער וועט ער שמועסן מיטן עולם ווי נאנטע פריינט, זיך וויצלען איבער די 'שמועות טובות' [-הערינג], און גלייך נאכדעם אריינווארפן א שטעכעדיג ווארט איבער די פיש וואס האבן נישט פוגם געווען ברותחין, ולכן ניצלו במבול, און דערפאר ווערן צדיקים מגולגל אין פיש, און די נקודה איז קלאר [ככללא דמילתא, וועט ער מיינען די נקודה וואס מ'קען עפלייען צו זיך, און נישט סתם 'חסיד'ישע תורה'].

די כל מקדש אויפן קארלינער נוסח מיטן לעלוב'ן קנייטש, ווען ס'טוט זיך דער באקאנטער קאכעניש ביי 'טהורים יירשוה', וואס זייט ס'דא א ריזן עולם ביי אים האט ער מער ווייניגער אויפגעהערט דערמיט. די מנוחה ושמחה מיט איר קאך, און די דברי תורה וואס פליסן כמעיין הנובע, זייענדיג כהיום דער גרעסטער מגיד אויפן וועלט, וואס די מערסטע מענטשן אויפן וועלט לערנען און הערן זיינע דרשות ושיעורים [צווישן 5,000-10,000 יעדן וואך].

און דאס אלס איז נאר א מעין הקדמה צום פייערדיגן 'קה ריבון' וואס מ'זינגט אין תולדות אהרן ומקורו בבלאזשוב, ווען מ'זעט קליפ אין קלאר נישט נאר זיינע געגועים צום 'מלכא מלך מלכיא', נאר אויך זיינע בכיות מאין הפוגות, אויפן צופלאמטן געזיכט, ווען די אויגן דרייען זיך איבער צום ווייסל, ביי 'פרוק ית ענך מפום אריותא' וכו'. די קאכעניש ביים קה ריבון איז אזא שם דבר, אז ווען איך וויל זיך דערמאנען פון א דביקות'דיגע מאמענט, איז דאס ביי מיר בלי שום ספק דער צורה פון רבי אלימלך ביים 'קה ריבון'. ביי למקדשך תוב וועט ער אויסשרייען אז דער באשעפער בעט זיך ביי אונז אויך 'למקדשך תוב', מיינענדיג דעם פריוואטן מקדש מעט שבלב כל אחד ואחד.

ווייטער זינגט מען 'צור משלו', וואו ער איז אויך פאר'דביקות'ט, און קען איבערזאגן מיט אזא צובראכנקייט אז ס'צוברעכט יעדנס הערצער, אזעלכע שטיקלעך ווי 'מי זה יצטדק וכו' אמת כי לא יצדק לפניך כל חי', צו 'ואיככה ישוב הבשר החי'... ווייטער וועט מען זינגען די 5 ניגונים אויף 'מגן אבות', די סלאנימע, קארלינע, לעלובע, פוילישע, וכו', ווען ביי יעדע איינס איז דער הויכפונקט 'לפניו נעבוד ביראה ופחד', פארשטייט זיך נאכן וויסן אז רבי משה מרדכי לעלובער פלעגט ביי די ווערטער אריינפאלן אין אזא התלהבות, אז ער פלעגט צוריק'סווינג'ען מיטן בענקל אויף צוריקצואוועגס, און די גבאים פלעגן דאס צוריקריקן...

ביני לביני ווארפט ער כסדר זיקוקין דנורא מיט פייערדיגע דיבורים וסיפורים, און ווארפט כסדר בליקן צו דער וואס דארף דאס ביי יענעם ארט... ער קען זיך נעמען אויספרעגן איינעם שטילערהייט וואו ער האלט אויפן וועלט, און ער קען מחזק זיין און מכבד זיין אן אפגעריסענער נשמה, כדי אים ארויפצוברענגען על דרך המלך. טאקע איינער פון די גרעסטע פליאות ביי רבי מיילעך'ן איז וויאזוי אין זיין פריוואטן לעבן איז לבו כלב הארי, פאדערנדיג און מאנענדיג כסדר נאכאנאנד, און אין חיי הכלל איז לבו לב רחום כרחם אב על בנים, זייענדיג מחזק כסדר, און ווערנדיג צופיצלט אויף שברי שברים פון א צווייטענס צרה. אבער כדי דאס מפענח צו זיין, וועל'מיר דארפן ווארטן פארן אשכול המיוחד להסיר הלוט מעל דמותו של האדם הגדול בענקים, רבי אלימלך בידרמן שליט"א.

ווען מ'האט געענדיגט דעם סעודה, בין איך אהיים צו מיין אכסניא א האלבע שעה אוועק, שפאצירנדיג מיט איינער פון די בחורים דארטן וואס האט מיר דערציילט אביסל 'ביהיינד די סיענס' [ער איז א שטיקל גבאי'לע דארטן], און ביז וואו-וואס-ווען 'אמרו לנו הציפורים: רבותינו הגיע זמן ק"ש של שחרית'. און נאכן ליינען ק"ש בין איך געגאנגען כאפן א תנומה קלה. הפנים, כ'האב נישט געדארפט רעדן מיט א גוי כדי צו בלייבן אויף ביז נאך חצות ליל שבת...


אין קומענדיגן קאפיטל: יום שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יום שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.

היות די סעודה של שחרית בין איך געגאנגען עסן ביי קרובים וואס זענען וויזניצע חסידים, וואס כמובן דאווענען אין וויזניץ ביי רבי ישראל'טשע שליט"א, האב איך אויך מיטגעדאווענט מיטן גרויסן מנין וואס הייבט זיך אן ארום 10:00 און ענדיגט זיך ארום 1:00 אזייגער. די פולע, בעסער געזאגט: איבערגעפילטע, ביהמ"ד, האט מיך געמאכט טראכטן אז נאך א מזל אז ס'דא צוויי רבי'ס, ווייל וויאזוי קען יעדער אריינ'פיטן אין די זעלבע ביהמ"ד...

למעשה האט רבי ישראל'טשע געדאווענט פארן עמוד און אראפגעלייגט א דאווענען מיט זיין הויכן קול חוצב להבות אש, און כאטש די 'וועיוועריי' איז זרה לרוחי אף לנשמתי, איז אבער געווען זייער געשמאק צו זען די הונדערטער [אדער טויזענטער] אידן דאווענען צוזאמען מיט א קאך אויפן וויזניצן נוסח.

היות כ'בין נישט געוואוינט צו אזעלכע לאנגע תפילות, האב איך באוויזן צו לערנען צוויי פון די דריי שעה'איגע דאווענען, און ביי קריאת התורה בין איך ארויסגעלאפן דאווענען אין א שנעלע מנין וואס קומט פאר אינעם 'ביודא' בנין [ביוד"א איז ר"ת, ב'ית י'שראל וד'משק א'ליעזר, אזוי ווערט אנגערופן די וויזניצע ישיבה על שם דער אהבת ישראל ובנו הדמשק אליעזר וואס האט איבערגעפלאנצט דאס וויזניצע חסידות אין ארץ ישראל (און נישט ווי דער עולם מיינט אז דער אמרי חיים האט דאס מייסד געווען אין ארץ ישראל. סך הכל איז דער דמשק אליעזר אוועק גענוג שנעל, און האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, אזוי אז ס'איז קיינמאל נישט געווארן אנגעשטרענגט צווישן די ברידער)]. און דערנאך בין איך געגאנגען עסן די סעודה ביי מיין קרוב, א וויזניצער חסיד און איש יקר ומכובד.

מיטהאלטנדיג א וויזניצע סעודה, א פעקל וועעווערייען פלוס תורות משולב עם גימטריאות כמנהג בית וויזניץ, איז געווען גאנץ אינטרעסאנט צו זען וויאזוי די עסן איז געפארן טשיק-טשאק, און דער עיקר איז געווען די תורות אדער אפילו לומד'ישע נקודות וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן נאכן ליגן דערין א וואך.

ולפלא היה בעיני, אז יענער האט שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער, און יעדער וואס וואוינט אויך אין בני ברק איז געקומען עסן ביים טאטן, אפגעזען וויפיל פיצלעך זיי אליינס האבן שוין געהאט. זעט אויס אז די סיבה איז, פשוט צו שפארן אפאר גרייצער. בין כך ובין כך, האבן זיי אלע צוגעלייגט זייערע פאר גרייצער אין לערנען, ונהניתי מאוד צו טרעפן חסיד'ישע יונגעלייט, וויזניצע יונגעלייט, וואס קענען אויך לומדות [[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], דו הערסט?...].

נאכן סעודה בין איך ווייטער געגאנגען צום סעודה פון רבי אלימלך בידרמן, אבער נישט איידער'ן זיך געזעגענען פון די קרובי המשפחה, ווען פונעם אלמנה בת רבי זלמן בריזל זצ"ל [הנ"ל], האב איך געהערט אפאר אינטרעסאנטע מעשיות איבער איר גרויסער פאטער. לאמיך אייך דערציילן אפאר מעשה'לעך:


אין קומענדיגן קאפיטל: סיפורי הוד על הגה"צ החסיד המופלא רבי זלמן בריזל זצ"ל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'זעט פון דעם קלאר אז ווען מ'וואוינט אין בני ברק, קען אפילו א וויזהניצער חסיד אמאל זאגען עפעס א למדות. אלס מכחו של אותו זקן!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטרעסאנטע מעשיות וסיפורים על רבי זלמן בריזל זצ"ל, ממקור ראשון:

א] כידוע איז סאטמארער רב געווען אין ארץ ישראל גלייך נאכן צווייטן וועלט מלחמה, וואו די סלאנימע און קארלינע זענען געווען שטארק אדוק אין אים – על אף די געווענליכע ריחוק פון די ליטווישע סארט חסידות'ן וואס זענען דעם היפוך הגמור פון די אונגערישע סיגוטע סטיל חסידות'ן. גראדע זענען זיי שוין געווען נאנט מיט אים זייט תרצ"ג ביים באוואוסטן באזוך פון סאטמארער רב אין ארץ ישראל. הכלל, רבי זלמן בריזל איז אויך נאנט געווארן מיט סאטמארער רב, און סאטמארער רב האט אים געבעטן אביסל עוסק צו זיין אין די 'ילדי טהרן' אדער עפעס אזוי. היות דאס איז געווען אנגעוויזן אויף ריזיגע סכומים געלט, האט סאטמארער רב אים געזאגט אז פאר די געלט וועט ער זיך שוין זארגן, און אויף דערווייל זאל רבי זלמן בארגן געלט פון אנדערע.

למעשה איז סאטמארער רב אנגעקומען קיין אמעריקע, און רבי זלמן בריזל איז פונקט געווען אין אמעריקע און האט אים געבעטן צו באצאלן די ריזן סכום געלט, ווי אפגעשמועסט. סאטמארער רב האט אים געזאגט, אז לדאבון לבו האט ער יעצט נישט קיין געלט צו באצאלן, אבער לכשירחיב וועט ער אים אי"ה אפצאלן דעם גאנצן חוב. רבי זלמן האט נישט געוואלט באלמוטשען דעם רבי'ן, און האט אנגעהויבן ארומקלעטערן איבער אמעריקע צאמקראצן די געלט וואס ער האט אנגעבארגט – אפיציעל אויף סאטמארער רב'ס חשבון. למעשה נאכן אפשוויצן אין אמעריקע ווייסעך וואו לאנג האט ער באוויזן צאמצושטעלן דעם גאנצן סכום, און איז אהיימגעפארן קיין ארץ ישראל.

דאס נעקסטע מאל וואס רבי זלמן איז געווען אין אמעריקע, איז ער נאכאמאל אריין צו סאטמארער רב [סתם אלס 'גדול בישראל'], און סאטמארער רב האט ארויסגענומען אן ענוועלאפ מיט די גאנצע ריזן סכום געלט אים צו באצאלן דעם חוב. רבי זלמן בריזל האט אים געזאגט, אז ער האט שוין אליינס צאמגעשטעלט די געלט און ער דארף שוין נישט צוקומען צום רבי'נס געלטער. ווען סאטמארער רב האט דאס געהערט, און וויסנדיג ווי שווער ס'איז געווען פאר א יחיד צאמצושטעלן די גאנצע סכום, און וויסנדיג וויפיל ארבעט רבי זלמן האט אריינגעלייגט צו ראטעווען אידישע קינדער פון אפפארן רח"ל, האט ער זיך אויסגעדריקט מיט התפעלות פאר זיינע גבאים, אז מ'קען רבי זלמן'ען געבן קוויטלעך, ער איז ראוי לאותה איצטלא! [כ'מיין אז ער האט זיך אויך אויסגעדריקט באותה שעה בדרך צחות כדרכו, אז דאס איז די ערשטע מאל וואס ער געבט געלט פארן אן ארץ ישראל'דיגן איד און יענער זאגט אים אפ...].

ב] ווייטער דערציילט מיר זיין טאכטער, אז רבי זלמן איז געווען פון די פריערדיגע עמודי החסד, וואס פלעגט כסדר ארייננעמען געסט יעדן שבת, בחורים צו ארחי פרחי'ניקעס. מ'פלעגט געווענטליך צוגרייטן פארציעס פאר נאך פינף מענטשן, זיך רעכענענדיג אויף ביז 5 געסט, אבער אסאך מאל האבן געקענט זיין ארום 10 געסט אדער מער. זאגט זי מיר בהן צדק, אז זי פלעגט זיין דער וואס פלעגט צוגרייטן די פארציעס אין קאך, און ס'איז פשוט אריין א ברכה אין די עסן, און וויפיל געסט ס'איז געווען אזויפיל עסן איז געווען, און ס'איז אלעמאל געווען בריווח גענוג פאר יעדן. זי זאגט אז דאס איז געווען א נס תמידי יעדע פאר שבתים... ואם קבלה היא נקבל.

[center]***[/center]
ג] אגב, רבי מיילעך בידרמן האט דערציילט איבער אים, אז ווען ער איז שוין געווען אלט און אזלו כוחותיו, פלעגט ער נאכאלס כסדר אריינקומען אויף א שבת, פון ירושלים – וואו ער האט געוואוינט – קיין בני ברק [צו תל אביב] וואו רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ווען מ'האט אים אנגעפרעגט פארוואס ער קומט זיך צו שלעפן אזוי ווייט אויף א שבת, נאכדערצו ווען זיי זענען געווען בערך באותו הגיל, און רבי זלמן איז געווען א געהויבענע איד פאר זיך, האט ער געענטפערט: נאר אויף צו זען וויאזוי ווען דער רבי וואשט זיך מים אחרונים, זאגט ער 'סוף דבר הכל נשמע, את האלקים יראאאאאאאאאאאא!!!!' [כידוע פלעגט רבי משה מרדכי דעמאלס צוריקשפרינגען מיטן בענקל, און ס'איז געווען פון די פחד'דיגע מאמענטן ביי זיינע טישן], לוינט זיך שוין דער גאנצער וועג פון ירושלים קיין בני ברק.

ד] נאך א מעשה'לע וואס פארבינדט רבי משה מרדכי לעלובער מיט רבי זלמן בריזל, האב איך געהערט פון רבי אלימלך בידרמן, אז איינמאל ביים טיש פון רבי משה מרדכי, וואס כידוע פלעגט ער זיך קענען ווערטלען און דער עולם פלעגט לאכן, אבער אין א רגע האט די פלאץ זיך געקענט איבערקערן צו א חרדת אלקים, האט ער זיך אנגערופן צו רבי זלמן בריזל: 'זלמן, דו געדענקסט נאך אלס בחור, ווען אונז זענען געשווימען אין כינרת (אפשר לערנענדיג אין סלאנימער ישיבה אין טבריה? כ'ווייס נישט), און די פיש האבן אונז געביסן, אוי איז דאס געווען גוטע צייטן'... און דער גאנצער עולם האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער. אבער ממש באותו רגע האט ער געענדערט זיין צורה [ווער ס'פארשטייט צו מסכת לעלוב, פארשטייט וואס דאס מיינט...], און האט געזאגט: 'יא, דאס זענען געווען גוטע צייטן, ווייל מיר האבן נישט פוגם געווען', און אויפן גאנצן עולם איז געפאלן א פחד אלקים.


אין נעקסטן קאפיטל: שבת בייטאג מיט רבי אלימלך בידרמן, ביזן פליגער מוצש"ק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'זעט פון דעם קלאר אז ווען מ'וואוינט אין בני ברק, קען אפילו א וויזהניצער חסיד אמאל זאגען עפעס א למדות. אלס מכחו של אותו זקן!

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועם מיינסטו? די אמרי חיים אדער די דמשק?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער למדן פון די צוויי!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ו[/b]


פאסט נישט פאר ר' שש, אז מיט א גלייכגילטיגקייט שרייבט ער וועגן די גדולי חסידי קארלין וואס זענען געווארן זיינע חסידים אן צו דערמאנען אפי' ברמז די פאליטיק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היש לך פאליטיק גדולה מזו ??
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:רבי משה מרדכי לעלובער [וואס ער האט אנגענומען אלס רבי צוזאמען מיט גדולי חסידי קארלין, נאך רבי יוחנן'טשע סטאלינער'ס פטירה] האט געוואוינט. ו[/b]


פאסט נישט פאר ר' שש, אז מיט א גלייכגילטיגקייט שרייבט ער וועגן די גדולי חסידי קארלין וואס זענען געווארן זיינע חסידים אן צו דערמאנען אפי' ברמז די פאליטיק.

הה"ד ספורי צדיקים לחוד ופוליטיק לחוד...

און אז מ'רעדט שוין.
יא, די גדולי חסידים זענען געווארן ר' משה מרדכי'ס חסידים, און דער היינטיגער סטאלינער האט גע'ירש'נט קוים א קומץ קטן פון די עלטערע חשוב'ע אידן. א שטייגער ווי 'זעידע פילטשיק' פון בארא פארק, אדער רבי אהרן בריזל אחיו הקטן של ר' זלמן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך ווייס איך בין באקאנט מיט יענע מעשה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סעודת יום שבת, ושל"ס, מיט רבי אלימלך בידרמן:

אנקומענדיג ארום 5:00 אזייגער, האט ער שוין געהאלטן ביי די טשאלנט. איך האב מיך שנעל געוואשן של"ס – וויסנדיג אז געווענטליך איז ממילא נישטא קיין נארמאלע של"ס געפראוועכץ ביי רבי מיילעך – כדי צו קענען מיט-עסן מיט זיין סעודה. פארשטייט זיך אז ס'איז געווען זייער געשמאק, אבער מ'האט זיך 'געיאגט' ווייל ע"פ בקשת ביהמ"ד אחד האט ער מסכים געווען צו קומען געבן א דרשה 6:00 נאכמיטאג, צו מיין שמחה.

פארשטייט זיך אז כ'בין מיטגעקומען, און כ'האב זוכה געווען צו א באנוס: נאך א דרשה פון ר' מיילעך. ס'איז א ספינקער בית מדרש פון א נעפיו פון די אחים לבית ספינקא-ווייס [זיין טאטע איז נעבעך גע'הרג'עט געווארן אינעם באוואוסטן עקסידענט צוריקקומענדיג פונעם לויה פונעם באבא סאלי זצ"ל]. דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ביז ארויס אינדרויסן בלי שום גוזמא, וואו צענדליגער – אויב נישט הונדערטער - מענטשן זענען געשטאנען איבער א שעה זיך צוהערנדיג די שיינע תורות וואס קומען ארויס פונעם שפרודלדיגן מעיין החיים, און ער האט באזונדער גערעדט פון א הכנה לחג השבועות, האלטנדיג א קנאפע וואך בעפאר שבועות.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה דארטן אין ספינקא, וואו ר' מיילעך האט געליינט די קריאה מיט זיין אייגנארטיגן קאך, זייענדיג א בעל קורא מומחה [ער ליינט אינדערפרי – עכ"פ אין מיינע צייטן – אין אפאר בתי מדרשים]. שפעטער איז געווען של"ס. געווענדליך גייט של"ס ביי ר' מיילעך שטילערהייט ווען דאס איז זיין פריוואטע זמן לחשוב חשבונו של עולם. אבער דער רב[י] פון שול האט אים געבעטן צו בלייבן ביי אים, און ר' מיילעך כדרכו בטוב לבו האט אים נאכגעגעבן. האב איך שוין זוכה געווען צו א באנוס מיט א 'טשערי אויפן פאיי'...

דער אדמו"ר'ל דארטן האט נישט איינגערוט נאר ווייטער געבעטן רבי מיילעך צו זינגען ניגונים מעוררים, און דאן צו זאגן דברי תורה, און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען א 'מיני של"ס במחיצת רבי מיילעך'... אזוי אז כ'האב אריינגעכאפט א גאנצע שבת במחיצת הרב, ווען די Boost דערפון איז רישומו ניכר א לענגערע צייט נאכדעם.

נאך של"ס האב איך אהיימבאגלייט רבי מיילעך, און זיך שנעל אפגעזעגענט פון אים, נישט בעפאר'ן הערן פון אים הדרכה קצרה שלא כדרכו [מיך מנתח געווען מיט צוויי ווערטער]. און כ'בין שנעל אהיימגעלאפן צו מיין אכסניא זיך איינצופאקן, ווייל דאס איז עס: מ'גייט שוין אהיים!


אין נעקסטן קאפיטל: צוריק אהיים קיין אמעריקע.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:[מיך מנתח געווען מיט צוויי ווערטער].]


איך בין מוותר אלעס, דארפסט גארנישט נאכזאגן, נאר די צוויי ווערטער זאג אונז איבער :lol: :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מוצש"ק פרשת בה"ב תשע"ה.

כ'האמיך שנעל געוואשן פאר מלוה מלכה – ווייל אויפן עראפלאן וועל איך נישט עסן א גוטע מלוה מלכה, און מיר געזעגענען זיך שוין אפ פון די קרובים אונזערע, און זהו זה – דער מונית פייפט שוין אינדרויסן... מיר זענען אנגעקומען אין נתב"ג [דער עירפארט, ונרמז הר"ת נת'יבות ב'ן ג'וריון].

און נאכן דורכגיין שבע בדיקות וחקירות [שטרענגער ווי די וועג קומענדיג. ווייל פון אמעריקע קיין רוסלאנד איז נישט אזוי שטרענג ווי ארויס פון מדינת ישראל, אפילו קיין רוסלאנד], זענען מיר געגאנגען צום Lounge וואס - ווי דערמאנט אין אנהייב פון די מסעות – האבן מיר צוטריט דערצו בחינם אדאנק אונזערע קרעדיט קארדס. דארט האבן מיר ווייטער נישט געהאט וואס צו טון, וויבאלד די עסן האבן געהאט פראבלעמען מיט שמיטה וכו', אבער א גלעזל ביר און קאקע קאלע איז קיינמאל נישט קיין שלעכטע פלאן, און אזוי אויך האבן די בני מעיים געפאדערט זייערס נאך א לאנגן שבת, וואס פארשטייט זיך אז אין א פארמאכטע פלאץ איז עס אפיציעל סאך ריינער.

אויפן עראפלאן האבן מיר באקומען מער מענטשליכע עסן ווי אויפן וועג קומענדיג, וויבאלד פון ארץ ישראל האט מען געגעבן עסן מיטן הכשר פונעם 'עדה החרדית'. דערנאך האבן מיר געמאכט א פרישע סטאפ אין רוסלאנד, און דאסמאל האבן מיר שוין גלייך געוואוסט וואו צו קויפן וואסער: אין 'שאקאלניצע'... [עי' בתחילת האשכול], און אזוי אויך האבן מיר געהאט ברייט מנין, ווען ערעב אדנירם דאווענט שחרית פארן עמוד [?]. גראדע האבן מיר דאסמאל יא זוכה געווען צו נהנה זיין פון לעקטריק, נאכדעם וואס אויפן וועג קיין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין שום עלעקטרישע שיין אינעם רוסישן לופטפעלד, ווי אויבנדערמאנט. דערנאך זענען מיר ווייטער געפארן פון רוסלאנד קיין אמעריקע, וכל מעשי תקפו וגבורתו של ה'עיר-ליין' הנודע בשם 'טראנסירא', הלוא הם כתובים בתחילת האשכול, ומינה לא תזוע.

אנקומענדיג אהיים בין איך שנעל צוגעלאפן צום קאמפיוטער, אויסגעהונגערט צו הערן וואס טוט זיך אין 'קאווע שטיבל', וזה מה שמצאתי...



[center]תם ונשלם,
את אשר חנני בורא העולם,
שהיה לי לעזר,
ב"מסעות ד'אדנירם".
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שיין אדנירם, א דאנק! דער באשעפער זאל העלפן אז אזוי ווי דו האסט געענדיגט מיט הצלחה דעם הערליכע באשרייבונג און מחיה געווען דערמיט הונדערטע יודן, זאלסטו זוכה זיין צו אונז ווייטער מחיה זיין מיט דיין געלונגענע געשליפענע פעדער אין די אנדערע אשכולות בניקל, בקרוב ממש.

הערה בעלמא:
מיינט נישט נתב״ג נ׳מל ת׳עופה ב׳ן ג׳ריון?
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

שליחה דורך אבי גערעדט »

רבותי גיימער ספאנסערן א טיקעט פאר ר' שש'ן קיין טשיינע? ווען ער קומט צוריק און ברענגט אונז א געשמאקע זאפטיגע באשרייבונג, ספאנסער מיר אים א טיקעט קיין אייראפע, און ווי נאך? נו ווער איז אין???
פארשפארט