בלאט 5 פון 30
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:57 pm
דורך שעפטל
די אינסטראמענט-שפילער ביי באגרעבעניש צעראמאניעס פאר פארשטארבענע מיליטער לייט, האבן געהאלטן בעפארן זיך צושטעלן צום לאנגן ארבעטס-לאזע ליסט נאך וואס די רעגירונג האט געוואלט שפארן די געלט, און די מוזיק זאל זיין אנשטאט ווי ביז איצט 'לייוו אינסטראמענטס' זאל דאס גיין דורך א רעקארדינג. אבער נאך פרעשור פון פאמיליעס וואס האבן משפחה מיטגליט אין ארמיי, האט היינט סענעטאר שומער געלאזט וויסן אז מ'וועט נישט שניידן די קאסטן. און "די געפאלענע וועלן ווייטער באקומען זייער פארדינטע לעצטע ריספעקט". אבאמא'ס איינשווערונגס צערעמאניע איז שוין באלד פארגעסן...
א טויטליכע רויבעריי איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין א גאז סטאנציע אין בראנקס, נאך וואס צוויי רויבער האבן באוויזן צו בארויבן די קעש פון די דרויסנדיגע ארבעטער, זענען זיי אריין צום ארבעטער אינסייד, האלטנדיג אינמיטן ציילן געלט האט ער זיך אנגעהויבן שלאגן מיט די פארברעכער. זיי האבן אים אראפגעשאסן צום טויט און אנטלאפן אויף ביציקלעך. ס'איז אומקלאר אויב דער ארבעטער איז געשטארבן פון איבערוואגיגקייט אדער פונעם שאס..
א זיבעצן יעריגע סטודענט איז ארעסטירט געווארן נאכן זאגט פאר זיין חבר אז ער וואלט געוואלט אראפשיסן זיינע טיטשערס. "ווער וויל דען נישט הרג'נען זיינע טיטשער?!" האט זיך א צווייטע סטודענט אויסגעדרוקט. "ער האט דאס זיכער נישט געמיינט ערענסט". אבער זיינע עלטערן זאגן אז זיי פארשטייען דעם ארעסט, "אין די טעג און מיט דעי יארגאנג ברויך מען מער אובאכט געבן, נאר א שאד ס'איז מיין זין".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די חתונה תקנות. אונז וועלן ווייטער אנגיין מיט אונזער 'עם-פי-טרי' רעקארדינג סיסטעם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 11:59 pm
דורך שמעקעדיג
שעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
פעדער... הונדערט פופציג טויזענט מענטשן ביי די אסיפה אין אמעריקע??
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:56 am
דורך קאוקאנט
שמעקעדיג האט געשריבן:שעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
שעפטל האט געשריבן:לעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:13 am
דורך פעדער
שמעקעדיג האט געשריבן:שעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
פעדער... הונדערט פופציג טויזענט מענטשן ביי די אסיפה אין אמעריקע??
דאס זענען געווען רבי מתתיהו'ס ווערטער לויט א ענגלישע באריכט אין ענגלאנד. מער פון דעם האב איך נישט וואס צוצוגעבן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:20 am
דורך טעפל
פעדער, שעפטעל, קיפ איט אפ!! ס'איז געוואלדיג עס אפצוליינען אין אידיש...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:06 pm
דורך שעפטל
מיר קוקט אויס ווי "קאוקאנט" איז דער שרייבער דערפון... שרייב מער אפטער דא! וועלקאם טו אר פעמעלי...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:55 pm
דורך שעפטל
א זעקס-און-זיבעציג יעריגע דאקטאר איז אפגעפינען געווארן אין לאנג איילענד נאך דריי טאג פון זיכעניש. ער איז אפגעפינען געווארן אין א געדיכטע וואלד, דורך די ספעציעלע פאליציי שמעק-הינט. אנגעפולט מיט ביסן פון הינט איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. ס'איז נישט זיכער אויב ער האט געהיילט מענטשן אין די צייט, אבער קאפ-וויי האט ער זיכער אנגעמאכט אין די צייט.
אפטוהן איינעם אריינריפענדיג אז מ'זאל יענעם בעסער אויסטשעקן אין לופט-פעלד, איז שוין געהערט געווארן. היינט איז א 'יו-עס' עירוועיס דזשעט צוריק געריפן געווארן קיין פילאדעלפיע נאכן זיין דריטל פון זיין וועג קיין טעקסעס. דאס איז געקומען נאך וואס ריפערס האבן אריינגעריפן אז א פאסאנזשיר אויפן פליגער פארמאגט אויפרייס שטאף. 'קריסטאפער-שעלל' וואס איז געפלויגן מיטן פלאן צו פארברענגען זיין היינטיגן געבורטס טאג מיט זיין פאמיליע. איז אראפגעפירט געווארן אין פאליצייאישע באגלייטונג. נאך איטליכע שעה אונטערזיכן דעם פליגער און גארנישט געפינען, האט מען אים געלאזט פליען. אבער אנעם פאסאנזשיר. אינוועסטיגעשאנס זענען אונטערגענומען געווארן ווער די ריפפער זענען געווען.
א סטארעדזש רום אין יאנקערס איז אנדעקט געווארן זייענדיג אנגעפולט מיט וואפען, גאנס, פאליציי בעדשעס, און נאך שעדליכע מאטריאל. די לענדלארד פונעם סטארעדזש איז אהין געגאנגען נאך וואס די אייגנטומער האט שוין נישט געצאלט קיין רענט צעהן חדשים, און תיכף אלאמירט די פאליציי. קאמישאנער קעלי זאגט אז דער פערשוין איז שוין ארעסטירט געווארן פרובירנדיג צו שיסן אן אפעציר אין קווינס בעפאר. און בלומבערג זאגט אז ער איז פריילעך צו הערן אז צווישן די וואפן האט זיך נישט געפינען קיינע זעכצן-אונסיגע קאפס..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קוואלעטי העלטה סענטער. אונז האמיר דערווייל נישט קיין וועלדער פאר אונזערע דאקטורים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:55 pm
דורך שמואל הלוי
שעפטל האט געשריבן:א זעקס-און-זיבעציג יעריגע דאקטאר איז אפגעפינען געווארן אין לאנג איילענד נאך דריי טאג פון זיכעניש. ער איז אפגעפינען געווארן אין א געדיכטע וואלד, דורך די ספעציעלע פאליציי שמעק-הינט. אנגעפולט מיט ביסן פון הינט איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. ס'איז נישט זיכער אויב ער האט געהיילט מענטשן אין די צייט, אבער קאפ-וויי האט ער זיכער אנגעמאכט אין די צייט.
קול מבשר באריכטעט אז ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז ער געווען א איד.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 6:29 pm
דורך זר זהב
Toronto - Canada shut its embassy in Tehran on Friday, severed diplomatic relations
and ordered Iranian diplomats to leave, accusing the Islamic Republic of being the most
significant threat to world peace.
מוצאי שבת
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:34 pm
דורך שעפטל
נאך וואס די לעצטע וואכיגע שטארקע רעיגנס זענען אנגערופן געווארן 'נאכווייען פון אייזיק', ווערן די היינטיגע שטארקע רעיגנס אנגערופן א 'טארנעידאו'. אויף געוויסע פלעצער אין קווינס האט מען געקענט זעהן גרויסע וואלקענעס אראפקומען, מיטברענגענדיג שטארקע ווינטן וואס זענען געמאסטן געווארן מיט די שנעלקייט צווישן ניינציג און הונדערט-צעהן מייל-פער-שטונדע. קארס האבן זיך געהויבן און פאורזאכט עקסידענטן פעלער. 'קאן-עדיסאן' האבן באריכטעט בערך דרייצן-הונדערט קורצשלוסן. די קארס אין וואסער ציטערן שוין..
די חודש פון 'יולי' איז געווען פון די רעקארד הויעכע ציפער שיסערייען. אבער נישט געזארגט, אין אוגוסט האט מען נישט באריכטעט אלע פעלער, אזוי אראפצוהאלטן דעם ציפער. אבער נאך דעם שבת גייט שוין סעפטעמבער צוריק ארויף אויף די רעסלען מיט זעקט טויטליכע פעלער. די סאודע-קריים ציפער איז נאכנישט ארויסגעקומען, אבער ווערט ערווארטעט אלס ס'נידריגסטע פארנעם.
די ניו יארק טראוועי איינגעשטעלטע האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פון דריי-ביליאון דאלער ארויסצוהעלפן אויפבויען די נייע 'טאפען-זי' בריק. דאס קומט שוין נאך א פארלאנג לעצטן חודש פון עטוואס העכער צוויי ביליאון. די בריק אויפצובויען וועט אנקומען אזוי הויך ווי פינף ביליאון. גאווענער קאומא האט געזאגט אז די געלט איז ערווארטעט אויסגעבארגט ווערן, און וועט באצאלט ווערן דורך די טאלל געלטער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דזשעט-בלו'. פליעט דורך די בריקן מיט אונז, און קומט אפ ביליגער
נעכטן - זינטאג
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:35 pm
דורך שעפטל
א טאג נאכן שווערן טארנעידאו זענען היינט די סענעטעישאן דעפ. פארנומען געווען אוועקצוקלינען אלע פארבליבענע ארטיקלען וואס די ווינטן האבן אנגעמאכט. מערסטענס שאדנס זענען געווען אין מער טיילן פון קווינס און א חלק פון ברוקלין. די לעצטע טארנעידאו וואס האט אנגעמאכט מער שאדנס איז געווען זעקס יאר צוריק, דאן זענען הייזער אויך געווען צווישן די ברוכווארג, קעגן די איצטיגע בלויזע ביימער, גארביטש, טישן און בענקלעך.
די 'דיטערדשאנס' קאמפעני זענען נאך קוים ארויסגעקומען מיט דעם נייעם אויפטרעף פון לייגן זייערע זויבער-געצייג אין קליינע זעקלעך. אבער סענעטאר שומער האט היינט אריינגעגעבן א פארלאנג אז זיי וועלן דאס מיזן צוריק אנהייבן לייגן אין גרויסע האלטערס, אדער לייגן א 'זיכערהייטס-שלאס' אויף די זעקלעך, זינט וואס ס'קוקט אויס ווי קענדיס און קינדער ווערן אנגעשטעקט מיט קרענק דערפון. אינטערסאנט וואס די קענדי פראצעדורער זענען נאכנישט אויפגעקומען צו לייגן זייערע נאש אין דיטערדשאנס האלטערס.
די ניו יארקע וואס ברויזן שוין אויך אזוי אויף די גענוג אנגעשטויסענע בייק לעינס, האבן זיך היינט דערזעהן מיט איבער זיבן טויזענט בייקס דורכשפרייזנדיג די פינף-באראס. אנגעהויבן האט זיך דאס 1990 מיט א 'רעיס' ווער ס'קען אנקומען פריער צו א געוויסע ארט. אבער היינט ווערן אריינגעשלעפט די מאסן בלויז פאר די ענדזשוימענט. ס'איז אינטערסאנט אנצוצייכענען אז זיבעציג פראצענט אויסגעפרעגטע האבן בכלל נישט געוויסט אז ס'איז דא א געווינער. מיט אזעלכע רייזערס, ווער ברויך נאך א געווינער?!
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'ניו יארק סענאטעשאן דעפ.' מיר ספעציעלירן זיך מיטן זיין די רואיגסטע וואס שייך, אין די אנגעצויגענסטע מאמענטן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:23 pm
דורך שעפטל
שוין טאקע צוועלעף יאר זינט די שוידערליכע אטאקעס, און די צעהנדליגע וואלנטירן וואס זענען פארוואנדערט געווארן, אדער אנגעשטעקט געווארן מיט פארשידענע קרענק אויפן ארט פון די אטאקעס, האבן דאס אלעס געברויכט באצאלן אליינס, אדער געוויסע האבן פרובירט צו פארלאנגען פון די גאווערמענט די היילונגס קאסטן. היינט האט זיך זיי אויסגעצאלט זייער ווארטן, און די גאווערמענט האט באשטעטיגט א קרוב צו דריי ביליאון דולער פאר א 'העלט-קעיר' פלאן, וואס וועט באצאלן פאר די אלע וואס ליידן נאך פון דאן. קען מען שוין איצט באצאלן די טאלל מיט מעשר?
א מאן אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ס'איז געפינען געווארן פיר-און-צוואנציג גרויסע הינט ביי אים אינדערהיים. ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די העלטה דעפארטמענט פארן זיי נישט האלטן אין געזונטע אומשטענדן. "די דאגי'ס שרייען און לאזן אונז נישט שלאפן דא כמעט פינף יאר" זאגט א שכן פונעם בילדינג. די הינטן זענען אפגעפירט געווארן צו א שעלטער אין 'וואדהעיווען'. די 'צער-בעלי-חיים' גרופע זענען אויפן וועג אהין.
א פיר שטאקיגע בילדינג איז צוזאמגעפאלן אינמיטן בויען אין קלינטאן-היל געגענט אין ברוקלין. די צוזאמפאל איז געקומען נאך וואס מ'האט ארויף דעליווערט א סקיט ציגל אויפן דאך. פינף ארבעטער האבן זיך דאן געפינען אויפן דאך. איינער דערפון איז געשטארבן אויפן ארט, און נאך איינער איז אין א שווערן צושטאנד. בלומבערג זאגט, אהה ניין, ער זאגט גארנישט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דאגי'ס באר-בי-קיו ענד רעסטוראנט'. ביי אונז ברויכט איר נישט ווארטן פינף יאר צו ווערן אויפגעלעזט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:43 pm
דורך שמואל הלוי
יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר, קיפ איט אפ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:54 pm
דורך קאוקאנט
שכויח רב שעפטל פארן אהערברענגען די נייעס. מיר ליינען מיט דורשט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:36 pm
דורך דעינעש
שמואל הלוי האט געשריבן:יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר,

דערקוויקנד, אלס מיט\צום טעם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:50 pm
דורך פעדער
דעינעש האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר,

דערקוויקנד, אלס מיט\צום טעם.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:25 am
דורך שמעקעדיג
שעפטל דו ביסט עפעס צוקער זיס, (ממש ווי זאלצוואסער... אוי, וואו בינעך דא?)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 am
דורך פעדער
בנימין נתניהו ווידעראמאל אין קעגנזאץ צו אבאמא. ביי א פרעסע קאנפארענץ מיטן בולגארישע פרעמיער מיניסטער באיקא באריסאוו האט נתניהו זיך געאיייסערט היתכן אמעריקע שטעלט נישט קיין רויטע ליניעס פאר איראן אויפצוגעבן אירע נוקלעארע פראגראמען, ווען נישט וועט אמעריקע נעמען שריט אנטקעגן איר.
ביז איצט האבן שוין אלע געזעט קלאר אז דיפאלאמאטיע און סאנקציעס האבן נישט געארבעט, כאטש די סאקנציעס האבן געשעדיגט זייער עקענאמיע האט עס אבער נישט אפגעשטעלט איראנ'ס נוקלעארע פראגראם, דאס איז א פאקט. און יעדער טאג וואס גייט פארביי ווערט זי נענטער און נענטער צו נוקלעארע באמבעס. אויב איראן ווייסט אז ס'נישטא קיין רויטע ליניע, אז ס'נישטא קיין דעד ליין, וואס וועט זי טוהן? גענוי וואס זי טוט יעצט: עס זעצט פאר אהן קיינע שטערונגען צו עררייכן נוקלעראע וואפן מעגליכקייטן און פון דארט צו נוקלערארע באמבעס. די וועלט זאגט פאר איזראעל: ווארט! "ווארט פאר וואס?" ווארט ביז ווען"??"
דאס קומט א טאג נאכוואס סעקרעטערי אף סטעיט קלינטאן האט געזאגט: אמעריקע וועט נישט שטעלן א דעד ליין פאר איראן!
נתניהו האט דאס שארף פארדאמט זאגענדיג: די אלע אין די אינטערנאציאנאלע קאמיוניטי וועלכע אנטזאגן זיך פון שטעלן א רויטע ליניע פאר איראן זענען מאראליש נישט בארעכטיגט צו שטעלן רויטע ליניעס אנטקעגן איזראעל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 am
דורך פעדער
תימנ'ע באאמטע באריכטן, דרייצן אומגעקומענע אין א אויסגערעכנטע באמבע אויפרייס געציהלט אומצוברענגען תימנ'ער דעפענס מיניסטער, דער לעצטער אומבאשעדיגט.
y net
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:02 am
דורך פעדער
פאליציי אין איזראעל האבן אנטדעקט א מאסיווע ארסענאל פון וואפן, אמוניציע, פייפ באמבעס, כאמאס ליטעראטור. באהאלטן אין גרינצייג געשעפט אין מזרח ירושלים, און פארשן נאך אויס די מאטיוון וואס ליגן אונטער דעם. ווי אויך איז געלעגן דארט א סומע פון א פערטל מיליאן שקל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:02 am
דורך פעדער
באראק אבאמא האט פארשפראכן אמעריקאנע שטיצע פאר די אראבישע רעוועלאציאנערנדע מדינות וועלכע פרובן צוריק צו עררייכן פארמעגנס פון זייערע צעפאלנדע רעזשימען.
אבאמא זאגט אז דאס צוריקגעבן די געלטער, וואס ער שאצט צו ווערט זיין ביליאנען דאלארן, איז קריטיש נויטיג צוהעלפן פונדאסניי זיי איבערבויען און סטאביליזירן (אזעלכע לענדער ווי עגיפטן, ליביע, און טוניזיע)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:08 am
דורך פעדער
דער איראנער ריאל איז געפאלן מיט נאך 17 פראצענט אין די לעצטע פינף טאג האלטענדיג יעצט ביי 25,650 אנטקעגן די דאלאר.
איך מיין אז איך בין דער רייכסטער מאן פון איראן היינט צוטאגס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:17 am
דורך פעדער
ליאן פאנעטע: אויב איראן וועט באשליסן צו בויען א נוקלעארע באמבע, וועט אמעריקע האבן אביסל מער ווי א יאר צו רעאגירן עס אפצושטעלן.
צולייגענדיג: מיר פארמאגן נישקשה'דיגע שפיאנאזש אינפארמאציע אויף איראן, מיר ווייסן בכלליות וואו זיי שטייען, און במילא האלטן מיר א נאנטע אויג אויף זיי.