טשי-קאווע נייעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
גמליאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

טשי-קאווע נייעס

שליחה דורך גמליאל »

קעווין מילער - א מאן פון סאוט קאראליינע - האט געהאט א געשמאקן חלום אז ער האט געוואונען די לאטעריע, און אנדערש ווי רוב מענטשן וואס לאכן זיך אויס פון חלומות, האט ער באשלאסן אז ער וועט טון למעשה.

עטליכע טעג שפעטער אויפ׳ן וועג צום ארבעט, האט ער זיך אפגעשטעלט אין א לאקאלן געשעפט און געקויפט א צען דאלאר׳דיגן ׳סקרעטש אף׳ קארטל און געוואונען די פאנטאסטישע סומע פון 250,000 דאלאר!

חברה, ס׳איז צייט עפעס צו טון מיט אונזערע חלומות...
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

אין אנדערע שיקאווע נייעס, האט היינט די אמעריקאנע פרעזידענט באערט די 'הונט' פון וועם ער רעדט שוין אפאר וואכן מיט גרויס עקסטאז, און אים געשאנקן א מעדאל!
גמליאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

טשי-קאווע נייעס

שליחה דורך גמליאל »

אין אנדערע לאטעריע נייעס האט א מאן אין באלטימאר געוואונען א מיליאן דאלאר א דאנק זיין צעבראכענעם פוס.

דער מאן ארבעט אלס א מעכאניק און האט זיך לעצטנס צעבראכן די פוס אינמיטן די ארבעט, נישט קענענדיג צוריק גיין צום ארבעט האט ער באשלאסן אנצוהייבן שפילן די לאטעריע.

זיין מזל האט אים פיין געשפילט ווען ער האט געוואונען $2000 פון פיר באזונדערע דרייסיג דאלארדיגע סקרעטש אף קארטלען אין די ערשטע צוויי וואכן.

דאן איז אנגעקומען דער גליקליכער טאג ווען ער איז אנגעקומען אינדערהיים נאכ׳ן זיך איינהאנדלען צוואנציג דאלארדיגע סקרעטש אף קארטלען, און צו זיין פרייד אויסגעפונען אז ער איז רייכער געווארן מיט א מיליאן דאלאר!

נישט אלעמאל איז אזוי שלעכט ווען עס הייבט אן גיין בארג אראפ...
פארשפארט