בלאט 5 פון 6
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:43 pm
דורך קפה נמס
בן אדם האט געשריבן:קפה נמס האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....
אביסל נעריש גערעדט. ס'איז אזוי ווי מ'זאל פארגלייכן צוויי ראשי ישיבות אין לערנען דורך זייער שיחות מוסר...
כ'מיין האסט געשריבן "דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה".. וויאזוי ווילסטו דאס בודק זיין אויב נישט דורך זייערע חידושי תורה..
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך דארף עס נישט בודק זיין, און זיכער נישט דורך ויואל משה. כ'האב נאר געשריבן א באוויסטע פאקט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:59 pm
דורך קפה נמס
@בן אדם,
דערמאנסט מיר א לאכעדיגס וואס א ליטווישער יוד האט אמאל פארציילט. ער איז געווען ביי א שמחה מיט זיינע סאטמארער קרובים האט ער אינמיטן שמועסן וועלנדיג זיך חנ'דלען צו זיי זיך אויסגעדרוקט אז סאטמאר רב ז"ל איז ממש געווען דער חפץ חיים בדורנו. איז איינער פון זיינע קרובים אויפגעשפרונגען: דו גלייכסט צו די ח"ח צום רבי'ן ?? דו ווייסט בכלל ווער סאטמארער רבי איז געווען ???

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
גוט, גוט
איך בין נישט קיין סאטמערער אבער כ'האב שוין צופיל געהערט איבער זיין גאונות, און טאקע מער פון אנדערע גרויסע רבי'ס. און ס'נישט שייך אוועקצומאכן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:14 pm
דורך קפה נמס
קיינער מאכט ח"ו נישט אוועק. האסט געשריבן אז מ'קען נישט צוגלייכן רב שך צו אים....

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
סאטמער רב האט געהאט א שארפער קאפ און א מוח עצום, און א געוואלדיגע זיכרון.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:33 pm
דורך moshav zekeinim
דער ויכוח איז אביסל שטיל געוורן. אוי איז דאס געווען א זאפטיגע ויכוח, עס האבן זיך געגאסן לשונות מיט ראיות הפלא ופלא, א ריכטיגע נאכמיטאג שמועס אין פאליש (בהמ"ד).
איך וואלט פארגעשלאגן פאר @כוכב דער עורך פונעם שטיבל, אז זיין קומענדיגער קאלעקציע זאל זיין ספר הויכוחים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:(און אפשר קען מען זאגן אז רב שך איז געווען א שווערער ר' חיים)
א"י א שווערע 'ש"ך'.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עודך, פון וואנעט ווייסטו דו די גדלות בתורה זיינער? ווייז אויף, קיינער איז נישט מחוייב צו גלויבען ווייל אזוי ווילט זיך.
און לגבי די מועצת היתומים, די מעשה מיט'ן סאדיגערער איז אחד מני אלף. רעד מיט תלמידים און מקורבים, און דו וועסט זען אז אזוי איז געווען.
די פראבלעם פון המשכת האדמו"רות איז נישט קיין קליינע זייטיגע, דארט ליגט די גאנצע פראבלעם פון די זאך.
די אלע אנדערע משלים פון אדנירם זענען נישט געווען ווערט די צייט. ער ברענגט נישט ריכטיג הרב שך'ס דעה נאר מיט אן עקסטרעמער אויסדרוק, און נאך דעם איז דאס לייכט אפצוווענדען. קוק נאך הרב שך אין זיין אייגענע שפראך, וכמבואר במכתבים ומאמרים ועוד, זעט מען א קלארער מיינונג, נישט פאליטיק און נישט פערזענליך.
ביסודן של דברים בין איך נישט מסכים מיט דיר, אבער מה אעשה אז דער בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער:

דער השתלשלות פון 'דעת תורה', 'צדיק הדור', און 'גדול הדור'.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:38 am
דורך ירא שמים
בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין פארענטפערן מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 9:29 am
דורך diff
חסידות האלט אז ס'טויג נישט ווען ת"ח פירן. ווייל אויב זיי פארפארן איז נישטא ווער ס'זאל צירוקברענגען
Re: דער השתלשלות פון 'דעת תורה', 'צדיק הדור', און 'גדול הדור
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 10:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ממילא זאל מען שוין פארפארען?!
און איך דארף אויפווייזען אז חסידות איז באנקראט? !
און טאקע ווער קען צוריקפיהרען ווען אן א.ג. צדיק פארפיהרט?
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 11:48 am
דורך [NAMELESS]
@diff הער שוין אויף מיט נאנסענס !!
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:14 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר
ירא שמים: ווייל דו קענסט נישט קיין מדרש פליאה'ס מיינסטו אז ער האט נאר געקענט מדרש פליאה'ס....

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 1:08 pm
דורך diff
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:@diff הער שוין אויף מיט נאנסענס !!
ביסט חולק על הכהונה אדער מלכות בית דוד ?י
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:@diff הער שוין אויף מיט נאנסענס !!
ביסט חולק על הכהונה אדער מלכות בית דוד ?י
יו"כ ווען איך וועל האלטן אינמיטן ווידוי. ווען איכ'ל צו קומען צו
לצנו וועל איך אריינקוקן אין דיין תגובה...!
אמונה וידיעה
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:42 pm
דורך אויבערלענדער חכם
א. אויב מען גייט מיט אמונה קען זיין אז רב שך איז געווען נאך גרעסער אין נסתר ווי דער בעל שם טוב אליין.
ב. אויב מען גייט מיט ידיעה, לאמיר זעהן:
הרב שך
1. אבי עזרי - כולל חידושים עמוקים על ששה סדרים!!
2. בית המדרש - הערות חשובות
3. מכתבים ומאמרים ושיחות מוסר
4. חידושים על הרבה מסכתות הש״ס
בעל ויואל משה
1. ויואל משה - ספר גאוני (שכל מבקש האמת יודע שלא נתחבר לקלוע אל מטרת האמת) שנתחבר בעזרת יועצים ותלמידים.
2. על הגאולה ועל התמורה - ספר ברמה של מכתבים ומאמרים
3. חידושי סוגיות - פטפוטי דאורייתא
4. שו״ת דברי יואל - ספר שו״ת ברמה של כל רב חשוב בהונגריה באיכות ולא בכמות
5. דברי יואל עה״ת - ספר דרוש חשוב מאד וחבל שיש כ״כ על ציונות שבלא״ה היה ראוי להיות גולת הכותרת שלו.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:48 pm
דורך [NAMELESS]
אויבערלענדער חכם, שרייבן א ספר איז אן עקסטערע טאלאנט וואס נישט יעדער גאון קען באווייזן.
מדידת גדלות בתורה של "אדמורי"ם"
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 5:11 pm
דורך אויבערלענדער חכם
בן אדם האט געשריבן:אויבערלענדער חכם, שרייבן א ספר איז אן עקסטערע טאלאנט וואס נישט יעדער גאון קען באווייזן.
די פראבלעם איז אז ער האט יא געשריבען. איך מיין נישט אוועק צו מאכען זיין גדלות בתורה. ער איז זיכער געווען א גאון - ווען ער האט געזאגט א שיעור אין טעלז, האט רבי אליהו מאיר בלאך געזאגט אויף עם, אז "וואלט ער געווען ביי אונז, וואלט ער געווען א 'רבי ברוך בער'". קיין ספק נישט אז ער איז געווען א תלמיד חכם גדול. מען דארף נאר געדענקען א פאר נקודות.
1- די מציאות איז אז מען ערווארט גאר ווייניג פון א "אדמו"ר" עם צו רופען א "גאון הדור", אויב א אונגערמאן גייט אריין צו איין אדמו"ר און דער אדמו"ר ווארפט א קצות אדער א נתיבות, גייט ער ארויס זאגענדיג אז דער רבי איז א גאון. וואלט סתם א אונגערמאן אין כולל געטוהן די זעלבע וואלט ער בכלל נישט נתפעל געווארען. די סטמר רב מיט זיין גאנצע גאונישע קאפ, האט נישט געשריבען תשובות אויפ'ן רמה פון די טשיבינע רב, אפילו ווען ער האט זיך יא אריין געטוהן אין א סוגיא בכתב איז עס נישט געווען א פארגלייך צו קיין איינער פון די גאוני דורו [עיין רשימה לעיל]. גראדע איז רב שך'ס חידושים אויך נישט עפעס אויסערגעווענדליך, אבער ער האט ארויסגעוויסען תלמיד חכם'שאפט אין ששה סדרים!! רוב גדולי ישראל במשך די דורות האבען נישט קונה געווען "ששה סדרים", דאס מיינט זיי האבען נישט געקענט באופן עמוק זרעים, קדשים, און טהרות. הרב שך האט שיינע חידושים אין די דריי סדרים. מועד נשים נזיקים איז אפגערעדט. מיר האבען נישט קיין איין ראיה אז דער "ויואל משה" איז אנגעקומען ווי רוב גדולי ישראל זענען נישט. בלי ראיה מוקמינן גברא אחזקה.
2- אין ויואל משה האט ער זיך די מערסטע אנגעשטרענגט צו ווייזען די ריכטיגקייט פון זיין שיטה. עס איז גאר נעריש צו טראכטען אז ער וואלט געקענט טוהן בעסער'ס. פון די ספר זעהט מען טאקע א וועלט פון בקיאות, אן אפענע קאפ וואס האט פארשטאנען אן ענין [יש שם הרבה ידיעות חשובות לגבי כללי הש"ס והפסוקים וכו'], מען זעהט א גאונישע קאפ, אבער קלאר נישט אין די שורה פון הרב מטשיבין, החזון איש, האבן האזל, בעל משנת רבי אהרן, האגרות משה, הגרי"ז, וכו'. עס איז אויך ידוע אז מען האט עם געהאלפען.
3. אין זיין תשובות האט ער דאך געפסקנ'ט להלכה. מען קען עס נישט אוועק מאכען אלץ שלש סעודות תורה. ווייטער זעהט מען א געזונטע פוסק, אבער נישט א חד בדרא בכלל.
4. זיין חידושי סוגיות זענען די חידושים וואס ער האט מחדש געווען לחדד התלמידים. נו נו.
5. זיין דרוש איז געווען בחסד עליון, אבער די זאכען קומען נאר פון א מח גאוני נישט פון עמלות בתורה.
איך מיין באמת נישט אוועק צו מאכען. ער איז געווען גאר א חשובע אונגארישע רב. משורה הראשונה ביניהם. אבער נישט קיין חד בדרא אין גדלות בתורה. אז ער איז געווען גאון הדור גלויבען נאר זיינע חסידים און די וואס לאזען זיך איינרעדען ביי זיי. איך וויל מבהיר זיין אז מיין מטרה איז נישט אוועק צו מאכען איינער וואס איך האב א סאך כבוד און ערע פאר עם, נאר ארויס צו ברענגען אז "רביסטיווע" פארבלינד גאר שטארק די אויגען ווען מען קומט מעסטען די זאכען. א גאונישע קאפ, זיכער, אבער ער האט נישט א סאך תורם געווען לגבי תורה.
למעשה אין הסטוריה די וואס האבען תורם געווען תורה בלייבען א סאך לענגער ווי די מנהיגים בשעתם. די דברי יציב האט איבערגעלאזט א סאך מער לעגאסי (legacy) ווי דער דברי יואל. די "ויואל משה" איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, און מאיזה סיבה שהיא (אולי זכות אבות או עזרת התלמידים) איז די שו"ת דברי יציב מער ניצבאר ווי די שו"ת דברי יואל. איך כאפ אן דער משל ווייל בחייהם איז געווען פשוט אז דער סטמר רב איז מער צום זאך אין לערנען. ער האט געהאט מער א געזונטער און קלארער קאפ ווי די דברי יציב'ס געליציאנע מפולפלדיגע קאפ.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 5:27 pm
דורך קפה נמס
הערליך שיין צונומען... @אויבערלענדער
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 5:31 pm
דורך קפה נמס
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר
ירא שמים: ווייל דו קענסט נישט קיין מדרש פליאה'ס מיינסטו אז ער האט נאר געקענט מדרש פליאה'ס....

פארפאלן, בערעלע, א סאטמארער בלייבט סאטמארער... טאטש אים נאר אין די ריכטיגע פלאץ...
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
אויבעלענדער חכם, יעצט באמערקט. ס'זייער שיין און קלאר.
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 10:15 pm
דורך איש את רעהו
[tag]אויבערלענדער חכם[/tag]
אמיתה של תורה איז נישטא קיין צוויי
אדער האט סאטמארע רב יא מברר געווען צום אמת פון די תורה און ער האט עפ''י דעת תורתו געזען די סוף פון די שמדינה של ישראל וואס וועט לבסוף מאכן מיט אירע בירגער
און אין דעם איז די סאטמארע רבי געווען א ''חד בדרא'' יא ממש א יחיד וואס האט מיט א שטייפקייט קלאר געזאגט און געשריבן אויף די טעמע נישט זיך שרעקנדיג פאר וואס גרוינעם און אויבער חכם וועלן זאגן, ער האט קלאר מברר געווען לאמיתה של תורה די יחס וואס אידן דארפן האבן צו די מדינה און אירע איינשטאלטען.
און אויב האלטסטו אז די אנדערע האבן געהאט רעכט און די אלע מימרות וואס ווערט נאכגעזאגט פון זיי בקשר צו די מדינה איז אמת דאן האסטע בכלל נישט וואס זיך מייחס זיין נאך די בירור און ליקוט מפי ספרים וסופרים וואס סאטמארע רבי שרייבט אין זיינע חיבורים.
...
איינער וואס קוקט היינט מיט קלארע ברילן און זיכט נישט צו ווערן פארדרייט, זעט זייער קלאר די סוף פון די שמדינה'לע און די אלע וואס האבן זיך צוגעקלעבט צו די כסאות של כבוד וממון פון די מדינה הציוני זענען היינט פארזינקען אינעם קשר של רשעים ובוגדים אינעם כנסת המינים