ארעסטן אין וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

אייגענארטיג האט געשריבן:
_'(.jpg

ר' אברהם רובין



ס'איז א שעים! אברהם רובין איז געווען דער וואס איז געגאנגען ארויסבעילן דעם דייטש בחור ווען מ'האט עם ארעסטירט צווישן אנדערע בחורים, ער האט עם געגעבן סופארט און געהאלפן מיט לויערס. דער דייטש בחור האט געגעסן ביי עם שבתים, און די גאנצע זאך פארוואס אברהם רובין איז בכלל געווארן אינוואלווד אין די פיקטשער איז געווען ווייל דייטש איז געקומען בעטן הילף פון רובין, ער האט געפרעגט פארוואס יעדער נעמט זיך אן פאר וועבערמאן און נישט פאר דאס מיידל, האט עם רובין געזאגט נישט קיין פראבלעם, אויב דו וועסט אויפגיבן די קעיס וועל איך דיר גיבן וויפיל געלט ס'פעהלט אויס צוצושטעלן הילף פאר דאס מיידל פאר טעראפי און דערנאך אז זי זאל זיך קענען שטעלן אויף די פיס.

ווען דער דייטש האט שוין געהאלטן ביים אננעמען דעם אנבאט, ווייל ער האט געוויסט אז רובין מיינט דא נאר זיין גוטס, ביז אנדערע רשעים זענען אריינגעקומען אינעם בילד, און זיי האבן צוגערעדט דייטש אז ער זאל נישט אקצעפטירן דעם אנבאט, נאר גיין "אפכאפן" ווי אברהם רובין אפערט אים געלט, און אים ארעסטירן.

און דער כפוי טובה האט געפאלגט די רשעים.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

רובין היינט
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

גדעון, איך האב מורא די זאגסט ליגנט, איך האב בפירוש געהערט אויף wins אז דער דשאדש האט ריפיוסט בעיל...

די פלעינע אפענע שקרים, במילתא דעבידי לגלויי פונעם די עי'ס אפיס, וואס ווערט געפיטערט פאר די מידיע, שרייט דאך אזוי הויך אז מ'קען כמעט טויב ווערן דערפון. דאס אליינס אז זיי זאגן אן קיין בושה אז דער דשאדש האט ריפיוזד בעיל, ווען בס"ה האט מען געבעטן פינף אלפים איטש פאר די בערגער ברודער, דאס ווייזט ווי שטארק היינס וויל פשוט געפעלן פאר די מידיע. ווען זיי וואלטן געהאט א שטארק קעיס קעגן די בערגערס וואלט מען זיי קיינמאל נישט ארויסגעלאזט פאר אזא קליינעם סומע. דער דשאדש ווייסט אויך ווי הארב וויטנעס אינטימידעישאן איז, נאר זעענדיג אויבן אויף וואס ליגט דא אונטער דעם קעיס האט ער גאנץ שנעל איינגעזעהן אז מען רעדט דא פון א פאפירענעם קעיס וועלכע איז בס"ה פאבריצירט געווארן צו העלפן געבן היינס א שיין פנים, און דעריבער האט ער אנגעפיפן דעם פראסעקיוטער און געשטעלט בעיל ביי פינף טויזענט דאללער.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: ארעסטן אין וויליאמסבורג

שליחה דורך איחוד פעלד »

בעיל איז אייביג געווען ביליג.
פאר אידען איז עס טייערער, ווייל מען האט מורא פין אנטלויפען צו אר"י.
היינט אז די מדינה שיקט צוריק, איז עס אראפ.

בכלל, פין וואנעט ווייסטו ווי שטארק די קעיס איז?

נאך איין נקודה, צו די קעיס איז יא שטארק אדער נישט, גייט מען נישט אפערען געלט און סטראשען הכשרים אויף אנגעפאראנע מענטשען נאכדעם וואס דער די עי האט געזאגט אז ער גייט נישט טאלערירען.

א רחמנות אויף נחמיה, טאמער ביז היינט האט ער געהאט האפענונג, איז עס זיכער הונדרעט מאהל שווערער געווארען פאר אים.
עס שרייט דאך ארויס, ווען איינער איז אומשולדיג טוט מען דען אפערען האלב מיליאן?
מה יענה צום דזאדזש?
דער ריכטער איז נישט בלינד. די אלע זאכען האבען א שטארקע איינפלוס.

מען דארף אויף הערען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

אויך א פוינט, אבער נישט ממש, ווייל ווי נישט ווי טוט מען אלץ כל מיני השתדלות, ווי דאס דא ביי אונז, אפי' עס קען זיין גוטע שאנסן אחוץ דיע.
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

שוין צום וויפעלטן מאל שרייבט דא איינער א ראי' אז נ.וו. איז שולדיג, ווייל מ'האט גע'אפערט 500,000 דאללער, די 500,000 דאללער האט נישט קיין שייכות מיט וועבערמאן, אברהם רובין האט געארבייט אויף זיין אייגענע האנט, ער האט דא געוואלט העלפן דאס מיידל.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

יונגערמאנטשיק האט געשריבן:שוין צום וויפעלטן מאל שרייבט דא איינער א ראי' אז נ.וו. איז שולדיג, ווייל מ'האט גע'אפערט 500,000 דאללער, די 500,000 דאללער האט נישט קיין שייכות מיט וועבערמאן, אברהם רובין האט געארבייט אויף זיין אייגענע האנט, ער האט דא געוואלט העלפן דאס מיידל.


ניין! קיינער האט נישט געשריבן אז נ.וו. איז שולדיג ווייל...

איחוד פעלד האט געשריבן:נאך איין נקודה, צו די קעיס איז יא שטארק אדער נישט, גייט מען נישט אפערען געלט און סטראשען הכשרים אויף אנגעפאראנע מענטשען נאכדעם וואס דער די עי האט געזאגט אז ער גייט נישט טאלערירען.

א רחמנות אויף נחמיה, טאמער ביז היינט האט ער געהאט האפענונג, איז עס זיכער הונדרעט מאהל שווערער געווארען פאר אים.
עס שרייט דאך ארויס, ווען איינער איז אומשולדיג טוט מען דען אפערען האלב מיליאן?
מה יענה צום דזאדזש?
דער ריכטער איז נישט בלינד. די אלע זאכען האבען א שטארקע איינפלוס.




ער שרייבט קלאר אז דער ריכטער האט א שטארקער מעגליכקייט אנצוקוקן די מצב אזוי! דו ביסט מסופק אין דעם?
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

איך בין נישט מסופק, איך זעה בכלל נישט די שייכות צווישן די צוויי, און קיינער אין די מידיע האט דאס נישט פראבירט צוזאמצושטעלן. דא זענען געווען א גרופע פריוואטע מענטשן וואס האבן פראבירט ארויסצוהעלפן וועבערמאן, דאס ווייזט לגמרי נישט אויף זיין שולד, און ווען איך בין ווען די דזשאדזש וואלט איך עס נישט אנגעקוקט אזוי.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

דבילה האט געשריבן:
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:שוין צום וויפעלטן מאל שרייבט דא איינער א ראי' אז נ.וו. איז שולדיג, ווייל מ'האט גע'אפערט 500,000 דאללער, די 500,000 דאללער האט נישט קיין שייכות מיט וועבערמאן, אברהם רובין האט געארבייט אויף זיין אייגענע האנט, ער האט דא געוואלט העלפן דאס מיידל.

ניין! קיינער האט נישט געשריבן אז נ.וו. איז שולדיג ווייל...
איחוד פעלד האט געשריבן:נאך איין נקודה, צו די קעיס איז יא שטארק אדער נישט, גייט מען נישט אפערען געלט און סטראשען הכשרים אויף אנגעפאראנע מענטשען נאכדעם וואס דער די עי האט געזאגט אז ער גייט נישט טאלערירען.
א רחמנות אויף נחמיה, טאמער ביז היינט האט ער געהאט האפענונג, איז עס זיכער הונדרעט מאהל שווערער געווארען פאר אים.
עס שרייט דאך ארויס, ווען איינער איז אומשולדיג טוט מען דען אפערען האלב מיליאן?
מה יענה צום דזאדזש?
דער ריכטער איז נישט בלינד. די אלע זאכען האבען א שטארקע איינפלוס.

ער שרייבט קלאר אז דער ריכטער האט א שטארקער מעגליכקייט אנצוקוקן די מצב אזוי! דו ביסט מסופק אין דעם?


לגמרי נישט. דער ריכטער פארשטייט אז מענטשן האבן נישט ליב צו דארפן דורכגיין עפנטליכע פראצעסן און קענען עס באשטיין צו באהאנדלען אונטער'ן טיש , איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון ארטאדאקסישע אידן וואס גלייכן דאס זייער נישט, און דערצו ווען עס רעדט זיך פון אזא סארט קעיס, וואס איז נאך א ספעציעל בושות'דיגער ענין און איז אויך א ספעציעל שווערע סוגיא צו קענען איבערצייגן אין געריכט. אוודאי וואלט ער געקענט באשטיין עס צו סעטלען אינדרויסן. טראכט נאר אריין צי איינער וואלט דיך חושד געווען, אבער וואלסט געווען אומשולדיג, צי וואלסט נישט געווען גרייט צו צאלן א פעטן אפותיקי אז די זאך זאל זיך אפשטילן און פארטיג, איבערהויפט ווען ביסט אן אנגעזעענער מענטש מיט א שטוב מיט קינדער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דבילה, איז דא נאך א ציוויליזירטע לאנד וואו מ'באקומט מער טורמע פאר'ן גנבענען געלט (אפילו פוירסט אפענדערס) ווי פארן הרג'נען א נפש ? נאר אין אמעריקע! די מלכות של חסד - פארגעס נישט! נאך ווי דארף מען אנטלויפן, סא פארשאלטענע פארשטינקענע גרידי לאנד, וואו געלט איז מער חשוב פון א מענטשליכן לעבן! טפוי!

מיינסט אומזיסט איז געשען א 911 ? דער אייבישטער האט זיך זיינע וועגן. איך האף נאר אז די קומענדע 911 וועט דער'פטר'ן 3000 שלעכטע דזשאדזשעס און אטוירני דזשענעראלס אינקלודינג דזשאדזש ריעד פון רובאשקין. ווען איך זעה אן אמעריקאנער פלעג שפיי איך!
-------
איינער גייט יעצט פרעגן צי איך האב פוד סטעפס, ווארט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

די מעשה האט געהאט איעדע אינגרידיענט פאר א ערשט קלאסיגע חילול וויליאמסבורג (השם).
דע פאקט אז אונזערע פירער האבען דעס נישט פארגעזען פונעם ערשטן מינוט, און געשטופט דעם עולם צו שטראמען צום פדיון שבוים דינער אין קאנטינענטעל און זיך ארויסשטעלן פארנט פון די אומצאליגע מידיע אויטלעטן אלץ די וואס שטיצען קרימינאלן, אפגעזען צו מיר זענען גערעכט צו נישט, זאגט אונז אלעס וואס מיר דארפן וויסן איבער די עיני העדה!
אני בעניי האב עס געזען קומען פונקטליך אויף דע אופן ווי עס איז.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

קלוג און יונג האט געשריבן:די מעשה האט געהאט איעדע אינגרידיענט פאר א ערשט קלאסיגע חילול וויליאמסבורג (השם).
דע פאקט אז אונזערע פירער האבען דעס נישט פארגעזען פונעם ערשטן מינוט, און געשטופט דעם עולם צו שטראמען צום פדיון שבוים דינער אין קאנטינענטעל און זיך ארויסשטעלן פארנט פון די אומצאליגע מידיע אויטלעטן אלץ די וואס שטיצען קרימינאלן, אפגעזען צו מיר זענען גערעכט צו נישט, זאגט אונז אלעס וואס מיר דארפן וויסן איבער די עיני העדה!
אני בעניי האב עס געזען קומען פונקטליך אויף דע אופן ווי עס איז.


דיין הגה איז אז מען האט נישט געמעגט גיין ?
חלילה לך אפי' נאר צו טראכטן אזוי. יא !! עס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג אין די מידיע נא! פאר דעם זענען מיר אידין אין נישט אלעס איז וואס זאגט יענער אדער וואס טראכט יענער !!!!!!!!!!!!!!!!!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: ארעסטן אין וויליאמסבורג

שליחה דורך איחוד פעלד »

פשט איז
ווען דער אמת וואלט געווען אז ליידער זענען די מעשיות אמת, נ. וו. האט ליידער יא געטשעפעט דאס מיידעל, וואלט דאך דעא גאנצע עולם געשטיצט נ. וו., והא ראיה דא אז זי זאגט אז עס איז געשעהן האלט דאך יעדער אז זי איז נישט באגלייבט, אהן האבען עפעס א ראיה צו דעם מער ווי אז נ. וו. איז אחד משלנו און זי איז אנגעפארען.
קומט דאך אויס אז לעיני הגוים זענען משוגע צודרייט,
דארף מן עס מאכען אויף א שטילע אופן.
יעצט אז מען האט געמאכט א טראסק, און געשריבען עלילת דם און אלע גאסען און דאס האט געמאכט א פגאטעסט און דאס האט ארויס געברענגט היינז פין די גלייזען, יא יא, וועלען מיר אלע ליידען.

די גמרא זאגט אז די חורבן איז געשעהן על שהעמידו דבריהם על דין תורה.
אונז טוהן דאס ביי איעדער קעיס קעגען איי ער משלנו, מען קוועטשט תירוצים, עדות, פרום, הויזען, דמיון, קטן, וכו',
דאס איז ראנג, און דער ריכטער וועט וועלען ווייזען א לעסאן השם ירחם.

לא די וואס אונז טוהען מיר אן עוולה מיט קיינמאל נישט גלייבען די אנגעטראפענע, העלפען מיר נישט אזא איינער ווי נ.וו. נאר מען לייגט אים טיפער און לאך אריין.
דער וואס האט אים מייעץ געווען נישט אהננעמען דעם פלי בארגען פאריאר, קען זיך רואיג קלאפען יעצנו רעה,
ווייל ער האט נישט נאר געלייגט נחמיה און תפיסה, נאר דער נעקסטער פראבלעם, ווי למשל די יעצטיגער פיר יונגעלייט וואס אפילו זיי וועלען ארויס מיט גארנישט גייען זיי זיער מיטמאכען שלאף לאזע נעכט, און ווער ווייסט וואס נאך דער היינז קען דא אפיר זוכען בעניני ממונות וד"ל.

יא יא, א דאנק אייך נחמיה און זיינע פערדען פאר דאס אנמאכען.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וואס איז געווען די פלי בארגעין ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

אייגענארטיג האט געשריבן:
קלוג און יונג האט געשריבן:די מעשה האט געהאט איעדע אינגרידיענט פאר א ערשט קלאסיגע חילול וויליאמסבורג (השם).
דע פאקט אז אונזערע פירער האבען דעס נישט פארגעזען פונעם ערשטן מינוט, און געשטופט דעם עולם צו שטראמען צום פדיון שבוים דינער אין קאנטינענטעל און זיך ארויסשטעלן פארנט פון די אומצאליגע מידיע אויטלעטן אלץ די וואס שטיצען קרימינאלן, אפגעזען צו מיר זענען גערעכט צו נישט, זאגט אונז אלעס וואס מיר דארפן וויסן איבער די עיני העדה!
אני בעניי האב עס געזען קומען פונקטליך אויף דע אופן ווי עס איז.


דיין הגה איז אז מען האט נישט געמעגט גיין ?
חלילה לך אפי' נאר צו טראכטן אזוי. יא !! עס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג אין די מידיע נא! פאר דעם זענען מיר אידין אין נישט אלעס איז וואס זאגט יענער אדער וואס טראכט יענער !!!!!!!!!!!!!!!!!

האלא, מע האלט שוין נישט ביי וואס יענער "זאגט" אדער "טראכט" מ'האלט ביי וואס ער 'טוט'! ער ארעסטירט!
אה, און אגב דער "יענער" וועם די מאכסט אזוי אוועק אוז די גאווערנמענט אונטער וועם די שוצט דיך און ביסט אינטערגעווארפען.
און אויף דיין קשיא וואס איך מיין, צו מען האט נישט געמעגט גיין. ניין! אויסדריקליך נישט!
ווילסט צאמשטעלן געלט צווישן מנחה און לכי נרננה פרייטיג צונאכט, כל הכבוד! אבער מיט א פאמפ, why?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:דבילה, איז דא נאך א ציוויליזירטע לאנד וואו מ'באקומט מער טורמע פאר'ן גנבענען געלט (אפילו פוירסט אפענדערס) ווי פארן הרג'נען א נפש ? נאר אין אמעריקע! די מלכות של חסד - פארגעס נישט! נאך ווי דארף מען אנטלויפן, סא פארשאלטענע פארשטינקענע גרידי לאנד, וואו געלט איז מער חשוב פון א מענטשליכן לעבן! טפוי!

מיינסט אומזיסט איז געשען א 911 ? דער אייבישטער האט זיך זיינע וועגן. איך האף נאר אז די קומענדע 911 וועט דער'פטר'ן 3000 שלעכטע דזשאדזשעס און אטוירני דזשענעראלס אינקלודינג דזשאדזש ריעד פון רובאשקין. ווען איך זעה אן אמעריקאנער פלעג שפיי איך!
-------
איינער גייט יעצט פרעגן צי איך האב פוד סטעפס, ווארט.

גיב א קוק, קיין איין סיסטעם איז נישט פערפעקט, און ווי לאנג ס'איז תלוי אין אינווידואלע מענטשן וועט די סיסטעם האבן לעכער. האסט א ברירה, קענסט גיין וואוינען אויף כינע (אויב דו וואוינסט נאך נישט דארט...)
די טענדאציע אפצומאלן דעם גאנצן אמעריקאנעם לאנד ווי "פארשאלטן, פארשטינקן, גירידי" בלויז ווייל די יוריסדיקציע סיסטעם איז לעכערדיג איז קינדעריש, געבויעט אויף א געפערליכע עגאיזם און קליין קעפיגקייט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

מען וועט דארפען ברענגען א פראפעשינאל מעסטער צו מעסטען די קעפ, צו זעהן וועמען קאפ סאיז קליין ווי עס ווערט גערופען דא קליינקעפיג,י
מען קען מיט דעם טייטשען די גמרא שבת לא. אז שמאי האט געגעבן א קלאפ פאר דעם גר באמת הבנין שבידו, דהיינו מיט זיין מעסטער, עס ווייסט אויז אז יעדער האט זיין אייגענע מעסטער
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

עס גייט ארים א שמועה איך ווייס נישט צי עס איז אמת אבער אויב יא איז עס ממש א שעם!!
מען זאגט אז דער בחור'ל דייטש פלעגט זיין גיט מיט אברמי רובין אזש ביזן עסען שאבעסדיגע סעודות ביי אים (שוין פריער ערווענט מיין איך), אין איין שבת איז ער געקימען מיט א ריקארדער אין טאש אין ריקארד וויאזוי ער זאגט אים צי געלט.
ווי איז יואליש? ער איז נישט א מחלל שבת? (דעס וועט מען שנעל וויסען פין די ריקארדער)
הקיצר אויב עס איז אמת איז עס א שעם. (ווי כאילו אז נישט נישט....)
איחוד פעלד האט געשריבן:
א רחמנות אויף נחמיה, טאמער ביז היינט האט ער געהאט האפענונג, איז עס זיכער הונדרעט מאהל שווערער געווארען פאר אים.
עס שרייט דאך ארויס, ווען איינער איז אומשולדיג טוט מען דען אפערען האלב מיליאן?
מה יענה צום דזאדזש?

מען דארף אויף הערען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין.



אין הכי נמי אפי יעדער האט דיר שוין ארויסגעוויזן אז די סטעטמענט איז טיפשות קען איך מיר נישט איינהאלטן אין איך מיז אויך ארויס ברענגען אז איך האלט אזוי.
וואס?? האלסט אז די שופט האט נישט קיין שכל? ער פארשטייט נישט אז א מענטש וויל זיך זעהן ארויס פין א פראבלעם אפי' ער איז הינדרעט פארצענט גערעכט (אין נאכדערצי ביי אזאליכע קעסעס)?
וויפל וואלסטי געאפפערט? וואלסט דיר נישט אויסגעטין די הויזען אבי נישט צי זיצען? ניץ די דשעלי אין קאפ פאר איר שרייבט עפעס פליז.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

טאמער דער דייטש האט אויסגעניצט רובין'ס גוטסקייט קעגען אים, איז עס א שטיק שלעכטקייט, כ'בין נייגעריג צי הערען דייטש'ס זייט פין די סטארי,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פליז יידל!

אוודאי איז קיין איין סיסטעם נישט פערפעקט, אבער ס'ווענט זיך וואו די אימפערפעקשיניזם קלאפט אויס! -- אין אמעריקע האט די אימפערקט סיסטעם אויסגעקלאפט אז הינדערטער טויזענטער מענטשן זיצן אין דזשעיל פאר חטאים אין דיני ממונות מעגן זיי זיין פוירסט אפענדערס אדער סתם זיך "אנגעשטאלפערט" אינעם געזעץ.

פארוואס -יידל- איז אמעריקע נומער 1 מיט אירע בירגער אין תפיסה ?? ס'דא איבער 2 מיליאן פריזענערס אין אמעריקע!

דו האסט דערמאנט "כינע" אלץ א גוטער וויץ, - דו ווייסט אז איך האב נישט געמיינט אז כינע איז בעסער - קוק אבער אהער, טשיינע האט 4 מאל אזויפיל בירגער און נאר האלב אזויפיל פריזענערס אין זייערע דזשעילס!

רוצחים אין אמעריקע האקן א טאג! די לויערס האבן אלע מינע טריקס און דיפענסעס ארויסצוזעהן אדער צו פארמינערן א מערדער פון תפיסה. איך רעד נישט פון קעיסי ענטאני (וואס דאס איז א הימל געשריי פאר זיך, זי וואלט געזיצן היינט אויב וואלט געווען די זעלבע עווידענס אז זי האט געגאנבעט א פעני פון די רעגירונג!) קוק ווי יאנקל רויזענבוים'ס מערדער ימ"ש דרייט זיך פריי!

יא! דאס איז אמעריקע! די לאנד "וואו יעדער בירגער איז איין מיסטעיק אוועק פון דזשעיל"!
---------
אמעריקעס ליגעל סיסטעם איז די בעסטע אין די וועלט פאר ריכטיגע קרימינאלן וואס האבן אלע מינע וועגן זיך ארויסצודרייען פון דזשאסטיס עיין קעיסי ענטאני קעיס.

מיט וואס איז קאנאדע, בריטאניע, דענמארק, שווייץ, (אקעי, דא האב איך א נגיעה) אויסטראליע, שוועדן ווייניגער "מלכות של חסד" פון אמעריקע? (שוועדן האט עקשועלי געראטעוועט אידן ביי די האלאקאוסט)

אונזערע מלמדים האבן אונז גוט געברעינוואשט.

אקעי מ'דארף אפטיילען פאר א עקסטע אשכול.

אמעריקע: די מלכות של תפיסה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

If convicted, Mr. Rubin faces up to seven years in prison. Joseph and Hertzka Berger each face a year in jail, and Jacob Berger faces up to four years.

נ.י. טיימס
actually; i'm using my blackberry more than my computer
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

אברמי רובין וועט מיט א גיטע לויער לכאורה נישט האבן קיין פראבלעם, עס איז שטארק מעגליך אז עס קען נאך בעקפייערען די גאנצע ארעסטן דא,
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך וויל בעטען מחילה פין אלע וואס זענען מחולק מיט מיר און ווילען דוקא האלטען אז דאס אפערען געלט פאר האש האש, מיינט נישט דוקא אז מען איז שולדיג,
אסאך זעהט אויס ווי אזוי זיי פלאצען פשוט אז איינער קען אזוי האלטען, און בפרט ר' קאמפיוטער וואס האלט אז יאך האב א פראבלעם מיט מיין דשעלי.....

אבער די אמת איז פארקערט ל"ע.

טראכט א מינוט אריין.

אוודאי איז לדעתינו דעת תורה זענען אלע גוים בעלי תאווה און בעלי דמיון, וואס ווילען נישט מער ווי דער אנגעפלאגטער איד פארטיליגען און אוועקלייגען, און אוודאי א קארט סיסטעם איז נישט מער ווי דאס פלאץ דאס צו טוהען אויף א סיווילען אופן.

אבער ליידער ליידער, זענען מיר נאך אין גלות, איז נישט אזוי ווערט עס אנגעקוקט לעיני הגוים, זיי האלטען אז ווען איינער האט א קלאגע אויף א צווייטען און ער גייט אין קארט, ווערט נתברר דער אמת ווי בוימעל אויף דעם וואסער 99 פערסענט, און ממילא ווען איינער ווערט אנגעקלאגט און ערכאות אויף א הארבען ענין ווי טשיילד מאלעסטעישען, ווען עס וואלט געוועהן שער ושקר, וואלט דער אמת נתברר געווארען אויף שטארקער פארנעם. למשל אויב דאס מיידעל טענה'ט אז נ.וו. האט זיך פאר איר מגלה געווען, קען מען דאך פרעגען צו ער האט א שומא במקום פלוני, און קעיס קלאזד, אויב זי ווייסט, ווי אזוי ווייסט זי???? (אוודאי ווען א אינגעל ווייסט, ווייסען מיר דאך דער אמת, אז דער אינגעל האט א פראבלעם מיט שמירת עיניים אין מקוה, אבער א מיידעל?)

אלא מאי, מוזען די פארשאלטענע גוים קומען צו די געמיינע מסקנה, אז ווען איינער האט אזוי מורא פארען יום הדין, אז ער מוז צאלען א מחצית השקל כדי צו פארשווייגען, מוז דאך זיין אז ער האט פשוט מורא די בוימעל זאל נישט אויף שווימען אויף'ן וואסער.

און נאך אמאהל, אוודאי פאר אונז אידען וואס מיר ווייסען נעבעך דער אמת, אז די גאנצע מעשה איז א קאנספיריסי, ווייל ער האט זי קאליע געמאכט און אוועק גענומען איר בוי פרענד, און מען האט איר געגעבען די נויטיגע אינפארמאציע צו קענען פארבריצירען אזעלכע געמיינע קלאגעס, ווייסען אז פאר נ.וו. לוינט זיך צו אפערען כל חללי דעלמא, ווייל ער וועט זיכער ארויסגיין אומשילדיג באשולידיגט.

און צו אייך ר' קאמפיוטער, איר האט טאקע א גאר גוטע דזעלי, אבער עס ליגט איינגעשלאסען און א קליינטשיג פלעשאלע, מאך אויף דאס פלעשעל, וועט איר איינזעהן אביסעל בעסער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט